לדף הכניסה של ישרא-בלוג
לדף הראשי של nana10
לחצו לחיפוש
חפש שם בלוג/בלוגר
חפש בכל הבלוגים
חפש בבלוג זה

קטלא קניא

אַ טאָג אַ מלאך, אַ טאָג אַ גלח - יהי רצון ס'זאָל זײַן תמיד אַ געלעכטער

כינוי: 

מין: זכר





מלאו כאן את כתובת האימייל
שלכם ותקבלו עדכון בכל פעם שיעודכן הבלוג שלי:

הצטרף כמנוי
בטל מנוי
שלח

RSS: לקטעים  לתגובות 
ארכיון:


<<    אוקטובר 2002    >>
אבגדהוש
  12345
6789101112
13141516171819
20212223242526
2728293031  

10/2002

התנצלות המחבר


איך דאַרף אײַך אַלע מחילה בעטן אַז איך האָב שױן אַזױ לאַנג נישט געשריבן. חוץ פֿון דעם װאָס איך בין פֿאַרנומן איז עס אױך פֿאַרבונדן מיט דעם אַז איך גײ בעילום שם. איך װיל דערצײלן פֿיל מער װאָס עס װעט דאָ זײַן געשריבן. איך בין אָבער אַ פּחדן און דערפֿאַר בין איך מגלה טפֿח און מכסה טפֿחיִים.

 קלערט איר אַודאי פֿון װאָס האָב איך מורא. דער תּירוץ איז אָבער אַ פּשוטע: איך װיל מען זאָל מיר ערגעץ באַגראָבן. אַז מען װעט װוּסן אין מײַנע קרײַזן אַז איך שרײַב אױף אַן אָרנטליכן אופֿן װעגן דאָס לעבן צװישן חסידים װעט מען מיר נישט באַגראָבן אױף אַ מכובדיקע פּלאַץ אינעם בית החיִים. אַז איך װעל האָבן זכות אַבֿות װעלן זײ מיר לײגן לעבען דער פּלױט. אַנדרע װעלן זאָגן מען זאָל מיר געבן אַ קבֿורת חמור אָדער בכלל נישט אַרײַן לאָזן אױפֿן הײליג אָרט. אַז דאָס װאַרט מיך אָפּ קענט איר דאָך נישט פֿאַרלאַנגן אַז איך זאָל מפֿקיר זײַן מײַן נשמה.

און ס'איז נישט בלױז נאָך מײַן הונדערט און צװאַנציג. מײַנע זונען דאַרפֿן גײן טאָג טעגליך אין חדר און מײַנע טעכטער אין בית רחל; איך און מײַן פֿרױ דאַרפֿן אױך פּרנסה. אַז מען װעט װוּסן אַז איך דערצײל דאָ די סודות פֿון חדר האָט איר אַ הוה אַמינא אַז איך װעל קענען אָנגײן מיט מײַן חסידיש לעבן. ממילא איז עת לעשׂות לה' און נישט אַלעס דערצײלן.

װעט איר מיר מוזן מוחל זײַן און איך װעל אײַך נישט דערצײלן צו איך בין פֿון אַמעריקע, אָסטראַליע, קאַנאַדע צו אירופּא אָדער גאָר פֿון ישׂראל. איך װעל אױך נישט זאָגן צו איך בין אַ כּולל יונגערמאַן, אַ מלמד, אַ מגיד שיעור, אַ געשעפֿטסמאַן אָדער סתּם אַ סוחר. איך װעל אױך מוזן פֿאַרדרײען אָדער אינגאַנצן נישט שרײַבן פּרטים איר זאָלט נישט קענען מאַכן קײַנע שמע מינה'ס װער איך בין. אַזױ פֿיל נאָר, גלײבט מיר בנאמנות אַז װאָס איך שרײַב איז אַלגעמײן אמת און די ענדערונגן זענען קײַן סאַך נישט מעלה ומוריד. טאָמער װעט איר דן זײַן לחובֿה פֿון דעם די חרדים בכלל און די חסידים בפֿרט זאָג איך אײַך אַז עס איז נישט באַרעכטיגט. כאָטש עפּעס אמת ליגט אין דעם אַז זײ זענען נוקמים ונוטרים פֿאַר זײער שנה ופּירוש'ניקעס איז עס אױך אמת אַז איך טרײַב עס אודאי איבער. נאָר ס'איז מיר ניחא צו זײַן מער פֿאָרזיכטיג װוּ אײדער װײניגער. עד כּאן דבֿרי המתנצל.

נאָך איִין װאָרט: דער כּװנה פֿון די בלאָגס איז נישט אױף לשון הרע און רכילות װאָס עס טוט זיך אינעם חסידישן און חרדישן װעלט. ס'איז אָבער יאָ אַן אָרענטליכן בליק פֿון אינערװײניג װיאַזױ דאָס לעבן פֿירט זיך סײַ אױף גוטס און סײַ אױף פֿאַרקערט און װוּאַזױ איך געפֿון מיך מײַן פּלאַץ דערין.

זאָגט מיט מיר תּפֿלת הדרך אײדער מיר גײן אַרױס אױפֿן װעג.
נכתב על ידי , 20/10/2002 17:30  
8 תגובות   הצג תגובות    הוסף תגובה   הוסף הפניה   קישור ישיר   שתף   המלץ   הצע ציטוט



67,293
הבלוג משוייך לקטגוריות: החיים כמשל , דת , פילוסופיית חיים
© הזכויות לתכנים בעמוד זה שייכות לקטלא קניא אלא אם צויין אחרת
האחריות לתכנים בעמוד זה חלה על קטלא קניא ועליו/ה בלבד
כל הזכויות שמורות 2025 © עמותת ישראבלוג (ע"ר)