לדף הכניסה של ישרא-בלוג
לדף הראשי של nana10
לחצו לחיפוש
חפש שם בלוג/בלוגר
חפש בכל הבלוגים
חפש בבלוג זה

קטלא קניא

אַ טאָג אַ מלאך, אַ טאָג אַ גלח - יהי רצון ס'זאָל זײַן תמיד אַ געלעכטער

כינוי: 

מין: זכר





מלאו כאן את כתובת האימייל
שלכם ותקבלו עדכון בכל פעם שיעודכן הבלוג שלי:

הצטרף כמנוי
בטל מנוי
שלח

RSS: לקטעים  לתגובות 
ארכיון:


<<    אוקטובר 2002    >>
אבגדהוש
  12345
6789101112
13141516171819
20212223242526
2728293031  

10/2002

לכּבֿוד שבת קודש


הײַנט אין דערפֿרי װען איך בין מיר געגאַנגן אײַנקױפֿן אױף שבת קודש אַ פּושקע מצות איך זאָל האָבן אױף לחם משנה אין פֿאַל אַז מײַן גאַסט רוקט זיך אָן שפּעט, קום איך אַרײַן אינעם קלײט און איך הער ייִדן רעדן. און אײנער אַ מאַן גיט אַ זאָג "װוּ זאָגט נאָר יענער?"

זײַט װיסן אַ כּלל גדול אַז נאָך אַזאַ שאלה קומט עפּעס אַ װערטעל צו אַן אַפֿאָריזם וכּדומה. (דרך אגבֿ, װאָס מען האָט אַמאָל גערופֿן אַ װיץ רופֿט מען הײַנט אַ װערטעל אין אונדזערע קרײַזן -חוץ פֿון אַלטע װעפּערס װאָס דערצײלן אַזױ פֿיל "װיצן" אַז זײערע װערטלעך האָבן אַ טעם װוּ אַ קאַלטע טשאָלענט זונטיג אינדערפֿרי.)

אַכּלל, האַלט איך בײַ יענעמס װערטל. זאָגט ער אַז אַ ייִד טרעפֿט אַמאָל אַ צװײטן און ער זאָגט אים מלא טענות "היתּכן, דײַן טשעק איז בײַ מיר צוריק געקומן" זאָגט אים יענער "שױן זעקס חדשים דרײט זיך אַרום מײַן טשעק און קײנער האָט נישט קײַן טענות און פּונקט דו האָס עס געמוזט אַרײַן צאָלן."

עס קומט צו באַצאָלן שטיט פֿאַר מיר אַ יונגערמאַן, נישט דער זעלביגער, און האָט טאַקע אַזאַ טשעק אין די הענט. ער בעט אַז דער געשעפֿט׳סמאַן זאָל מאַכן אַ חשבון פֿון אָלעס װאָס איז אױפֿגעשריבן אינעם בוך בנוסף צו װאָס ער האָט אַצינד גענומן לכּבֿוד שבת. דערנאָך צאָלט ער מיט דעם טשעק און דער דיפֿערענץ זאָל יענער פֿריש אױפֿשרײַבן. קאָמפּליצירט? אַנו, װאָס פֿאַרשטײַט איר צו פֿירן ייִדישע געשעפֿטן.

ער גיט נאָר איבער דעם טשעק זאָגט ער דרײַ מאָל איבער פֿאַרן אײַנקאַסירער ער זאָל אױסמעקן אַלע אַלטע חובֿות. און ער לײגט נאָך צו ׳מחה תּמחה׳. האָט איר דאַן מחיית עמלק אױף ערבֿ שבת וירא.

איך גײ אַרױס זע איך אַן אשה כּשרה מיט אַ היטל איבערן שײַטל קוקט אָן דעם מחה תּמחה׳ניק מיט פֿאַרלוסטעטע אױגן. עמלק האָט אַ כּוח, װאָס?
נכתב על ידי , 25/10/2002 14:41  
הצג תגובות    הוסף תגובה   הוסף הפניה   קישור ישיר   שתף   המלץ   הצע ציטוט



67,293
הבלוג משוייך לקטגוריות: החיים כמשל , דת , פילוסופיית חיים
© הזכויות לתכנים בעמוד זה שייכות לקטלא קניא אלא אם צויין אחרת
האחריות לתכנים בעמוד זה חלה על קטלא קניא ועליו/ה בלבד
כל הזכויות שמורות 2025 © עמותת ישראבלוג (ע"ר)