לדף הכניסה של ישרא-בלוג
לדף הראשי של nana10
לחצו לחיפוש
חפש שם בלוג/בלוגר
חפש בכל הבלוגים
חפש בבלוג זה

קטלא קניא

אַ טאָג אַ מלאך, אַ טאָג אַ גלח - יהי רצון ס'זאָל זײַן תמיד אַ געלעכטער

כינוי: 

מין: זכר





מלאו כאן את כתובת האימייל
שלכם ותקבלו עדכון בכל פעם שיעודכן הבלוג שלי:

הצטרף כמנוי
בטל מנוי
שלח

RSS: לקטעים  לתגובות 
ארכיון:


<<    נובמבר 2002    >>
אבגדהוש
     12
3456789
10111213141516
17181920212223
24252627282930

11/2002

קראַנקע מענער און געזונטע װײַבער


ח דערצײלט אַז איר שכנטע לאָזט איר קינדער גאָרנישט קוקן, אפֿילו נישט אַ דיװידי. און כאָטש די שכנטע האָט אַ קאָמפּיוטער האָבן די קינדער צו דעם נישט קײַן שום דריסת רגל. דאָס, פֿאַרשטײט איר מיר, הײסט חינוך על טהרת הקודש. און צו דעם שטרעב איך אין מײנע נידעריקע סענטימענטאַלע מינוטן! נאָר װאָס דען? שבֿ ואל תּעשׂה עדיף און צו טון װי אַיעדער טוט צו װי מען האָט געזען אין דער הײם דאַרף מען נישט קײַן שׂכל. דערפֿאַר איז עס טאַקע דער פּאָפּולאַרער דרך צװישן אַחינו בית ישׂראל.


מ'ס מיטער דערצײלט װאָס איז געװען בײַם פּילאַטעס גימנאַסטיק קלאַס. ש האָט דערצײלט אַז איר זון זאָגט אַז די ישיבֿות אין ארץ ישׂראל זענען פֿול מיט אָגיל ואשׂמח׳ניקעס(האָמאָסעקסיואַלן, גײז). לױט זײַן באַריכט איז דער מצבֿ פֿיל ערגער אין בני ברק װי אין ירושלים. זי זאָגט אַז ס'איז אַ האַקלער ענין און זי װײסט נישט װאָס צו זאָגן צו אירע קינדער. רופֿט זיך אָן מ אַז זי געט זיך יאָ אַן עצה.

איך װוּנדער מיך׃ מ האָט דאָך נישט קײַן שפּראַך מיט אירע קינדער.

מ איז אַ בחורטטע מיט הױזן. אַז זי האָט איבער געמאַכט איר דירה האָט זי געזאָגט פֿאַר איר מאַן שמעו נא איך פֿאַרלאַנג אַ פּאַרקעט פּאָדלעגע ואם לאו הבֿה לי גיטי. האָט דער מאַן געמוזט שולעמן. יש אומרים אַז ס'איז אַלץ בעסער װי אַ גט, און מען דאַרף צוזאַמן בלײַבן פֿאַר די קינדער'ס װעגן. קען זײַן אין דעם פֿאַל אַז על כּן בשׂכר זאת זענען מער פֿון אײנץ פֿון איר קינדער גרושות. מן הסתּם האָבן זײ געזען אין דער הײם װיאַזױ זײ װילן נישט לעבן. און מיט די מאַמע רײַסן זײ זיך אױך אַרום. האָב איך פֿאַרדעם געװאָלט װיסן װאָס האָט זי געזאָגט פֿאַר איר זין.

שטעלט זיך אױס אַז זי האָט געזאָגט פֿאַר איר בחור פֿון אָנגעפֿער פֿופֿצן יאָר אַלט  פֿאַר ער איז אַװעקגעפֿאָרן אין ישיבֿה אַז טאָמער װיל עמיצער דיר אָנרירן אָדער עפּעס טון זאָלסט דו תּיכּף ומיד אַװעקלױפֿן. מיט אַזאַ שמועס איז ער אָפּגעהיטן לדורות.

מיר איז אַלץ שװער אַז האָבן סעקס מיט אַ מײדל װאָס איז נישט פֿאַרהײַראַט און װאָס איז געװען אין מקװה איז נישט מער װי אַ לאו. האָמאָסעקסיואַלישע סעקס איז מען חייבֿ מיתה. װאָלט דאָך געװען אַ סברא אַז די װאָס לײגן אַרײַן זײרע גאַנצע כּוחות אױף טון מצװת און זיך פֿאַרמײַדן פֿון עבֿירות װאָלטן געדאַרפֿט נאָכלאָזן מיט די מײדלעך אַבי מענער זאָלן נישט ליגן אײנער מיטן צװײטן. און דאָס איז אַ זאַך װאָס איז אומפֿאַרמײַדלעך אין אַ בלױז מענערישע סבֿיבֿה.

מײַן תּירוץ איז אַז דער קולטור פֿון חרײדישקײט און חסידישקײט קען אָנגײן מיט בחורימלעך זיך שפּילן אײנעם מיטן צװײטן. ס'טוט אפֿשר אפֿילו פֿאַרשטערקערן דער בחורישע אחדות. אױכעט אין אַ קולטור װי פֿאַרװײַלונג איז אַלגעמײן אַ פּסול װאָרט איז דער סאָרט געהײמע הנאה אַ קלענרע עבֿירה װי הנאות װאָס מען קען נאָר טון בפֿרהסיא. אַרײַן ברענגן מײדלעך אינעם שפּיל קען דער געבײַדע עס נישט ערהאַלטן. ממילא איז עת לעשׂות לשם און פֿאַרגינן די בחורימלעך אַביסל ייִדיש נחת.
נכתב על ידי , 10/11/2002 00:33  
2 תגובות   הצג תגובות    הוסף תגובה   הוסף הפניה   קישור ישיר   שתף   המלץ   הצע ציטוט



67,293
הבלוג משוייך לקטגוריות: החיים כמשל , דת , פילוסופיית חיים
© הזכויות לתכנים בעמוד זה שייכות לקטלא קניא אלא אם צויין אחרת
האחריות לתכנים בעמוד זה חלה על קטלא קניא ועליו/ה בלבד
כל הזכויות שמורות 2025 © עמותת ישראבלוג (ע"ר)