לדף הכניסה של ישרא-בלוג
לדף הראשי של nana10
לחצו לחיפוש
חפש שם בלוג/בלוגר
חפש בכל הבלוגים
חפש בבלוג זה

קטלא קניא

אַ טאָג אַ מלאך, אַ טאָג אַ גלח - יהי רצון ס'זאָל זײַן תמיד אַ געלעכטער

כינוי: 

מין: זכר





מלאו כאן את כתובת האימייל
שלכם ותקבלו עדכון בכל פעם שיעודכן הבלוג שלי:

הצטרף כמנוי
בטל מנוי
שלח

RSS: לקטעים  לתגובות 
ארכיון:


<<    פברואר 2003    >>
אבגדהוש
      1
2345678
9101112131415
16171819202122
232425262728 

2/2003

נחת פֿון די קינדער


יענער װאָך האָב איך אױפֿגעמאַכט אַן אַלגעמײנער צײַטונג איז געװען אַ רובריק װי עלטערן קענען אַרײַן שרײַבן װעגן פּראָבלעמן װאָס סעמאַכט זיך זײ מיט די קינדער. בֿכלל װען איך לײן
 
יענער װאָך איז געװען פֿאַר מײַנע ייִנגלעך דעם אָװענט װען עלטערן גײן טרעפֿן די רבֿיס. איך האָב נישט אַ סאַך צו דערצײלן װאָס איך האָב גערעדט מיט זײערע רביס װײַל די רביס אַלײן האָבן נישט אַסאַך צו דערצײלן. נישט חלילה װײַל מײַנע קינדער טױגן נישט. אדרבה איך הער פֿון זײ כּמעט נאָר גוטע גרוסן. אָבער צי מײנע חבֿרה זענען די בעסט צי די ערגסטע אינעם כּתה װעט מײן מײנונג פֿון די חדרים זיך נישט טױשן. איך קען אײַך זאָגן אַז איך װאָלט אַסאַך פֿון די רעבעס אפֿילו נישט געדונגן אױף בײביסיטערס און איך שעם מיך אַז פֿון דעסטװעגן גײן ח. און ל. צו זײ אין חדר.
 
אַז ס'איז דאָ אײן שטח װי ליצנות און הומור װערט פֿון מיר נעלם איז עס אינעם זעלבן שטח װי איך דאַרף עס אין װיכטיגסטן: דער ערציאונג פֿון קינדער, איבערהױפּט ייִנגלעך. ס'איז אין מײַן מײנונג נישט קײַן גוזמא צו זאָגן אַז מיר חסידים האָבן צװישן די ערגסטע אױב נישט דאָס ערגסטע ערציאוננג סיסטעם אין דער װעלט. פֿאַר איר שפּרינגט אױף אין כּעס אױף אַזאַ דערקלערונג הערט מיך ערשט אױס. איך רעד נישט פֿון גרױסע חלקים פֿון אַפֿריקע צי אַזיע װי קינדער גײן אין גאַנצן נישט אין שולע װײַל אין אַזעלכע פּלעצער עקזיסטירט בכלל נישט קײַן ערציאונגס סיסטעם. איך רעד אױך נישט פֿון אורבאַנער צענטערן אין ערשט װעלטיגע מדינות װי פֿילע שולען זענען פֿול מיט נאַרקאָטיקס און געװאַלט מעשים, װײַל דאָרט איז דאָ אַסאַך טרואַנטן און אױך הא גופא אַז ס'איז דאָ די זאַכן װילן סײַ קינדער און סײַ לערערס נישט לערנען.
 
איך װיל אַז ס'זאָל מיר עמיצער װײַזן נאָך אַ סיסטעם װי אַלע קינדער זענען כּמעט אַלע טאָג אָנװעזען אינעם שולע און װי דער פּראָבלעם פֿון נאַרקאָטיק און כּלי זײן עקזיסטירט כּמעט נישט, און פֿון דעסט װעגן לערנען און קענען קינדער אַזױ װײניק, װי לערערס האָבן רובא דרובא נישט קײַן שום בילדונג אױף װיאַזױ און װאָס צו לערנען מיט קינדער, װי עס פּשוט עקזיסטירט נישט קײַן שום לערן פּראָגראַם חוץ אַז פֿאַר אַ יאָר האָט מען געלערנט ביז פּסוק ג', הײַ יאָר ביז שני און איבער אַ יאָר אין פֿרײדן ביז שלישי, װי קינדער זיצן שעות לאַנג און װערן צוזעצט פֿון שװױלטאָג,
 
נכתב על ידי , 7/2/2003 18:37  
הצג תגובות    הוסף תגובה   הוסף הפניה   קישור ישיר   שתף   המלץ   הצע ציטוט



67,288
הבלוג משוייך לקטגוריות: החיים כמשל , דת , פילוסופיית חיים
© הזכויות לתכנים בעמוד זה שייכות לקטלא קניא אלא אם צויין אחרת
האחריות לתכנים בעמוד זה חלה על קטלא קניא ועליו/ה בלבד
כל הזכויות שמורות 2025 © עמותת ישראבלוג (ע"ר)