לדף הכניסה של ישרא-בלוג
לדף הראשי של nana10
לחצו לחיפוש
חפש שם בלוג/בלוגר
חפש בכל הבלוגים
חפש בבלוג זה

קטלא קניא

אַ טאָג אַ מלאך, אַ טאָג אַ גלח - יהי רצון ס'זאָל זײַן תמיד אַ געלעכטער

כינוי: 

מין: זכר





מלאו כאן את כתובת האימייל
שלכם ותקבלו עדכון בכל פעם שיעודכן הבלוג שלי:

הצטרף כמנוי
בטל מנוי
שלח

RSS: לקטעים  לתגובות 
ארכיון:


<<    פברואר 2004    >>
אבגדהוש
1234567
891011121314
15161718192021
22232425262728
29      

2/2004

המקום ינחם...


נישט פֿאַר אײַך געדאַכט בין איך יענער װאָך געװען מנחם אבל זײַן אַ ייִד װאָס דער פֿאָטער איז אים לא עלינו אַװעק. װי דער מנהג איז װען מען קומט אַרײַן צו אַן אבל אין דער הײם, האָט געהערשט אַ שטילקײט. אין דעם פֿאַל איז געזעסן דער אבל אײנער אַלײן מיט די טרײסטערס װאָס האָבן אים אַרומגענומן װי אַ האַלבע לבנה.

 

ס'איז געװען דאָנערשטיק נאַכט װען כּלל ישראל לײגט זיך שפּעט נאָך אַ שיעור אור החייִם הקדוש און אַ טעלער טשולענט. דערצו איז עס אױך געװען דער לעצטער נאַכט װאָס כּידוע האָבן ייִדישע קינדער ליב אַלעס איבערצולאָזן צום לעצטן מינוט, און נאָר פֿאַרדעם האָט מען זײ געהײסן מוסיף זײַן מחול על הקודש װײַל אַז נישט װאָלטן זײ אַלע פֿאַרשפּעטיקט. פֿאַרדעם האָט אױך משה רבינו געזאָגט כּחצות הלילה װײַל שפּילט דען אַ ראָלע אַ פּאָר מינוט בײַ אַ פֿאָלק װאָס האָט געװאַרט פֿיר הונדערט יאָר און װאָס האָט נאָך צו װאַרטן װײס איך װיפֿיל ביזן אלף השישי? און משה רבינו האָט דאָך געזאָגט כּחצות הלילה אױף ערב פּסח װען אַ ייִד לױפֿט אַרום װי אַ הינדל אױף ערב יום כּיפּור מאַכן אַ סיום און אַרײַנכאַפּן דער לעצטער חמצדיקער פֿרישטיק, פֿאַרברענען דאָס חמץ, כאַפּן די קלינערס פֿאַר זײ שליסן, טובלן די נײַע עסצײג, גײן אין מקווה, באַקן מצות, אַראָפּנעמן די הגדות, רײַבן דער מרור און זיך אַריבערציען צום שװער. פֿאַרדעם האָט משה געװוּסט אַז מען קען נישט זײַן צו פּינקטלעך װײַל טאָמער װעט אָנקומן אַ שײנער ייִד װאָס דאַרף אַ פּאָר מצות װעט די חבורה דאַרפֿן באַקן אַ ביסל לענגער און אַלעס װעט פֿאַרשפּעטיקן. און פֿאַרדעם האָבן חז"ל אױך פֿאַרבאָטן חמץ אױף ערב פּסח פֿונעם זעקסטן שעה און װײַטער װײַל װען נישט װאָלט מען געמאַכט דער סעודת בכורים צוזאַמן מיטן עירוב תבשילין. ועל כּולם בנות ישראל החמירו על עצמן אַז מט"ו בשבט ואילך טאָר מען שױן נישט אַרײַן נעמן חמץ אין די קינדער שטיבער.

 

איז געװען דעם ייִדס מזל אַז זײַן שבעה האָט זיך אױסגעלאָזט דאָנערשטיק בײַ נאַכט און ס'איז געװען מײַן מזל אָנצוקומן בלילה ההוא. זענען דאָרט געװען אַ היפּש פּאָר מענטשן. מען זיצט, ס'איז שטיל און מען קוקט זיך אים װאַרטענדיק װער װעט האָבן דער קוראַז צו זײַן דער ערשטער צו װינטשן המקום ינחם אתכם... אַז איך בין אַרײַן געקומן האָבן זיך אַלע אױסגעדרײט און געהאַט אַ פֿרישע זאַך זײ צו אינטערסירן. מען האָט מיך צוגעװיזן װוּ איך קען זיצן. אַז מען האָט שױן געמאַכט הקפֿות מיטן תחת אױפֿן זיץ איז געװאָרן אַ געלעגנהײט פֿאַר אײנער זיך אױפֿצוהײבן און זאָגן המקום, און אַז אײנער זאָגט זאָגן באַלד אַלע און אַזױ איז געװאָרן פּלאַץ. די שפּעטקומערס פֿונעם פֿריערדיקע חבורה האָט עס נישט געפּאַסט אַרױסצוגײן מיט דער חבורה האָבן זײ זיך צוגעריקט צום פֿאָרענט, ואני בתוכם. מען זיצט און מען זיצט און מען זיצט. ערשט באַטראַכט מען יענעמס סאַלאָן, די ספֿרים אינעם שראַנק, די בילדער אױפֿן װאַנט, די טשאַטשקעס אױפֿן זײַט און די האַנטעכער אױפֿן שפּיגל. דערנאָך קוקט מען אַראָפּ אױף דער ערד און מען צײלט די פֿראַנזן אױפֿן טעפּעך און פֿון דאָרט קען מען נישט נישט־באַמערקן און באַװוּנדערן דעם אבלס שטעקשיך.

 

שטעקשיך בײַ הײמישע ייִדן לאו מלתא זוטרתא הוא. װוּ נאָך מאַכט זיך אַז אַ ייִד װאָס לײגט רבינו תם תפֿילין זאָל אָנטון אַ ברױנע לבוש? אָדער אַ לבוש מיט אַ צײכענונג? און װעלכע אַנדרע לבוש פֿאַרלאָזט זיך אַ ייִד װאָס גײט אַיעדער אינדערפֿרי אין מקווה אַז זײַן ייִדענע זאָל עס אים קױפֿן? אמת זי קױפֿט אים אױך העמדער, אונטערװעש און שטרימפּ, אָבער װאָס איז דען דער קונץ? העמדער און אונטערװעש זענען װײַס און שטרימפּ זענען שװאַרץ אָדער װײַס איז פֿאַרשטײט זיך אַז מען קען זיך אױף איר פֿאַרלאָזן. אָבער אַנדרע לבושים? זי קען נאָך אַהײם קומן חלילה מיט אַ העלן רעקל און שמאָלע הױזן װאָס דערגרײכן ביז די שיך. על פּאַנטאָפֿל אָבער לא גזרו רבנן און פֿאַרדעם זען אױס ייִדישע קינדער אַזױ פּאַטעטיש אױף תשעה באב און יום כּיפּור װען זײ שטײן יחיפֿי רגלייִם מיט ברױנע, רױטע, גרינע און פּערפּעלע שטעקשיך. מאַכט זיך לא עלינו ולא עליכם אַן אָבל איז דאָ גענוג צײַט און גאָר װײניק װאָס צו טון ממילא קען מען גוט באַטראַכטן די אָ פּאַנטאָפֿל.

 

אַז מען האָט געענדיקט דאָס צו שטודירן קען מען באַװוּנדערן דער פֿיטער פֿונעם רעקל װאָס װערט אַנטפּלעקט נאָך מען רײַסט קריעה. װער װאָלט געגלײבט װאָס ליגט דאָרט פֿאַרשטעקט. די אױגן פֿאָרן פֿונעם רעקל צום פּנים און מען קוקט אים אַרײַן אין פּיסקל, מען צײלט אים די האָר פֿונעם נאָז און מען דרײט שנעל אַװעק די אױגן װען מען קומט צו זײ אָן. דער אבל מיז נעבעך זיצן װי אַ לינדז אָן אַ מױל און װי אַן אױסלײג אין אַ געװעלב־פֿענצטער װאָס דער װעלט קומט קוקן.

 

ענדליך רופֿט זיך עמעצער אָן 'װי אַלט איז געװען דער טאַטע?' די בענקלעך פֿײַפֿן װען אַלע טרײסטערס בײגן זיך צו צו הערן דער תירוץ אױפֿן קשיא װאָס איז זײ למעשה אױך אײַנגעפֿאַלן אָבער זײ האָבן געמײנט אַז אפֿשר איז עס נישט צו דער זאַך. דאָ הײבט זיך אָן פֿאַרן אבל אַ פֿרישע פּראָבלעם. דער אבל איז אַ געװאָרענע. נישט אַ בעל־תשובה חלילה, באַלײדיקט אים נישט. אָבער למעשה איז הורתו ולידתו שלא בקדושה און זײַן שבעה איז נישט אַזױ װײַט אױף זײַן טאַטע װי אױפֿן שבעה אַלײן, אַז ער דאַרף זיצן שבעה נאָך אַזאַ טאַטע. כּל זמן זײַן טאַטע האָט געלעבט אַז מען האָט אים געפֿרעגט װוּ װױנט דײַן טאַטע האָט ער געענטפֿערט 'אױפֿן איסט־סײַד' און באַלט פֿאַרפֿירט דעם שמועס. יעצט אָבער אַז דער טאַטע לעבט שױן נישט מיז ער אָפּגעבן דין וחשבון, 'װוּ איז ער געבױרן?' 'אַזױ, הײסט עס באַלד נאָכן ערשטן קריג, און אין אַמעריקע? אינטערסאַנט. און פֿון װוּ איז זײַן טאַטע געװען? און זײ האָבן זיך געהאַלטן הײמיש? אַזאַ מסירת נפֿש!' דער אבל זאָגט גאָרנישט און זײַן שטימעניש דינערט אין די אױערן. ס'װערט װידער שטיל און אײנער פֿרעגט צי ער האָט נישט קײן געשװיסטער. יאָ ער האָט אַ ברידער און אַ שװעסטער. די שװעסטער װױנט אין ארץ ישראל און זײַן ברידער איז געזעסן שבעה מיט אים די ערשטע פּאָר טעג. 'װאָס טוט דײַן ברידער?' פֿרעגט אײנער. 'אַ טראָק דרײַװער'. די װערטער זענען געבליבן הױדען אין דער לופֿט װי אױף אַ תליה.

 

אַז מען קען נישט רעדן אױף װאָס מען איז געקומן קען מען רעדן פֿון אַנדרע אבילים און פֿון דעם האָט זיך דער אבל מחייה געװען. מען האָט גערעדט פֿון טױטע און פֿון קראַנקע און פֿון קראַנקע װאָס עד כּדי כּך אַז מען האָט זײ צוגעגעבן אַ נאָמן. (ס'איז צו באַמערקן אַז װען מען זאָגט אַז מען האָט עמעצן צוגעגעבן אַ נאָמן אַנשטאָט זיך צו פֿרײען אַז יעצט װעט ער לעבן װײַל דער מלאך המוות װען נישט געפֿונען זײַן נאָמן אינעם טעלעפֿאָן ביך, קרעכצט מען אַז ס'האַלט שױן אַזױ שמאָל.) דערנאָך האָט מען גערעדט פֿון אַן אַנדרען קראַנקע װאָס זײַן טאַטע איז אים געקומן באַזוכן פֿון אױסלאַנד און דער געזונטער טאַטע האָט מקפּיד געװען אַז דער קראַנקע זין זאָל אים װאָס מער באַדינען. דער טאַטע האָט אַװדאי רעכט װײַל שטײט דען נישט בײַ כּבד את אביך למען יאריכון ימיך?

 

ס'איז װידער שטיל, דער זײגער װײַזט שױן עלעף דרײַסיק אָבער הנה לא ינום ולא ייִשן כּלל ישראל. ייִדן קומן אַרײַן 'ס'איז נישט צו שפּעט? ס'איז נישט צו שפּעט?' נאָך אַזאַ שטילקײט בין איך געװען דער העלד און געזאָגט 'המקום ינחם אתכם... און איר זאָלט נישט װיסן פֿון קײן צער' און אַלע אַנדרע האָבן מיר נאָכגעמאַכט. מיר האָבן זיך אױפֿגעהױבן און די פֿון הינטן האָבן זיך אַרױפֿגעריקט. אַז מיר זענען אַרױסגעקומן אױפֿן גאַס קומט צו לױפֿן אַ ייִד 'מע קען נאָך אַראַנגײַן?'

נכתב על ידי , 9/2/2004 19:48  
17 תגובות   הצג תגובות    הוסף תגובה   הוסף הפניה   קישור ישיר   שתף   המלץ   הצע ציטוט



67,288
הבלוג משוייך לקטגוריות: החיים כמשל , דת , פילוסופיית חיים
© הזכויות לתכנים בעמוד זה שייכות לקטלא קניא אלא אם צויין אחרת
האחריות לתכנים בעמוד זה חלה על קטלא קניא ועליו/ה בלבד
כל הזכויות שמורות 2025 © עמותת ישראבלוג (ע"ר)