לדף הכניסה של ישרא-בלוג
לדף הראשי של nana10
לחצו לחיפוש
חפש שם בלוג/בלוגר
חפש בכל הבלוגים
חפש בבלוג זה

קטלא קניא

אַ טאָג אַ מלאך, אַ טאָג אַ גלח - יהי רצון ס'זאָל זײַן תמיד אַ געלעכטער

כינוי: 

מין: זכר





מלאו כאן את כתובת האימייל
שלכם ותקבלו עדכון בכל פעם שיעודכן הבלוג שלי:

הצטרף כמנוי
בטל מנוי
שלח

RSS: לקטעים  לתגובות 
ארכיון:


<<    פברואר 2003    >>
אבגדהוש
      1
2345678
9101112131415
16171819202122
232425262728 

2/2003

אבֿות ובֿנים


אַסאַך איבערלעבונגן פֿון טאַטעס און קינדער דעם שבת. פֿרײַטיג צו נאַכטס האָט אַ ייִנגל זיך נישט באַנומן אין שול. דער ייִנגל איז אָנגעפֿער אַלט געװען פֿינעף יאָר און האָט זיך אַביסל געקריגט מיט זײַן עלטערע ברידער. דער טאַטע האַלט אין מיטן די שטילע שמונה עשרה פֿון מנחה און זאָגט אַ פּאָר מאָל 'נו' אָבער עס פּועלט נישט. מיט אַ מאָל לאָזט ער אַראָפּ דעם קלײנעם אַ פֿראַסק כּמו שכּתובֿ אַז ס'האָט אױסגעקלינגן אינעם שטיבל.
 
מיר האָט דאָס האַרץ געגעבן אַ שפּרונג. כ'אָב שױן לאַנג נישט געזען אַ פֿליק. ס'איז מיר שװער געװען צו זען צי אַנדרע האָט עס אױך געאַרט. דער טאַטע האָט עס אָבער יאָ געשטערט. ער האָט זיך געריבן די הענט, ס'האָט אים אוודאי געקיצלט, אָבער ס'איז אים אױך געװען אומײַנגנעמן.
 
דער ייִנגל איז װי פֿאַרפֿרױרן געװאָרן. זײַן עלטערע ברידער האָט געשמײכלט, סוף כּל סוף האָט ער דאָך געװינען, און דער קרבן האָט זיך ערשט אַראָפּגעהאָנגן דעם קאָפּ, דערנאָך װען זײַן כּבוד האָט אים געלאָזט האָט ער זיך צושטײַטלעך אַראָפּגעלאָזט פֿון זײַן בענקעל ביז ער איז געזעסן אינטערן טיש. געװײנט האָט ער אָבער נישט. ער האָט מן הסתם נישט פֿאַרגינט דעם פֿאָטער. אַזױ איז ער געזעסן ביז אין מיטן קבלת שבת װען דער טאַטע האָט אים פֿרײַנטלעך אױפֿגעהױבן און אױפֿגעזעצט אױפֿן בענקל.
 
נאָכן דאַװענען גײט אַ טאַטע מיט זײַנע צװײ ייִנגלעך אַהײם און ער דערצײלט זײ אַז דער אײבישטער האָט געהײסן ר׳ שמעון בן יוחאי צוריק אַרײַנגײן אינעם הײל נאָך ער האָט פֿאַרברענט צװײ מענטשן, װײַל װען נישט װאָלט ער חרוב געמאַכט דער װעלט.
 
שבת אינדערפֿרי אױפֿן װעג אַהײם רעדט אַ טאַטע מיט זײַן זין װאָס ר׳ טרפֿון האַלט אין דער ענין פֿון הדסים. איך קען דעם טאַטע װײַל ער איז אַמאָל געװען מײַן מלמד און ער איז געװען אַ שרעקלעכע שלעגער. ער איז הײַנט נאָך אַלץ אַ מלמד כאָטש איך האָב געהערט אַז ער שלאָגט שױן נישט. גײ גלײב.
 
אױפֿן װעג דאַװענען מנחה גײט נאָך אַ פֿאָטער מיט זײַן זין און דער זין פֿרעגט, 'װיטש קאַר דיד ד'זיזוס דרײַװ?' און דער טאַטע ענטפֿערט 'ד'זיזוס דידנט דרײַװ, מען.'
נכתב על ידי , 16/2/2003 23:37  
1 תגובות   הצג תגובות    הוסף תגובה   הוסף הפניה   קישור ישיר   שתף   המלץ   הצע ציטוט



67,288
הבלוג משוייך לקטגוריות: החיים כמשל , דת , פילוסופיית חיים
© הזכויות לתכנים בעמוד זה שייכות לקטלא קניא אלא אם צויין אחרת
האחריות לתכנים בעמוד זה חלה על קטלא קניא ועליו/ה בלבד
כל הזכויות שמורות 2025 © עמותת ישראבלוג (ע"ר)