פּרשת משפּטים איז אַ פּרשת־דרכים אָדער װי מען זאָגט אױף ענגליש אַ 'טורנינג־פּױנט'. דער יאָר הײבט זיך אָן מיט די שײנע מעשות פֿון ספֿר בראשית װי מען באַשאַפֿט אַ װעלט, מען פֿאַרפֿלײצט אַ װעלט, מען דרײט איבער שטעט און מען מערדערט שטעט. די באַציונגן צװישן די מענטשן זענען אױך געשפּאַנט און אָנגעצױגן. מען האָט חתונה אָן שידוכים, מען קישט זיך אָן חתונה האָבן און מען האָט חתונה מיט צװײ שװעסטערס. טאַטעס שחטן קינדער, קינדער פֿאָפּן אױס עלטערן, טעכטער גנבנען פֿון טאַטעס און זינען ליגן מיט שטיף־מאַמעס. און װען ס'קומן צו ברידערס װערט עס אינגאַנצן יום־טוב. ברידערס הרגענען זיך, ברידערס פֿאַרקױפֿן זײערע ערשט־געבאָרטסשאַפֿט און ברידערס ליציטירן זיך אױף איבײ. אַקיצור אין ספֿר בראשית טוט זיך אַ װעלט און מען לעבט װי גאָט אין פּאַריז. קומט אָבער ספֿר שמות און ס'װערט אַ נײַע פּרשה.
ראשית־כּל פּײַניגט מען און מען דערקוטשעט די ייִדן די יאָרן. זײ באַקומן אַ טעם װאָס ס'מײנט צו זײַן גאָטס באַליבטער. און נישט נאָר פֿון זײערע שונאים נאָר אױך פֿון גאָט אַלײן. ס'שטײט אַז פּרעה האָט אָנגהױבן מיט אַ פּה־רך, אַ װײעך מױל. ערשט האָט ער אָפֿערירט באַצאָל און דערנאָך האָט ער זיך באַדינט מיט די בני־ישראל װי קנעכט. להבדיל אלף הבדלות גאָט האָט נישט אַסאַך אַנדערש געטון. װען משה רבינו איז אָנגעקומן קײן מצרים האָט ער געזאָגט אַז מען גײט האָבן אַ פֿעסטיבאַל, חג ה' לנו. ס'װעלן קומן באָסעס און מען װעט פֿאָרן און מען װעט זען און ס'װעט זײַן פֿעסט. זענען די בני ישראל נאָר װאָס געקומן אױפֿן צװײטן זײַט ים־סוף װען מען האָט זיך נישט געקענט מער אױסדרײען האָט מען זײ באַלד מרמז געװען מיט ויאמר אם שמוע תשמע לקול ה' אלקיך פֿון װאָס פֿאַר אַ פֿאָן מען רעדט דאָ. װען אין פּרשת יתרו האָט מען זײ געסטראַשעט אַז מען גײט נאָר װאָס צו צום באַרג איז אחת דתו האָט שױן אַיעדער פֿאַרשטאַנען במה דברים אמורים. צו דעם קומט פּרשת משפּטים מיט אַלע דינים און פּשעטלעך און דער ערשטער פֿון די דרײַ לא תבשל גדיס און אפֿילו די שפֿחה על הים האָט פֿאַרשטאַנען װאָס פֿאַר מילעך און האָניק מען װעט דאָ לעקן.
מען קען זיך אָבער נישט צופֿיל אָפּרעדן װײַל פּאָזיטיװע זאַכן װערן אױך אַנטפּלעקט. פֿון משה רבינוס למה הרעותה לערנט מען זיך אױס אַז אונזערע גאָט קען מען באַשולדיקן. זאָל זיך קײנער נישט לאָזן אױסנאַרן פֿון די גם זו לטובה מעשהלעך אַז אונז דאַרפֿן אױסדרײען צו גאָט דעם צװײטן באַק. װען די ייִדן האָבן זיך אָפּגערעדט אַז זײ זענען הונגעריק און דאָרשטיק האָט זײ משה רבינו נישט געזאָגט כּל מה דעביד רחמנא לטב עביד, ער האָט זײ געזאָגט לא עלינו תלונותיכם כּי על ה'. קומטס נישט צו מיר מיט טענות גײטס צו גאָט. אונז האָבן מיר אַ גאָט װאָס מען קען באַשולדיקן, װאָס מען קען קומן צו אים מיט אַ קל־וחומר, הן בני ישראל לא שמעו אלי ואיך ישמעני פּרעה, און ער װערט נישט באַלײדיקט. פֿאַרקערט אַז מען דאַװענט צו אים איז ער גאָרנישט צופֿרידן. משה רבינו האָט געדאַװענט בײַ דער יס־סוף האָט אים גאָט געזאָגט מה תצעק אלי. יעצט איז נישט קײן צײַט פֿון מאַכן מנינים און זאָגן תהילים, דבר אל בני ישראל ויִסעו, געב דיך אַ שאָקל און פֿאַרדרײ נישט אַ קאָפּ. און דאָס מײנט טאַקע דער פּסוק מי כּה' אלקינו בכל קראינו אליו. איז טאַקע דאָ נאָך אַ גאָט װאָס װען מען דאַװענט צו אים זאָגט ער האַק נישט אין טשײניק? סטראַשעט מיך נישט מיט אַ הוק אָפּ פֿון צען צױזענט קינדער זאָגן תהילים װײַל איך האָב צו דעם נישט געדולד. בעסער זאָגט אַביסל המבלי אין קברים במצרים און טוט װי איך אַלײן האָב אײַך געראָטן: מי בעל דברים יגש אלי.
**********************************
איך מיז מיך מיט אײַך טײלן מיט אַ װאָרט װאָס איז מיר אײַנגעפֿאַלן הײַנט אינדערפֿרי. איך קען אײַך זאָגן גענױ װען ס'איז מיר אײַנגעפֿאַלן. מײַן װעקער זײגער האָט אַ דרימל קנעפּל װאָס אַז מען דערלאַנגט עס אַ קװעטש נאָך ס'הײבט אָן צו קלינגן װערט עס שטיל אױף אַ פּאָר מינוט און דערנאָך הײבט עס װידער אָן צו קלינגן. אָנגעפֿער װי די שמועסערס אין שיל נאָך מען זאָגט זײ שאַ שאַ. די פֿינעף מינוטן זענען אָבער נישט אַ געהעריקע שלאָף. בײַ מיר איז עס אַ חשבון הנפֿש צײַט. איז עס טאַקע כּדאי אױפֿצושטײן? װיל איך טאַקע טון װאָס איך טו? אין בעט איז פֿײַן װאַרעם און אינדערױסן איז ביטער קאַלט און מאַכט דען אױס נאָך אַ פּאָר מינוט אין בעט. בדיעבד קען איך לײגן טלית און תפֿילין און אָפּזאָגן די ד' פּרשיות און דאַװענען װעל איך שױן דאַװענען אונטערװעגענס. ביז עס קלינגט נאָכאַמאָל און נאָכאַמאָל און מען געט אַ טאַנץ אַרױס פֿון בעט װי נחשון איז אַרײַנגעטאַנצן אין דער ים־סוף.
הײַנט אינדערפֿרי איז מיר אָבער אײַנגעפֿאַלן אַ װאָרט. דער װאָרט גײט אַזױ. די װאָכעדיקע סדרה הײבט זיך אָן ואלה המשפּטים אשר תשים לפֿניהם. איז ידוע דער זוהר הקדוש דין רזא דגולגליא. גולגליא דאָס איז מרומז אױף קדושת יוסף הצדיק װײַל גלגל איז אַ קאָפּ װי ס'שטײט בײַ דער מן עומר לגלגולת. אַ קאָפּ איז מרומז צו יוסף הצדיק װי עס שטײט תבואתה לראש יוסף. קומט אונז דער זוהר הקדוש מרמז זײַן אַז מיט לימוד התורה קען מען מתקן זײַן אױף די האַרבע עבירה. איך האָב געװאָלט בױען אױף דעם אַ בנין מיט אהבתי את אשתי ואת בני אָבער ס'איז שױן געװען צו שפּעט.
אַז מען רעדט שױן פֿון ענינים פֿון שובבי"ם איז מיר אײַנגעפֿאַלן אַז טאָמער װיל עמעצער מוחה זײַן אױף דזאַנעט דזאַקסאָנס מעשה פּאַסקוטניע, קען ער פֿאַר דאָס קעפּל פֿון זײַן קול קורא פּאַראַפֿראַזירן דער נביא אין מגלת איכה׃ גם דזאַנעט חלצה שד.
*************************************
און אַז מען רעדט שױן פֿון פּרשת משפּטים מעג מען זיך דערמאַנען פֿון משפּטים אין חדר. רש"י זאָגט כּשלחן ערוך װי אַ געלײגטער טיש און דער מױל האָט אָנגעהױבן צו װאַסערן. ביז בגפּו יבא האָט מען שױן לאַנג געהאַט פֿאַרגעסן פֿון געשמאַקע טעמים. דער באַליבסטער חכמה פֿון די מלמדים איז געװען צו פֿרעגן טײַטש פֿון ואם שלש אלה לא יעשה לה. זאָג נאָר די דאָרט װעלכע דרײַ זאַכן? דער עם־הארץ האָט גענטפֿערט שארה כּסותה ועונתה און געכאַפּט פֿאַר דעם װײַל ער האָט נישט אױסגעהערט דער רש"י. די תלמידי חכמים האָבן אױפֿגעהױבן זײערע הענט, אױסגעשטרעקט אַ פֿינגער און עס נאָכמער אױסגעצױגן מיטן צװײטן האַנט און געשריגן אָ אָ אָ רבי רבי אָ אָ. דער רבי האָט געזאָגט לײגטס אַראָפּ די הענט װעמיר זען װיפֿיל עטס קענטס װען מען װעט ענק פֿרעגן, און באַלד האָט ער געפֿרעגט װאָס איז טײַטש ועבדו לעולם. אַ שאָד ס'איז קײנעם נישט אײַנגעפֿאַלן צו פֿרעגן צי ה' ימלוך לעולם ועד מײנט אױך ביז יובל. שפּעטער האָט מען געדאַרפֿט געדענקן נזק צער שבת ריפּוי און בושת. דער רבי האָט דערצײלט דער מעשה מיטן לײטער אױף והאלקים אנה לידו װיאַזױ װעם ס'איז באַשערט צו שטאַרבן װעט שטאַרבן. ער האָט ערקלערט פֿאַרװאָס מען באָרט פֿאַר אַ קנעכט זײַן אױער און ס'האָט זיך געהערט אַזױ לאָגיש. און אַז אַ גנב דאַרף צאָלן טאָפּעלט און נישט אַ גזלן װײַל דער גזלן האָט פֿאַרשטעקט סײַ דער באַשעפֿער און סײַ די מענטשן כּלומר ער איז נישט צו גאָט און נישט צו לײַט און דערפֿאַר איז ער גאָר אַ צדיק. גײ פֿאַרשטײ.
פֿון די צװײ שענסטע װערטער אין די װאָכעדיקע סדרה געדענק איך נישט אַז מען זאָל האָבן געמאַכט אַן עסק. די תורה זאָגט מען אַז דאַרף אָפּגעבן פֿאַר אַן אָרעמאַן זײַן דאָכענע װײַל 'במה ישכּב'. ס'איז מיט אַ באַזונטערטע זקן קטן און סקלינגט אַסאַך שענער װי די אַנדרע צװײ װערטער אין די װאָך, נעשה ונשמע.
נעשה ונשמע איז אָבער דער סוד פֿון ייִדישקײט. אני מאמיןס האָט מען נישט געגעבן אױף באַרג סיני. פֿאַרקערט, נאָך די ייִדן זענען אַרױס פֿון מצרים האָבן זײ זיך געװוּנדערט צי היש ה' בקרבינו אם אין, און ס'האָט זײ קײנער נישט קלאָר געמאַכט. ייִדישקײט איז אָבער נישט װעגן גלײבן נאָר װעגן טון. דערפֿאַר איז גאָט אַזױ צופֿרידן געװען מיטן נעשה ונשמע אַז ער האָט פֿון זײ באַקומן אַן אָפֿענע טטשק אַז זײ װעלן פֿאָלגן צי עס קלאַפּט צי נישט.
און איך צאָל אױך אױס אױפֿן טשעק.