לדף הכניסה של ישרא-בלוג
לדף הראשי של nana10
לחצו לחיפוש
חפש שם בלוג/בלוגר
חפש בכל הבלוגים
חפש בבלוג זה

קטלא קניא

אַ טאָג אַ מלאך, אַ טאָג אַ גלח - יהי רצון ס'זאָל זײַן תמיד אַ געלעכטער

כינוי: 

מין: זכר





מלאו כאן את כתובת האימייל
שלכם ותקבלו עדכון בכל פעם שיעודכן הבלוג שלי:

הצטרף כמנוי
בטל מנוי
שלח

RSS: לקטעים  לתגובות 
ארכיון:


<<    פברואר 2003    >>
אבגדהוש
      1
2345678
9101112131415
16171819202122
232425262728 

2/2003

מאי שבת?


מאי שבת איז נישט מײַן קשיא. דער זוהר פֿרעגט עס און ענטפֿערט אַז ס'איז אַ נאָמען פֿונעם באַשעפֿער. פֿאַרװאָס דער באַשעפֿער קען זיך נישט געפֿונען אַ בעסערען נאָמן פֿאַרשטײ איך נישט. אָבער אַז ער איז זיך מחייה אַז ער זעט זײַנע טעכטער גײן שײטלן און דיקע ברױנע שטרימפּ און זײַנע זינען פֿערטל שיך מיט אַ דיקע גאַרטל פּאַסט עס ער זאָל זיך אַ נאָמן געבן שבת.
 
מײַן טאָכטער זאָגט פֿאַר מײַן פֿרױ אַז זי האָט נישט ליב שבת װײַל זי קען נישט שפּילן מיט מוקצה שפּילערײַען. באַלד שפּיר איך מיר שולדיג. אַז אפֿשר װען מײַן שבת סעודה װאָלט געװען אידיאַל װי ס'דאַכט זיך מיר ס'איז בײַם שכן װאָלט זי געשפּירט אַ טעם אינעם שבת.
 
איך פֿאַרזיך רעדן מיט מײַנע קינדער װעגן שבת בײַם סעודה. פֿרעג איך מײַן זעקס יעריג ייִנגל װעלכע חשובע מצווה שטײט אין דער װאָכעדיגע סדרה. איך העלף אים אַרױס װען איך זאָג אים אַז ס׳יז פֿון די גרעסטע מצוות װאָס די ייִדן האָבן. ענטפֿערט ער מיר אַז מען דאַרף גײן אַ קאַפּל. 'נײן', 'ציצית', 'אױך נישט', אָ ער װײסט שױן, װאָס? 'צניעות'. גײ זײַ אַ מבין אױף אונזערע פֿאַרשאָלטענעם חינוך סיסטעם װאָס לערנט אױס פֿאַר זעקס יעריג ייִנגלעך אַז צניעות איז פֿון די װיכטיגסטע זאַכן אין ייִדישקײט.
 
דאָס איז נישט אַלעס. יענער װאָך איז געװען בײַ זײַן תלמוד תורה דער טאָג װען עלטערן קומן טרעפֿן די מלמדים. איך זאָג עלטערן, אָבער למעשה איז עס געװען כמעט נאָר טאַטעס. מאַמעס האָבן נישט װאָס צו רעדן מיט אַ מלמד װײַל װאָס פֿאַרשטײן זײ דען צום פֿאַך פֿון מלומדות? װאָס זאָגט אַ מאַמע װען מען זאָגט איר, אַזױ װי מען האָט מיר יענער װאָך געזאָגט, אַז מען געט פֿאַר די קינדער, זעקס, זיבן יעריגע, אַ סאַך ידיעות, למשל עגלה ערופֿה? פֿאַרדעם איז דער פֿליכט פֿון חינוך אױף די טאַטעס און מענער און די חדרים דינגן נישט מײדלעך און פֿרױען צו לערנען מיט די ייִנגלעך א"ב אד"ג, װײַל די קינדער װאָלט אױפֿגעװאַקסן נישט װוּסנדיק פֿון עגלה ערופֿה. קען מען אַזױנס צולאָזן?
 
װאַרטענדיק אַרײַן צו גײן צום מלמד איז מיר מסביר אַ טאַטע אַז הײַנטיגע מלמדים קענען גאָרנישט. די אַמאָליגע מלמדים זײ זענען געװען װאָס דער פּסוק מײנט. ער האָט מיר נישט געקענט זאָגן װאָס ער מײנט. אָבער װען איך האָב אים געזאָגט אַז הללו והללו זענען בײדע װערד אױף כּפּרות און װי קען מען לערנען מיט קינדער געהעריג אַז עס עקזיסטירט אַפֿילו נישטט אַ לערן פּראָגראַם האָט ער נישט געהאַט קײַן ענטפֿער.
 
אַז עס עקזיסטירט אַ יענער װעלט און אַז מען שמײַסט טאַקע דאָרט בין איך עתיד ליתן את הדין אַז איך שוק מײַנע קינדער אין אינסטיטיוציעס װי איך װאָלט נישט געדונגן אַסאַך פֿון די מלמדים אפֿילו נישט אױף בײביסיטערס. אַז ס'איז דאָ אײן פּלאַץ װי איך באַנוטיג מיר אין יומאָר אָבער דער יומאָר אַנטלױפט פֿון מיר איז אין דער ערציאונגס סיסטעם פֿון די חרדים לדבר ה'. און אַז הײַנט שפּיר איך מיר אַזױ װאָס װעל איך זײ ענטפֿערן װען זײ װאַקסן אױף און פֿרעגן מיר פֿאַרװאָס האָסט דו אונז אַהין געשיקט? ס'איז דאָ אַסאַך צו זאָגן אױף דעם און איך לאָז איבער אױף אַ צװײטער מאָל. לאָ'מיך נאָר צולײגן אַז װען איך גײ אַרױס פֿונעם מלמד װינטשט ער װי אַ מאַנטראַ 'נחת, דער עיקר זאָלסט זען אַסאַך נחת בײַ דעם קינד...' איך װיל אים דערלאַנגן אַ שנעל אין נאָז.
 
********************************
שבת אין־דער־פֿרי אַזױ װי איך מאַך אױף דער טיר אינעם שטרײַמעל מיטן טלית אױפֿן פּלײצע צו גײן אין שול קומט מיר אַקעגן דער פּאָסט טרעגער, אַ ראַסטאַ מיט אַ קאָלירטן, געשטריקטן היט איבער זײַן האָר. איך שטרעק אױס די הענט און װיל בײַ אים נעמן דעם פּעקל, פֿרעגט ער מיר צי איך קען עס נעמן. איך צי צוריק מײַן האַנט און שמײכעל צו אים און ער האָט עס פֿאַר מיר אַראָפּגעלײגט אױפֿן ערד. אַז דער באַשעפֿער װיל דערלאַנגן אַ ציפּ װײסט ער װיאַזױ. אַ בן נוח װײסט שױן בעסער הלכות שבת װי איך און אפילו ער װײסט אַז פֿון נישט טאָרן װערט באַלד נישט קענען.
 
מײַן עיקר מחשבה בײַם צוריקציען דער האַנט איז אָבער געװען  אַז איך װעל נעמן דער פּעקל װעט ער גײן בײַ אַן אַנדרע ייִדישע הױז, װאָס דאָרט קען מען טאַקע נישט, און ער װעט זײ נישט צוליב טון װײַל ער האָט געזען בײַ מיר אַז נישט נאָר מען קען מען טאָר אױך. כל ישראל ערבים איז דער תירוץ פֿאַרװאָס ייִדען זענען פֿאַרדאגהט בלױז מיט אַ צװײטן און נישט מיט זיך און ס'האָט מיר אױך אַרײַן געכאַפּט אין זאַק.
 
****************************
אײדער איך פֿאַרגעס׃ אַ חברס אַ שװעסטער קינד האָט געהאַט אַ זיבעטן קינד, אָבער אַ מײדעל. זײ האָבן שױן פֿיר מײדלעך און זײ האָבן געװאָלט אַביסל באַלאַנץ אינעם סיסטעם האָט זיך זײ געגלוסט אַ ייִנגעל. האָט דער זײדע געזאָגט מערטשעם איבער אַ יאָר װעט איר האָבן דער מײדעלע. דער זײדע פֿירט אַ געשעפֿט און פֿאַרדינט און האָט בלױז פֿיר קינדער קען ער לאַכן. דער שניר אָבער לאָזט נישט דער זין גײן אַרבעטן בײַם פֿאָטער װײַל ס'פּאַסט איר נישט נישט האָבן אַ מאַן אַ בן תורה. און דערװײַל מערט מען זיך װי די תורה האָט געבאָטן. קנײַנע האָרע אַבי אָף שמחות...
נכתב על ידי , 23/2/2003 01:55  
2 תגובות   הצג תגובות    הוסף תגובה   הוסף הפניה   קישור ישיר   שתף   המלץ   הצע ציטוט



67,288
הבלוג משוייך לקטגוריות: החיים כמשל , דת , פילוסופיית חיים
© הזכויות לתכנים בעמוד זה שייכות לקטלא קניא אלא אם צויין אחרת
האחריות לתכנים בעמוד זה חלה על קטלא קניא ועליו/ה בלבד
כל הזכויות שמורות 2025 © עמותת ישראבלוג (ע"ר)