לדף הכניסה של ישרא-בלוג
לדף הראשי של nana10
לחצו לחיפוש
חפש שם בלוג/בלוגר
חפש בכל הבלוגים
חפש בבלוג זה

קטלא קניא

אַ טאָג אַ מלאך, אַ טאָג אַ גלח - יהי רצון ס'זאָל זײַן תמיד אַ געלעכטער

כינוי: 

מין: זכר





מלאו כאן את כתובת האימייל
שלכם ותקבלו עדכון בכל פעם שיעודכן הבלוג שלי:

הצטרף כמנוי
בטל מנוי
שלח

RSS: לקטעים  לתגובות 
ארכיון:


<<    מרץ 2004    >>
אבגדהוש
 123456
78910111213
14151617181920
21222324252627
28293031   

3/2004

מײַן ייִדישקײט; לא תבושי


הײַנט אינדערפֿרי האָב איך געמאַכט מײַנע קינדערס סענדװיטשעס זאָגענדיק ברכת התורה און געשניטן דער קאָקאָש קוכן בײַ ויאמינו בה' ובמשה עבדו. בײַ תחנון איז מיר אײַנגעפֿאַלן אַז אפֿשר איז עס שױן י"א אדר און װיבאַלד מגלה נקראת בי"א דאַרף מען נישט זאָגן תחנון. רעכענדיק אַז זונטיק איז פּורים הײסט עס אַז הײַנט איז נאָך דער צענטער איז מיר אױסגעקומן אַז הערשט דאַרף מען יאָ תחנונען. תחנון װען מען דאַװענט בײַם כּותל איז נישט אַזױ געפֿערלעך. ס'איז נישט דאָ קײן ספֿר־תורה ממילא דאַרף מען נישט פֿאַלן אױפֿן פּנים און מען קען טון אַנדרע זאַכן בשעת די ליפּן ריקן זיך אין תפֿלה. װי צום בײַשפּיל הײַנט אינדערפֿרי האָב איך געריקט טעקעס פֿון מײַן בשבתך צו מײַן ובלכתך (דעסקטאָפּ צום לעפּטאָפּ בלע"ז.) מאָנטיק און דאָרערשטיק איז אָבער אַ צװײטע מעשה און דעמאָלסט קען איך מיך נישט ערלױבן אַזאַ ברײטהאַרציקײט צו בורא דעלמא כּולי.

 

תחנון בכלל האָט אַ מזל אַז מען האָט עס אַװעקגעשטעלט פֿאַר אשרי־ובא־לציון װײַל אַזױ זאָגט מען עס כאָטש. מה שאין כּן אַלעס װאָס קומט נאָך קדושא דסדרא  והמבין יבין. פֿאַרדעם מן הסתם זאָגט מען והוא רחום יכפּר עון פֿאַרן סוף פֿון ובא־לציון צו האָבן אַ כּפּרה אױפֿן שיר־של־יום, קוה און עלינו. אַמאָל מיז עס מכפּר זײַן אױף מנחה־מעריב און נאָך אַנדרע עבירהלעך אױף װאָס מען קען זיך לײדער נישט העלפֿן.

 

למעשה יעצט אַז די טעג װערן לענגער װערט מנחה אַ קלענערע פּראָבלעם און גאָט העלפֿט אַז מען כאַפּט אַרײַן װאָס מער מנחהלעך. איך װײס נישט פֿאַרװאָס, אָבער װען איך דאַװען מנחה אינטערװעגענס געדױערט מײַן שמונה עשרה אַסאַך לענגער װי װען איך דאַװען אין שיל. איך רעד שױן נישט װען איך דאַװען אין דער הײם װאָס דעמאָלסט געדױערט שמונה־עשרה אַזױ לאַנג װי אַ יהא שמיה רבא. איך מײן עס איז אפֿשר װײַל אינטערװעגענס אָדער אין מײַן ביוראָ װען איך דאַװען מנחה איז עס גנײביש. כּלומר איך שטעל מיך ערגעץ אין אַ װינקל און איך מאַך מיך װי איך קוק אַרױס פֿון אַ פֿענצטער אָדער איך רעד אױף מײַן סעליולער און איך געב אַ דאַװען אָפּ. גאָט פֿאַרגעבט מיך אװדאי אַז איך ביק מיך נישט פֿאַר אים געהעריק און איך טרעט נישט עושה שלום אַ מעטער אַ טריט. פֿון דער גניבה װערט אַזאַ סאָרט װעט. װעט מען מיר כאַפּן װעט מען מיר נישט. און אַז מען װעט זיך װיל מען געװינען און מען װיל דער געװין זאָל זײַן ערלעך פֿאַרדינט אָן חכמהלעך. ממילא מיז דער שמונה־עשרה זײַן אַזאַ לענג אַז װען איך טרעט אױס עושה שלום זאָל איך האָבן דער הנאה אַז 'אײַ מײד איט' און ס'איז געלונגן צו דאַװענען אָן מען זאָל מיר פּאַקן בײַם 'גניבה'.

 

יענער װאָך דאָנערשטיק איז מיר לײדער נישט אױסגעקומן צו דאַװענען מנחה. װאָס זאָל איך טון, אָבער עס קען זיך מאַכן. איך האָב אױך געהאַט מיט מיר יענעם טאָג אַ זעמל. טאַקע אַ פֿײַנעם זעמל, אַ המוציא לכל הדיעות, אָבער אָן װאַסער. נו, װאָס איז װערד אַ זעמל אָן װאַסער? װאָס קען מען דערמיט טון? שמעקן, שמײכלן דערצו, מאַכן איבער דעם אַ שלא עשני גױ מיט אַ שהחיינו? ס'איז אָנגעפֿער אַזױפֿיל װערד װי אַ פֿרױ אָן קידושין. אפֿשר אַ גוזמא װײַל דער זעמל קען מען כאָטש ראַטעװען מיט אַ זעקל. הודו לה' מײַן זעמל איז טאַקע געקומן אין אַ פּאַפּירענע זעקל און דער װאָס װײסט, װײסט אױך אַז טאָמער האַלט מען דער ברױט דורכן זעקל קען מען עס עסן אפֿילו אָן זיך װאַשן. האָב איך געמאַכט אַ המוציא און אַרײַנגעביסן בשם ומלכות. װען איך בין אָנגעקומן צי דער סקאָרינקע בײַ עק פֿונעם זעמל איז דער שטיקל געװען צו גרױס אַרײַנצושטעקן אין מײַן מױל בבת אחת אָבער צו קלײן אַז ס'זאָל זיך לאָזן גוט אָנכאַפּן כּלאחר יד דורך אַ זעקל. איך האָב אַרײַנגעביסן אײנס צװײ מאָל אין דער פּאַפּיר אָבער ברוך השם ס'איז קײנמאָל נישט אַרײַן אַ שטיקל פּאַפּיר אין מײַן מױל. שליחי מצװה װערן נישט געשעדיקט. אַ שאלה אױף אַ ברכה װאָלט עס למעשה נישט געװען װײַל איך האָב דאָך געמאַכט אַ המוציא און פּאַפּיר אין אַזאַ מצב איז אַ דבר הבא בתוך הסעודה ממילא דאַרף עס נישט אַ פֿרישע ברכה. מיט ברכת המזון האָב איך נישט געהאַט אַזױפֿיל מזל.

 

*****************************************************

 

שבת משפּטים האָט זיך אָנגהױבן אױף אַ לינקע פֿיס. פֿרײַטיק צו נאַכטס אַ פּאָר מינוט פֿאַר איך בין אַרױס געגאַנגן אין שיל אַרײַן האָב איך  מיך דערמאַנט אַז ס'קען זײַן אַז ס'איז שבת שקלים. מײַנע קינדער האָבן מיר קאָנפֿירמירט אַז ס'איז אַזױ און איך האָב געװוּסט אַז דער װאַקאַציע װאָס מען געבט אונז פֿון מוצאי שמחת תורה איז פֿאַריבער. יעצט הײבט זיך אָן דאָס רעדל פֿריש צו דרײען, פֿון שקלים צו זכור, פֿון זכור צו פּורים, פֿון פּורים צו פּרה, צו החדש, צו פּסח צו ספֿירה, שבועות, קלאָגן, תעניתים, שופֿר, סליחות און דער גאַנצער מעשה. מיט דעם מוט בין איך געגאַנגן אין שיל מקבל שבת זײַן.

 

צו לא תבושי האָט אױסגעבראָכן אין שיל אַ געשלעגערײַ. נישט חלילה מיט הענט, מײַן פֿרײַטיק־צו־נאַכטס שיל איז נישט גענוג חסידיש אַז מען זאָל זיך דאָרט קריגן מיט הענט. ס'איז געװען אַ סכסוך איבער אַ ניגון. מסביר זײַן דער קריגערײַ דאַרף אַ הקדמה. ס'איז אַ מנהג ישראל אַז צו לא תבושי טױשט מען דער ניגון צו אַ לעבעדיקער ניגון. נאָך אַ מנהג ישראל איז אַז לעבעדיקע ניגונים גײן אױפֿן סטיל פֿון אבגב, כּלומר דער צװײטער און דער פֿערטער פֿאַל זענען די זעלביקע. נאָך אַ מנהג ישראל איז דאָ אַז בײַ די סאָרט ניגונים איז דער דריטער פֿאַל גאָר שטאַרק לעבעדיק און ס'הײבט זיך אָן אַהאַ אַהאַ אַהאַ־אַהאַ־אַהאַ. און אַ פֿערטער מנהג ישראל איז דאָ אַז דער אַהאַ זינגט מען אױף בואי בשלום. אחרון אחרון חביב איז פֿאַרהאַן אַ פֿיפֿטער מנהג ישראל װאָס שטײגט איבער אַלע אַנדרע מנהגים: אַז מען קען טון אַנדערש פֿון אַ צװײטע טוט מען. און אַז אײנער האָט אײן מנהג איז דאָ ע' פּנים װיאַזױ צו טון אַנדערש.

 

װיאַזױ צו זינגן לא תבושי איז דאָ אָן אַ שיעור מנהגים. שכל װאָלט דיקטאַטירט אַז ס'זענען דאָ פֿיר שטיקלעך צו לא תבושי און דער ניגון האָט פֿיר פֿעלער װאָלט געװען פּאַסיק אַז יעדער פֿאַל פֿונעם ניגון זאָל פֿאַרנעמן אײן שטיקל.  שכל פֿעלט אָבער אײַנצוזען אַז לױט דעם אױסשטעל װעט מען זינגן בואי בשלום מיטן פֿערטן פֿאַל. דער פֿערטער פֿאַל איז אַן אױסגעװעפּטער װיבאַלד מען האָט עס שױן אײנמאָל געהערט בײַם צװײטן פֿאַל און ס'איז נישט כּבוד זאָגן ברוך־הבא צום שבת מיט אַן אױסגעװעפּטן מעלאָדי. חוץ מזה דאַרף בואי בשלום האָבן דער אַהאַ אַהאַ פֿאַל װײַל דעמאָלסט דרײען זיך ייִדן אױס צו מערב װאַנט און זײ האָבן ליב צו קלאַטשן די הענט און מקבל פּנים זײַן דער שבת קעניגן. אַזױ אױך קענען זײ אַרײַן גײן אין מזמור שיר ליום השבת מיטן ברען פֿונעם ניגון. װאָלט אפֿשר געװען אַ סברא מען זאָל צװײ מאָל איבערזינגן דער ניגון. דער ערשטער און דער צװײטער פֿאַל אױף לא תבושי, דער דריטער און דער פֿערטער אױף והיו למשסה און נאָכדעם איבערחזרן דער ניגון. אַזױ אױס האָט מען אַהאַ אַהאַ אױף בואי בשלום און אױך די ייִדן װאָס שטײן אױף צי ימין ושמאל שטײן אױף מיטן פֿרישקײט פֿונעם ערשטן פֿאַל פֿונעם ניגון. אַ פֿײַנע סברה און אַזױ טוט מען טאַקע אױף אַסאַך ערטער.

 

איז אָבער דאָ דער גרעסטער מנהג ישראל פֿון אַלע אַז מען מיז טון אַנדערש. ס'איז דאָ ייִדן װאָס האַלטן אַז דער ערשטער מאָל װאָס מען זינגט אַהאַ אַהאַ מיז זײַן בײַ בואי בשלום צו געבן בואי בשלום דער ערשטער ביס אױפֿן יאַגעדע. ס'זענען דאָ אַנדרע גאָר הײליקע ייִדן װאָס זאָגן איפּכא מסתברא. איך בין אַ מאָל געװען בײַ אַ גרױסער רבי אױף שבת שירה און דאָרט האָט מען געזינגן דער גאַנצער ניגון, נישט װײניגער װי אַלע פֿיר פֿעלער, אױף יעדער שטיקל. אױך ער טוט נישט אַזױ יעדער שבת אָבער לכּבוד שבת שירה מיז ער שאַפֿן אַן אַמביאַנס און געבן פֿאַר זײַן עולם עפּעס אַהײמצונעמן. אַ װאַרעמען ניגון אַ האָט אַ לענגער פּאָליצע לעבן װי אַ שטיקל קיגל.

 

על כּל פּנים האַלטן מיר אין מײַן שטיבל פֿרײַטיק צו נאַכטס פּרשת משפּטים און ס'האָט אױסגעבראָכן חילוקי דיעות. זה אומר בכּה וזה אומר בכּה. אָדער בעסער געזאָגט זה מזמר בכּה וזה מזמר בכּה. דער בעל תפֿלה האָט געװאָלט זינגן דער ערשטער פֿאַל אַלײן אױף לא תבושי. אױף דער צפֿון זײַט האָט מען אָבער געװאָלט זינגן דער צװײטער פֿאַל אױך. דער בעל־תפֿילה האָט זיך אָפּגעשטעלט און געװאַרט דער עולם זאָל אָפּזאָגן לא־תבושי אָבער זײ זינגן װײַטער. װאָס קען ער און דער עולם װאָס איז מער אינטערסירט אין דער זײגער טון? דער בעל־תפֿלה אַלײן האָט שױן אָפּגעזינגן לא־תבושי קען ער עס נישט װידער זאָגן אױפֿן קול. דער עולם װײַטער קען שרײַען װי הױך זײ װילן לא־תבושי אָבער אַז ס'איז דאָ זינגער און דאַװענער געװינען אַלץ די זינגער. אױסער דעם די װאָס װילן נישט זינגן דאַװענען אױך נישט צי הױך און זײ דרימלן, שמועסן אָדער קלאָטצן. האָבן טאַקע געזיגט די זינגער, די חסידים. אַזױ האָט רבי ר' בער צוגעזאָגט אַז חסידים װעלן שטענדיק זיגן. אין דאָס קומענדיקער שטיקל האָט דער בעל תפֿלה בעל־כּרחו געענטפֿערט אמן און זײ נאָכגעמאַכט און געזינגן איטליכע פֿעלער אױפֿן שטיקל.

 

זײערע מחלוקת איז אָבער געװען אַ טיפֿע. ס'איז דאָ װאָס זאָגן אַ די פֿיר פֿעלער פֿון די ניגונים זענען מרומז צו דער שם הויה כּלומר י־ה־ו־ה. און פּונקט װי דאָרט איז די צװײטער און פֿערטער אות דער זעלבער אַזױ מיט דער ניגון. לױט קבלה איז יוד מרומז צו חכמה און אבא און הײ איז מרומז צו בינה און אמא. די װאָס האָבן געװאָלט זינגן בײדע פֿעלער האָבן געװאָלט באַהעפֿטן דער טאַטע מיט די מאַמע און מאַכן אַ ייחוד העליון. דער בעל־תפֿלה האָט אָבער געהאַלטן אַז דער ייחוד קען נאָר פּאַסירן װען משיח קומט װי ס'שטײט אַז דער שם װעט װערן קאָמפּלעט נאָר נאָך מען זיגט איבער עמלק. ס'הערט זיך אפֿשר מאָדנע אַז אַזעלכע הױכע עניִנים האָבן זיך אָפּגעשפּילט אין אַ קלײנע שטיבל אױף אַ פּראָסטע פּרשת משפּטים. אָבער אַז יוסף הצדיק מיט זײַנע ברידערס האָבן זיך געדינגן צי אַ קעלבעל װאָס מען געפֿונט אין דער מאַמעס טראַכט איז אבר מן החי צי נישט איז עס אַזױ שװער צו גלײבן אַז אין לא תבושי קריגט מען זיך איבער אַ שם הויִה?

 

אַז איך האָב נישט אַ געלעגענהײט צו שרײַבן פֿאַר פּורים װוּנטש איך אײַך אַלע אַ פֿרײליכן פּורים.

נכתב על ידי , 4/3/2004 02:33  
29 תגובות   הצג תגובות    הוסף תגובה   1 הפניות לכאן   קישור ישיר   שתף   המלץ   הצע ציטוט



67,288
הבלוג משוייך לקטגוריות: החיים כמשל , דת , פילוסופיית חיים
© הזכויות לתכנים בעמוד זה שייכות לקטלא קניא אלא אם צויין אחרת
האחריות לתכנים בעמוד זה חלה על קטלא קניא ועליו/ה בלבד
כל הזכויות שמורות 2025 © עמותת ישראבלוג (ע"ר)