לאָמיך מיך צו אײַך פֿאָרשטעלן. איך הײס קטלא קניא און ביז פֿאַר אַ האַלבע יאָר צוריק האָב איך געװױנט אין װיליאַמסבורג אין דער בראָדװײ געגענט. מײַן שכן װאָס פֿלעגט צו װױנען מיט מיר טיר־בײַ־טיר און װאָס דער הױז געהער נאָך אַלץ צו אים איז נישט געבענטשט געװאָרן מיט קינדער. ער איז געװען בײַ אַסאַך דערהױבענע ייִדן אָבער לא עלינו ולא עליכם איז אים נישט באַשערט געװען קײן זרע של קימא. ער מיט זײַן פֿרױ האָבן דאָרט געװױנט אַסאַך יאָר, ער פֿלעגט צו שרײַבן חידושי תורה און זי פֿלעגט אױפֿצופּאַסן אױף קינער. אײן שײנער טאָג איז זי קראַנק געװאָרן און אַ קורצע טײַט שפּעטער איז זי אַװעק פֿון דער װעלט.
נאָך דער שבעה האָט מײַן שכן באַשלאָסן אַז ער פֿאָרט אַװעק אָפּרעכטן אַביסל גלות. פֿאַר ער איז אַװעקגעפֿאָרן האָט ער מיר איבערגעלאָזט די שליסלעך פֿון דער דירה און ער האָט מיר געזאָגט אַז איך זאָל עס פֿאַר אים פֿאַרדינגן, זיך אַראָפּנעמן צען פּראָצענט און דער רעשט אַרײַנצאָלן אין אַ גמ"ח װאָס ער װעט אָפּנעמן דער קרן דערפֿון אױף יענער װעלט. ער האָט מיט זיך גאָרנישט מיטגענומן חוץ פֿון אַביסל װעש און זײַן טלית און תפֿילין און אַלעס איבערגעלאָזט חוץ אַ קאָנטאַקט נומער אָדער אַדרעס. איבער די יאָרן האָב איך באַקומן פֿון אים פֿאַרשידענע גרוסן, אײנער האָט אים געטראָפֿן בײַם כּותל בעטלן און אַן אַנדרע האָט אים געזען אין אַ ישיבה אין קרית־ארבע. דאָס איז געװען פֿאַר פֿינעף יאָר צוריק און זײַט דעמאָלסט האָב איך פֿון אים גאָרנישט געהערט. איך װײס אפֿילו נישט צו ער לעבט.
ביקש יעקב לישב בשלווה און איך האָב געמײנט אַז אין װיליאַמסבורג װעל איך אױסלעבן מײַנע יאָרן. זענען אָבער אָנגעקומן חברה און זײ האָבן געזאָגט אַז װיליאַמסבורג געהער זײערס אױך. אַזױ װי איר װײסט אַוודאי האָבן זיך די אַרטיסטן פֿאַרליבט אין מײַן געגענט און זײ װילן פֿון מיר אָפּקױפֿן מײַן הױז און אױך מײַן שכןס הױז. זײ אָפֿערירן פֿאַר בײדע הײַזער צוזאַמן מיט דער בױדן אונטער די הײַזער ח"י מיליאָן דאָלער ($18,000,000). ברם דא עקא אַז לױט דער באַפֿעל פֿון די רבנים זאָלן מאריך ימים זײַן טאָר מען נישט פֿאַרקױפֿן פֿאַר די אַרטיסטן קײן לאַנד אָדער אַ הױז אין אַ תחום -שבת פֿון װיליאַמסבורג.
איך האָב געפֿרעגט אַ שאלה און מען האָט מיר געזאָגט אַז אױב מען פֿאַרקױפֿט דער הױז צוזאַמן מיט דער חמץ צו אַן אַרטיסט מעג מען. דער הױז װערט אַ טפֿל צו דער חמץ און אַזױ איז מען נישט עובר זײַן אױפֿן איסור דרבנן. און פֿאַרדעם טײַערער פֿרײַנד װענד איך מיך צו אײַך.
כּדי צו פֿאַרקױפֿן מײַן שכנס הױז מיז איך זײַן דערױף אַ בעל־הבית און דאָס בין איך נישט. אױסער דעם בין איך חלילה נישט אַ גנבֿ און איך װעל נישט פֿאַרקױפֿן אַ זאַך װאָס געהער נישט מײַנס. איך האָב געדינגן אַ גרופּע תלמידי חכמים אין כּולל חזון איש אין בני ברק אַז זײ זאָלן מיר געפֿונען אַ היתר. פֿאַרשטײט זיך אַז זײ האָבן נישט גענומן קײן געלט פֿאַר זײערע פֿאָרשט אָבער זײ װעלן באַקומן אַ שיבוש, נישט מער װי צװײ פּראָצענט, פֿאַר שׂכר בטילה.
יגעת ומצאת תאמין. נאָך זײ האָב געהערט אַז דער שכן האָט איבערגעלאָזט אַלע זײַנע חפֿצים כּולל זײַנע חידושי תורה, האָבן זײ אַזױ געפּסקנט. װיבאַלד הלומד את בן חבירו תורה איז װי ער האָט אים געבױרן זאָל מען עמעצער בעטן ער זאָל אַרײַנקוקן אין דער שכןס כּתבים און לערנען אַפּאָר חידושים און דערנאָך קען ער זיך רופֿן אַ יורש. איך טאָר דאָס אָבער נישט טון װיבאַלד איך בין אַ נוגע.
טײַערע חבר , איך שרײַב אײַך דעם בריװ װײַל מיר האָבן אױף אײַך געהערט אַז איר זענט גאָר אַ פֿאַרלעסלעכער ביזנענסמאַן און אױך אַז איר זענט אַ טױגליכער און איר פֿאַרשטײט שנעל אַ שטיקל חזקת הבתים. איר װיל אײַך בעטן אַז איר זאָלט מיר שיקן אײַערע אַדרעס און טעלעפֿאָן נומער און אײַערע באַנק פּרטים און מיר װעלן אײַך באַלד אַריבער פֿאַקסן צװײ בלאַט פֿון דער שכןס חידושי תורה. זײַט אַזױ גוט און פֿאַרטיפֿט אײַך נישט צופֿיל אין די חידושים װײַל איר קענט עס חלילה אָפּװענדן און איר װעט װערן אױס קינד. נאָך איר מאַכט אַ הדרן עלך װעלן מיר אַריבער פֿירן דער הױז אין אײַערע נאָמן און איר װעט באַקומן פֿינעף און צוואָנציק פּראָצענט (25%) פֿון די ח"י מיליון דאָלער. אין דער זעלבער צײַט װעלן מיר אױך איבערװײַזן צו אײַערע באַנק דער גאַנצער דירה געלט װאָס זאַמעלט זיך שױן בײַ אונדז אָן אַ היפּשע פּאָר יאָר. װי אױבן דערמאַנט איז דער קרן קיימת לעולם הבא און ממילא קענט איר געזונטערהײט מיט דעם זיך באַנוצן ביז אײַערע הונדערט און צװאָנציק.
מיר װילן אײַך בעטן איר זאָלט דאָס האַלט שטאַרק בסוד װײַל אַז קהל װעט געװױר װערן פֿון דעם געשעפֿט װעלן זײ האַלטן אַז זײ זענען די יורשים פֿון מײַן שכן װיבאַלד השמים שמים לה' וּװיליאַמסבורג נתן לבני יואל. אױך זאָלט איר אַזױ גוט זײַן און דערפֿון נישט רעדן אין מקווה װײַל עס איז שװער צו װיסן װער ס'באַהאַלט זיך אונטער די גרױסע הױזן און אזניים למכנסיים. עס איז זײער װיכטיק אַז מיר אַלעדיקן דאָס פֿאַר מכירת חמץ און ממילא בעט איך אײַך איר זאָלט מיר שיקן די פּרטים אומשנעלסטן.
איר דאַרפֿט אײַך נישט זאָרגן אַז איר װעט עובר זײַן אױף איסורים אָדער מען װעט פֿון אײַך עטװאָס צונעמן. איבער דער מכירה איז דאָ אַ װעד פֿון תלמידי חכמים װאָס כּמעט אַלע גײן שטרײַמלעך און איטליכע גײן אפֿילו װײַסע זאָקן. אײן ליטװאַק איז דאָ אָבער ער גײט אַ פֿראַק װאָס מען האָט בודק געװען און ס'האָט צװײ קנעפּלעך פֿון אונטן. חוץ פֿון דעם האָבן מיר אױך אַן אַטאָרני און אַ סי פּי אײ װאָס בײדע פֿאַרמאָגן ניטאַמאָל בשותפֿות אײן האָר אױפֿן באָרד. איר דאַרפֿט אױך אין זין האָבן אַלע מצװת ומעשים טובים װאָס איר װעט טון מיט דער געלט און דעמאָלסט װעט איר אװדאי זײַן אָפּגעהיטן. ועל כּולם װעט מען פֿאַרקױפֿן דער הױז מיט דער חמץ בײַ אַ שטאַרק פֿאַרלעסלעכע רב און איר קענט זיכער זײַן אַז אײַערע געלט װעט זײַן װײַס װי לבן למהדרין מן המהדרין.
איך װאַרט צו הערן אײַערע שנעלע תשובה אַז איך זאָל אײַך שױן קענען מעביר זײַן דער בית והעליה.
בכבוד רב,
קטלא קניא
Powered by: Gedoilim.con