איך גײ אַרײַן אין אַ ספֿרים געשעפֿט און איך בעט עפּעס אױף ייִדיש. ענטפֿערט מען מיר אױף ענגליש. איך האָב מיך נישט באַלײדיקט װײַל זײ האָבן דערמיט גאָרנישט געמײנט. הקול קול יעקב אָבער האַקראַװאַט איבער אַ בלױע העמד. אין דער זעלבער צײַט קען איך נישט לײקענען אַז ס'האָט מיר געגעבן אַ שטאָך. מען װיל צו מיר נישט רעדן ייִדיש. רבונא דעלמא כּולי װי װײַט בין איך פֿאַרפֿאָרן?
פּורים האָט מײַן זין זיך אָפּגערעדט אַז איך בין אַ 'באָרניג' טאַטע. ער זאָגט איך בין נישט גענוג לעבעדיק. איך צינד נישט אָן דער קאַר סטעריאָ צום העכסטן, איך לײג נישט אַ גומינע הענטשקע אױף מײַן קאַר פֿענצטער װישער, איך טײל נישט אַלפֿים, איך טאַנץ נישט אױף די גאַסן, איך טרינק מיך נישט אָן און איך גײ נישט אַרײַן אין דער פּורים גײסט כּדת וכּדין. פּורים בין איך געװען מער אינטערסירט פֿאַרװאָס מרדכי האָט נישט געלאָזט אסתר דערצײלן װעגן איר ייִדישע אָפּשטאַם.
װען אסתר איז געװאָרן אַ קעניגן איז פֿאַר די ייִדן גוט געגאַנגן. מען האָט זײ געלײַדענט צו דער קעניגליכע מאָלצײַט און זײ זענען געקומן, און אַ ייִד מרדכי האָט געקענט זיך דרײען אין דער קעניגליכע הױף און מען האָט אים נישט געזאָגט װי אין דער ליד 'ביסט אַ ייִד גײ װײַטער'. װען ייִדן גײט גוט לײגן זײ זיך אַרײַן אין ייִדישקײט מיט אַלע גלידער און ס'שפּראָצט אױף אַיעדן טאָג אַ פֿרישער חסידישע דינאַסטי. אין אַזאַ צײַט האָט מרדכין נישט געפּאַסט אַז ער האָט אַ פּלעמעניצע װאָס האָט חתונה מיט אַ גױ. נישט װעגן זײַן כּבוד פֿאַרשטײט זיך. ער האָט זיך געזאָרגט אַז מען װעט זאָגן אױפֿן זײדן ר' שמעיס אַן אײניקל אַז זי איז נעבעך אַראָפּ פֿונעם װעג.
ס'קען זײַן אַז מרדכי איז געװען פֿון די סאָרט ייִדן װאָס האַלטן אַז מען מעג, נײן מען מיז, שרײַען ייִדישקײט איבער אַלע גאַסן. אַ מנורה אין טײַמס סקװער, אַ תניא אין טאַהיטי, אַ ישיבה אין טײַלאַנד, אַ מנחה אין לאַ גאַרדיע ביז דער גאַס פּלאַצט פֿאַר קנאה. מרדכיס לעבעןס בליק איז געגאַנגן אָנגעפֿער אַזױ. אַ ייִד דאַרף זיך אַראָפּלאָזן די פּיאות און שרײַען אין אַלע געסער ה' אחד ושמו אחד. די ייִדן װאָס טון נישט אַזױ און גײן צו פּאַרטיס אין שושן הבירה און לעבן אַ טאָג זײ דאַרף מען אַלע מחזיר בתשובה זײַן. און װיאַזױ איז מען זײ מחזיר בתשובה? מען נעמט ייִדישקײט פֿון דער בית־מדרש אַרױס אין דער גאַס אַרײַן און זאָלן אַלע פֿרײַע פּלאַצן. און װאָס מער מען רעגט עמעצן אױף איז אַלץ אַ גרעסערע ראיה אַז ס'אַרבעט. װי דער דאָקטער זאָגט אַז אױב ס'טוט װײ איז אַ סימן אַז ס'אַרבעט. סוף סוף איז דאָך תורה נקנית ביסורים.פֿאַרדעם האָט פֿאַר מרדכי אַנדערש נישט געטױגט װי גײן שטײן אױף די גאַסן און זיך להכעיס נישט ביקן צו המןען צו װײַזן אַז ער װערט פֿאַר קײנעם נישט נתפּעל.
אַז פֿון אַ ייִד קען עפּעס אױסװאַקסן חוץ פֿון צו זײַן אַ גוטער ייִד האָט מרדכי געװוּסט. פֿאַר זײַן משפּחה איז עס אָבער נישט געװען לפֿי כבודם. אַפֿילו װען אַ ייִד קומט יאָ ערגעץ אָן איז עס בלױז צו העלפֿן ייִדן. ער האָט געהאַלטן אַז אַ ייִד טאָר נישט זײַן בראש, דאָס ברענגט נאָר צרות. מען װעט באַשולדיקן אַלע ייִדן װען זאַכן טױגן נישט. בעסער איז װען דער ייִד איז באַהאַלטן אין אַ הױכע אַמט און קײנער װײסט נישט אַז ער איז ייִד. דעמאָלסט קען ער אױפֿטון, שתדלנען, אַלעדיגן בײַ די הױכע פֿענסטערס.
װען מען דאַרף אַ טובה פֿון די סאָרט באַהאַלטענע ייִדן זענען זײ די בעסטע זאַך װאָס איז נאָר פֿאַראַן. ייִדן שומרי תורה ומצוות פֿון די מאָדערנע סאָרטן זענען װערד אױף כּפּרות. זײ זענען צי גרױסע חכמים. זײ קענען נישט פֿאַרשטײן פֿאַרװאָס ס'דאַרף זײַן דווקא װי הײמישע ייִדן װילן. מען זאָגט זײ רב װײס ענטפֿערן זײ רעב משה, מען זאָגט זײ אַ מגן אברהם האָבן זײ אַ רמ"א. קױם װאָס זײ האַלטן שבת און זײ מײנען אַז זײ קענען שױן כּל התורה כּולה. מען טרעפֿט אָבער אַ ייִד אָדער אַ ייִדענע װי אסתר קען מען זײ סטראַשן אם החרש תחרישי בעת הזאת און זײ װערן דערשראָקן. און אַז מען באַקומט פֿון זײ דער טובה איז עס װײַל אױך זײ זענען צו אונז מודה און טיף טיף װאָלטן זײ מאָרגן אָנגטון רבינו תם גאַטשעס נאָר זײ זענען נעבעך תינוקות שנשבו. אַמאָל טרעפֿט מען אַ גױ און אים קען מען אױך פֿאַרקױפֿן אַז דאָס איז רעליגעזע עינינים. אַלץ בעסער װי אַ ייִד אַ מבין. און אַז מען באַקומט פֿון אים דער טובה איז ער אַ זעלטענער אוהב ישראל און אױך ער װײסט אַז מיר פֿאַרמאָגן דעם אמת. װײַטער אַז ס'גײט נישט װײסט דאָך אַיעדער אַז עשו שונא ליעקב און מען איז נעבעך אין גלות.
דאָס זענען געװען מײַנע רעיונות אױף פּורים. מוצאי שבת האָב איך איבערגעהערט װי אַ ייִד פֿרעגן אַ צװײטן װיאַזױ זײַן פּורים איז געװען. האָסט עפּעס אױסגעטײלט? פֿרעגט אײנער דעם צװײטן. יאָ, פֿינעװערס, צענערס. יפּול מצדך אלף, הע. דאָס איז געװען נאָך שמונה־עשרה פֿאַר ויהי־נועם. דער פֿרעגער האָט װײַטער געדרשנט, פֿון אַלע װאָס גײן נאָך געלט זענען בלױז אײנס, צװײ אמתע נצרכים. ע, ע, מאַכט דער נדבן װאָס האָט שױן יעצט געהאַלטן בײַ ואתה קדוש, זײ זענען אַלע 'דזעניואין' חוץ אײנס צװײ. װיפֿיל געלט דער נדבן זאָל נישט האָבן װעט ער נישט מודה זײַן אַז ער טײלט אױס זײַן געלט לריק ולבהלה. יע, ענטפֿערט דער צװײטער, 'דזעניואין קרוקס'.