יענער װאָך פֿרײַטיק צו נאַכטס דערצײלט מיר מײַן טאָכטער אַז די ייִדן האָבן געמאַכט די עגל. װאָס איז דער עגל, האָב איך געפֿרעגט. עבודה זרה. און װאָס איז עבודה זרה, זי װײסט נישט. איך האָב נישט געװוּסט װיאַזױ צו פֿאָרמיולירן מײַנע װערטער איר צו ערקלערן דער חטא העגל. איך האָב געטראַכט צו זאָגן אַז די ייִדן האָבן געזאָגט אַז דער עגל איז דער אײבישטער אָבער מיר װיסן אַז דער אײבישטער איז דער אײבישטער. דער פּראָבלעם איז אַז אױב דער עגל איז דער אײבישטער איז טאַקע דער אײבישטער דער אײבישטער נאָר דער אײבישטער איז דער עגל און ממילא װאָס איז דער זינד?
װעט איר זאָגן דער אײבישטער איז דער אײבישטער און דער אײבישטער איז נישט אַ קאַלב. װעל איך אײַך פֿרעגן איז זאָגט װאָס ער איז יאָ. װעט איר ענטפֿערן דער אײבישטער איז אנכי ה' אלקיך אשר הוצאתיך מארץ מצרים. װעל איך אײַך זאָגן, נו די ייִדן האָבן אױך געזאָגט אלה אלהיך ישראל אשר העלוך מארץ מצרים איז זאָגט איר פֿאַרװאָס איז דער עגל נישט דער אײבישטער, און אַז גאָט איז נישט דער עגל זאָגט װאָס ער איז יאָ? איר װעט זיך צופֿלאַמן און שרײַען װאָס הײסט, ה' הוא האלקים. װעל איך אײַך זאָגן אָבער װער איז ה'? אַז מען געבט אַ נאָמן פֿאַר אַן עגל ה' װערט ער דערמיט אַ גאָט? אװדאי נישט, איז װער איז דאָס ה'? װעט איר אַרױף גײן אַ פֿילאָזאָפֿישער שטיג און ציטירן דער רמב"ם אין זײַנע אני מאמיןס אַז גאָט איז נישט קאָרפּאָרעאַל, כּלומר ער האָט נישט אַ גוף און דער עגל איז יאָ געװען אַ דבר שיש בו ממש. פֿײַן, אָבער איר האָט אַלץ נישט געענטפֿערט װאָס גאָט איז יאָ. אַ היסטאָרישע גאָט? דער עגל האָט מען אױך געגעבן אַ היסטאָריע. אַן אַלמעכטיגער גאָט? מיר גלײבן בלױז אַז מאַכט װאָס מען זעט אין אַ שטורעם אָדער אין אַנדרע נאַטירליכע פֿענאָמינע איז דער פּראָדוקט פֿון זײַן אַלמעכטיקײט כאָטש מיר זען נישט זײַן האַנט דערין. האָבן די ייִדן דאָס און אַלע אַנדרע אײגנקײטן פֿון אדון עולם געקענט גלײבן אױפֿן עגל אױך. בלײַבט עס אַז מיר װײסן נישט װאָס גאָט איז און מיר װיסן בלױז װאָס ער איז נישט און ער איז נישט אַ קאַלב. אַ גוט מאָרגן, איך אױך נישט.
אפֿשר האָט משה רבינו דאָס אױך געשטערט און פֿאַרדעם באַלד נאָך דער עגל האָט ער געזאָגט פֿאַרן באַשעפֿער הראיני נא את כּבודיך, װײַז מיר גאָט װער דו ביסט. דײַן קול האָב איך געהערט, דײַנע װוּנדער האָב איך באַװוּנדערט, דײַנע װײַזגעבונגן האָבן מיר אַרױסגענומן פֿון די כּלים אָבער װער דו ביסט װײס איך אַלץ נישט. האָט מען אים געװוּזן אַ קניפּ פֿון אַ תפֿילין של ראש.
שבת אינדערפֿרי האָב איך געשטעלט מײַנע קינדער אַ קשיא. פֿאַרװאָס האָבן די ייִדן געמאַכט דער עגל? װײַל משה רבינו האָט געשפּעטיקט. האָב איך זײ געפֿרעגט אױב אַזױ װאָלטן די ייִדן געדאַרפֿט אױפֿנעמן אַ נײַע פֿירער נישט אַ נײַע גאָט. װאָס האָט משה רבינוס שפּעטיקן צו טון מיט אַן עגל? אײנער פֿון מײַנע זינען האָט געענטפֿערט אַז די ערב רב האָבן שטענדיק געװאָלט אַ נײַע גאָט נאָר זײ האָב מורא געהאַט פֿון משה. אַז זײ האָב געמײנט אַז משה קומט שױן נישט האָבן זײ דערפֿולט זײערע תאװה. דער תירוץ איז מיר שטאַרק געפֿאָלן. װיפֿיל עבודה זרהס װאָלטן מיר געדיענט װען מיר האָבן נישט מורא פֿאַר אונדזערע פֿירער און זײערע שבט לויניקעס?
מײַן אַנדרע זין האָט דערצײלט אַ מעשה פֿון רבי ר' מילך װאָס מען האָט אים דערצײלט אין חדר. דער רבי ר' מילך האָט געזען ברוח קדשו אַז ס'איז אים איבערגעבליבן עפּעס אַן עבירה און ער האָט זיך געפּלאָגט צו דערגײן װאָס דער זינד איז. האָט ער זיך דערמאַנט אַז אַלץ קינד האָט ער פֿאַר זײַן מאַמען דערלאַנגט אַ פֿראַסק. אױף תשובה צו טון האָט ער אַרײַנגעלײגט זײַן האַנט אין אַ פֿײַער און עס פֿאַרברענט. דאָס איז געװען בײַ נאַכט. אינדערפֿרי װען ער האָט געזען אַז ער האָט נישט אַ האַנט אױף װעלכע צו לײגן תפֿילין האָט ער חרטה געהאַט אױף זײַן נעכטיקער אַקט. האָט ער מתפּלל געװען און פֿון הימל האָט מען געמאַכט אַז ס'איז אים אַרױסגעװאַקסן אַ נײַע האַנט.
איך האָב מיך דערמאַנט אַז װען איך בין געװען אין חדר האָט מען אױך דערצײלט דער מעשה אָבער מיט אַפּאָר ענדערונגן. בײַ אונדז האָט זײַן מאַמע באַקומן נישט אַ פֿראַסק נאָר אַ פּאַטש אױפֿן ברוסט װען זי האָט אים געגעבן צו זײגן. הײַנטיקע צײַטן קען מען דאָך נישט רעדן פֿון ברוסט װײַל דאָס פֿאַרמאָגן נאָר פֿרױען אױף די רעקלאַמן נישט הײמישע ייִדישע בנות ישראל. און װאָס װעט דער רבי טון אַז אַ ייִנגל װעט אױפֿהײבן זײַן האַנט און פֿרעגן 'רבי, װאָס איז אַ ברוסט?' איז לײַכטער אַז מען טױשט עס צו אַ פֿראַסק. דאָס װײסן אַלע תינוקות של בית רבן װאָס דאָס איז.
מײַן ייִנגל האָט זיך געבײזערט װען איך האָב אים אַפֿירגענומן און געפֿרעגט צי די מעשה קלאַפּט. איך האָב אים געפֿרעגט צי שלאָגן אַ מאַמע װען מען איז אַ פּיצל קינד איז טאַקע אַזאַ עבירה. איך האָב געצײגט אױף אונדזערע אײפֿעלע און געפֿרעגט צי ער װעט דאַרפֿן תשובה טון װײַל ער געבט אַמאָל אַ פּעטשעל. און לאָמיר שױן זאָגן ס'איז יאָ אַן עבירה, האָט איך אים געפֿרעגט, איז עס שכלדיק צו פֿאַרברענען דער האַנט? איך האָב אים געזאָגט אַז אױב ס'איז אמת איז עס געװען אַ טפּשות װאָס ס'איז נישט פֿאַראַן איר פֿאַרגלײַך. דערנאָך האָב איך געװאָלט װיסן צי ער האַלט אַז דער האַנט איז טאַקע.צוריקגעװאַקסן. דאָ האָט ער מיר געהאַט װאָס צו ענטפֿערן. און קריעת ים־סוף גלײבסט דו יאָ? האָט ער געװאָלט װיסן. האָב איך אים געגעבן צו פֿאַרשטײן, אָן צו ענטפֿערן דער שאלה, אַז ס'איז אַ חילוק צװישן װאָס ס'שטײט אין דער תורה און יעדער מעשהלע. טאָמער איז אָבער דער מעשה אמת איז רבי ר' מילך יענער נאַכט געװען דער גליכלעכסטער מענטש אין דער װעלט. אַ האַנט אַרױף אַ האַנט אַראָפּ, אַ פּאָר פּראָבלעמן מיט זיך בלאָזן דער נאָז יענער נאַכט און די הכנות פֿאַרן תפֿילין לײגן זענען אים אַװדאי גאָר שװער אָנגעקומן, ער האָט אָבער נישט געהאַט אפֿילו אײן עבירה. איך מיז צולײגן אַז איך האָב הנאה געהאַט אַז מײַן זין זאַפּט אײַן חסידישע לעגענדעס אין זײַנע ייִנגע יאָרן. זאָל ער זײַן סקעפּטיש אין זײַערע אמתדיקײט אָבי ער זאָל האָבן איבער װאָס צו זײַן סקעפּטיש.
רעדענדיק פֿון רבי ר' מילך, איך האָב שטאַרק געװאָלט פֿאָרן קײן ליזענסק הײַ יאָר, איבערהױפּט נאָך איך האָב געהערט אַז ר' יוסף חייִם גרינװאַלד פֿאָרט אױך אַהין. איך קען אָבער נישט פֿאָרן װײַל איך האָב געהאַט אַ חתונה די װאָך אין ארץ־ישראל. אײגענטלעך קומט טאַקע דער בלאָג פֿונעם הײליק לאַנד. איך האָף אי"ה װען איך װעל זײַן צוריק אין דער הײם װעל איך אָפּשרײַבן אַ באַריכט פֿון מײַן באַזוך. אױף דערװײַל האָטס מיר אַ גוטן שבת.