לדף הכניסה של ישרא-בלוג
לדף הראשי של nana10
לחצו לחיפוש
חפש שם בלוג/בלוגר
חפש בכל הבלוגים
חפש בבלוג זה

קטלא קניא

אַ טאָג אַ מלאך, אַ טאָג אַ גלח - יהי רצון ס'זאָל זײַן תמיד אַ געלעכטער

כינוי: 

מין: זכר





מלאו כאן את כתובת האימייל
שלכם ותקבלו עדכון בכל פעם שיעודכן הבלוג שלי:

הצטרף כמנוי
בטל מנוי
שלח

RSS: לקטעים  לתגובות 
ארכיון:


<<    מרץ 2004    >>
אבגדהוש
 123456
78910111213
14151617181920
21222324252627
28293031   

3/2004

אַ פֿאַרשפּעטיקטע משלוח־מנות


פֿאַר איך דערצײל װאָס האָט מיט מיר פּאַסירט יענער װאָך דאַרף איך משלים זײַן צװײ גאָר װיכטיקע זאַכן װאָס זענען אַרױסגעפֿאַלן פֿון פֿריערדיקע בלאָגס. דער ערשטער איז גאָר אַ װיכטיקע מחלוקת װאָס איך האָב געהאַט מיט מײַן בני־בית זאָל זײַן געזונט.

 

דער מנהג איז אַ פּורים לײגט מען אַרײַן פֿאַר די מלמדים אין זײערע משלוח־מנות אַביסל מתנות־לאביונים. איך רוף עס לא יחרץ געלט, כאָטש איך מיז זאָגן אַז די מלמדים פֿון מײַנע קינדער דער יאָר שלאָגן ברוך־השם נישט. מײַן מנהג איז אַז איך לײג אַרײַן אין אַ קאָנװערט אַ פֿופֿציקער און דער קאָנװערט לײג איך צוזאַמן מיט דער פֿלאַש װײַן און די געבעקס צי אַנדרע עסן װאַרג. בײַ אײנס פֿון די מלמדים האָב איך געזען װי טאַטעס שטעקן דער געלט אַרײַן בײַם מלמד אין דער האַנט װען מען װינטשט אים שמחת פּורים. מען שמיערט אים דער דלאָניע פּשוטו כּמשמעו. דאָס האָט דער מעלה אַז דער טאַטע קען אַרײַן קוקן דעם מלמד אין די אױגן װען ער געבט אים זײַן מתנת יד, איך האָב דיך אינזינען, װאָס? דער חסרון דערפֿון איז אָבער אַז דער מלמד געבט עס אַ שטעק אַרײַן אין זײַן קעשענע אָן עס בודק צו זײַן צי עס איז אַ צװאָנציקער אָדער אַ הונדערטער. נאָר גאָר גרױסע חזירים געבן עס אַזױ אָפֿן כּאילו זײ צײגן אױף דעם װי דער באַשעפֿער האָט געצײגט פֿאַר משהן דער לבנה, אַ שײנע נתינה, האַ?. כּי לא דרכיכם דרכי, און מיט מײַן װעג װײסט כאָטש דער מלמד גענױ װיפֿיל ער האָט פֿון מיר באַקומן און ער באַקומט עס בדרך כּבוד. האָבן מיר בײדע פֿאַרדינט און זה נהנה וזה לא חסר.

 

איז געקומן צו די משלוח־מנות פֿרעג איך מײַן פֿרױ װיפֿיל זי לײגט אַרײַן בײַ די טיטשערס פֿון מײַן טאָכטער. זאָגט זי גאָרנישט אָבער זי האָט זײ געקױפֿט אַ מתנה. האָב איך געזאָגט געב איר אַ מתנה געזונטערהײט אָבער הלמאי זאָלן זײ נישט באַקומן אַביסל געלט. ממילא פֿאַראַיאָר האָסט דו מיר געטענהט אַז אירע טיטשטערס זענען מײדלעך און האָבן נישט קײן פֿאַמיליעס אױסצוהאַלטן מה שאין כּן די רביס. אָבער הײַ יאָר זענען איר טיטשערס אױך פֿאַרהײַראַט מיט קינדער אין שטיב איז װי די בנות צלפֿחד האָבן געטענהט למה נגרע. געלט איז דאָך נישט אַ מצװת עשה שהזמן גרמא איז מעגן זײ אױך דערפֿון געניסן. זי האַלט זיך אָבער בײַ אירס אַז איך זאָל מיך נישט אַרײַן מישן אין אירע חשבונות און פֿרױען האָבן אַנדרע מנהגים און זי מישט זיך אױך נישט בײַ די מלמדים און איך זאָל נישט קאַליע מאַכן אירע פּלענער. אײַ װאָס איז מיט שאף הן היו באותו הנס? אַ קשיא אױף אַ מעשה און ס'איז גענוג אַז זײ מיזן הערן דער מגילה.

 

איך האָב װײַטער געטענהט אַז מיר געפֿעלט נישט דער גאַנצער מנהג פֿון געבן פֿאַר די מלמדים און אַז עלטערן זענען אינטערסירט צו געבן זאָלן זײ עס אַרײַנטראָגן צו דער הנהלה און די הנהלה קען עס אױסטײלן. דער מצב איז אָבער אַז גאָט האַקט בײַ קײנעם נישט אָפּ פֿון זײערע באַלױנונג און ער צאָלט אַפּ פֿאַר איטלעכער פֿון זײַנע באַשעפֿענעישן מדה כּנגד מדה. און מלמדים װיבאַלד זײ געבן זיך אָפּ אַ גאַנצע טאָג מיט קינדער געבט זײ דער באַשעפֿער גאָר אַסאַך קינדער. איז עס זײ נעבעך באַשערט אַז מען צאָלט זײ גאַנץ װײניק פֿאַר זײערע פֿאַך אױפֿן חשבון אַז מער קינדער איז געװיס מער נחת און װיפֿיל מאָל האָב איך שױן געהערט אין שיל אַז נחת איז פֿיל מער װערד װי געלט. ביני לביני דאַרף מען אָבער די אָ קינדער פֿיטערן און אױסשטאָפֿירן און די מלמדים קוקן אױס אױף פּורים  אױף די מוציאלעך. דערװײַל האָט דער הנהלה נאָך נישט צוגעשטעלט אַזאַ אײַנאָרדענונג אַז מען זאָל קענען דורך זײ געבן פֿאַר די מלמדים, און אַז איך און אַנדרע װעלן אים נישט געבן װעט ער נישט האָבן אױף מצות און קאַרטאָפֿל מעל און ער קען נאָך קומן באָרװעס צו הלל אױף דער ערשטער נאַכט פּסח װײַל ער װעט זיך פֿאַרקױפֿן די שיך אױף ד' כּוסות װי עס שטײט בפֿירוש געפּסקנט אין שלחן ערוך. דעריבער האָט איך צו שטײַער געגעבן. האַלט איך מיט מײַן ייִדענע אַז כאָטש ס'געפֿעלט מיר נישט געב איך איז פֿאַרװאָס נישט פֿאַר די טיטשערס?

 

איז געבליבן אַז הײַ יאָר האָט זי שױן אַראַנזיערט מיט אַנדרע מאַמעס צו קױפֿן צוזאַמן אַ מתנה און זי קען נישט גײן פֿון הינטער זײערע רוקעןס מוסיף זײַן אַ מתנת יד און זײַן אַ שײנער ייִד אױף זײערע חשבון. אם ירצה השם איבער אַ יאָר װעט מען פֿריש דן זײַן דעם נושׂא והיה אם אמצא חן בעיניה װעט זי טון װי איך טו ראָטן.

 

און נאָך אײן זאַך, גאָר אַ װיכטיקע זאַך װאָס איז מיר אַרױס פֿון קאָפּ. אין אײנס פֿון די בלעטער װאָס מען טײלט אױס אין די שילן יעדער שבת װוּ עס שטײן געשריבן תורהלעך און מעשהלעך און גאָר װיכטיקע הלכות איז פֿאַר פּורים געשטאַנען הלכות פֿון פּורים. אין דער רובריק פֿון הלכות שטײט בדרך כּלל נישט קײן פּשעטלעך נאָר טרוקענען הלכות װאָס זענען נוגע למעשה. האָב איך הײַ יאָר געזען אונטער משלוח־מנות אַז מען קען יוצא זײַן משלוח־מנות מיט געבן צו אַן עבד כּנעני. איך קען אײַך נישט זאָגן װיפֿיל דאָס איז מיר צו ניץ געקומן.

נכתב על ידי , 30/3/2004 22:15  
11 תגובות   הצג תגובות    הוסף תגובה   הוסף הפניה   קישור ישיר   שתף   המלץ   הצע ציטוט



67,288
הבלוג משוייך לקטגוריות: החיים כמשל , דת , פילוסופיית חיים
© הזכויות לתכנים בעמוד זה שייכות לקטלא קניא אלא אם צויין אחרת
האחריות לתכנים בעמוד זה חלה על קטלא קניא ועליו/ה בלבד
כל הזכויות שמורות 2025 © עמותת ישראבלוג (ע"ר)