לדף הכניסה של ישרא-בלוג
לדף הראשי של nana10
לחצו לחיפוש
חפש שם בלוג/בלוגר
חפש בכל הבלוגים
חפש בבלוג זה

קטלא קניא

אַ טאָג אַ מלאך, אַ טאָג אַ גלח - יהי רצון ס'זאָל זײַן תמיד אַ געלעכטער

כינוי: 

מין: זכר





מלאו כאן את כתובת האימייל
שלכם ותקבלו עדכון בכל פעם שיעודכן הבלוג שלי:

הצטרף כמנוי
בטל מנוי
שלח

RSS: לקטעים  לתגובות 
ארכיון:


<<    אפריל 2004    >>
אבגדהוש
    123
45678910
11121314151617
18192021222324
252627282930 

4/2004

מה אספּרה, מה אספּרה


װער קען רעדן װער קען זאָגן װאָס שבת הגדול באַדײַט? בײַ מיר האָט עס באַדײַט אַז פֿרײַטיק־צו־נאַכטס האָט איך אַראָפּגעביסן אײנס פֿון די צײן פֿונעם פּלאַסטיק גאָפּל, שבת אינדערפֿרי האָב איך שיער נישט אײַנגעשלינגן מײַן לעפֿל און װען איך האָב געשניטן דער חלה האָב איך דורכגעשניטן דער טעלער וגם לרבות דער טישטעך. איך האָב געזאָגט מײַן פֿרױ אַז איך גײ דאָס שרײַבן האָט זי געזאָגט אַז איך בין מגזים. האָב איך איר געזאָגט און ואילו לא הוציא הקב"ה את אבותינו ממצרים הרי אנו ובנינו ובני בנינו משועבדים הייִנו לפרעה במצרים איז נישט אַ גוזמא. און איז דען נישט דער מחלוקת אין דער הגדה גענױ װיפֿיל מכּות די מצרים האָבן געכאַפּט נישט אַ מחלוקת פֿון װער קען מער מגזים זײַן? נאָר װאָס דען גזמאות אין טאַטענס טאַטענס אַרײַן איז אױך אַ מנהג ישראל.

 

אין אַ האָטעל זענען מיר נישט געגאַנגן װײַל מיר קענען זיך נישט ערלױבן אַזעלכע לוקסוסן און אױך װײַל איך האָב נישט ליב װען אַנדרע מענטשעןס טײַערע נשמהלעך טאַנצן מיר אױפֿן קאָפּ. ס'איז גענוג די מאַמע װאַרפֿט זײ אַרױס פֿון דער הײם און זײ קומן אין שיל אַרײַן, דאַרף איך זײ בײַם טיש אױך? ס'הײסט טאַקע שבת הגדול אָבער דער טעם דערפֿון איז דער זעלבע פֿאַרװאָס די צװײ פּסוקים פֿון קידוש שבת אינדערפֿרי הײסט קידושא רבא. אַזאַ סאָרט לשון סגי נהור אַז דער שבת װאָס מען דאַרף אױסשװענקן די כּלים אין דער באַד צימער װײַל די אָפּגאָסן אין דער קאָך טאָר מען נישט ניצן אַ מעת־לעת פֿאַר מען כּשרט זײ איז אַ ספּעציעלע גרױסע שבת. נישט מײַנע קינדער און נישט איך האָבן געקענט פֿאַרשטײן פֿאַרװאָס די בני־ישראל האָבן געדאַרפֿט צובינדן דער שאָף פֿונעם קרבן־פּסח דװקא צו אַ בעט אָבער מעשה שהיה כּך היה און דערפֿאַר עד כּאן אומרים בשבת הגדול. װי מען זאָגט אױף ייִדיש גרױס אין דער ערד.

 

דאָס איז צו פֿאַרשטײן אַז עד כּאן אומרים און דער רעשט דאַרף מען טון, װי איך װאָס איך בין אױף געװען ביז די פֿריע שעות צו כּשרן מײַן קאָך. ס'האָט אײנער אַמאָל געטײַטשט ורב כּמה שאמר רבבה, דער רב טוט װאָס די רביצין הײסט. מײַן רביצין איז געװען מײַן דײן װען איך האָב געכּשרט מײַן קאָך. איך בין קײנמאָל נישט זיכער צי איך האָב שױן דאָ געגאָסן און צי דער װאַסער איז אױך אַהין אָנגעקומן און צי אַלע װאַסער האָט טאַקע געזיט איבער דעם שטײן. ס'איז אָנגעפֿער װי װען מען פּוצט זיך די שיך און ביז מען ענדיקט דעם צװײטן זײַט שיך האָט זיך שױן דער ערשטער זײַט אױסגעטריקנט און מען איז נישט זיך צו מען האָט דאָרט אױך געפּוצט. מײַן דיין שטײט איבער מיר און זי פֿאַרזיכערט מיר אַז ס'איז אַלעס כּדת וכּדין און דער קאָך איז כּשר למהדרין מן המהדרין. דאָס איז אױך אַ חלק פֿון עד כּאן אומרים װײַל מחיית עמלק איז זײער אַ גרױסע מצווה און מען איז עס מקיים מיט אַ שבת זכור אײן מאָל אַ יאָר און אַז מען װיל זיך אָנשטרענגן זאָגט מען 'זײכער' און 'זעכר'. זכור את אשר עשה לך פּרעה איז ניטאַמאָל אַ מצווה און װיפֿיל געלט און מי קאָסט עס אָפּ און אַלעס אַז ענדלעך װען מען קומט אָן צום סדר זאָל מען אונדז זאָגן שפּרעה לא גזר אלא על הזכרים ולבן בקש לעקור את הכּל. אַז דער בעל הגדה האָט געהאַט אַ 'סענס אָװ יומאָר' קען קײנער נישט לײקענען.

 

די גאַסן זענען פֿיל מיט ישיבה בחורים אין די װײַסע העמדער, ציצית שפּראָצן זײ פֿון די הױזן אַרױס, פֿאָרן אַרום אין געדינגענע קאַרן מיט דיסקאָנטן פֿון אַװיס װאָס זײ באַקומן װײַל כּל ישראל ערבים און לױט ר' חיים איז ערבות אַ שותפֿות און אַז ערבות איז אַ שותפֿות איז נישט דאָ בײַ דעם גזל עכּו"ם און טעות עכּו"ם קען מען פּסקנען לקולא װײַל לױט דער אברהם פֿריד װאָס שרײַט אַרױס פֿון דער קאַר פֿענסטער איז יחיד ורבים הלכה כּרבים. די מײדלעך דרײען זיך אױך אַרום מיט די קלײדער װאָס קומן זײ אָן ביז די שיך, װאָס רעד איך שיך, ביז די װײַסע סניקערס. און חוץ אַז איר האָט אַ פֿעטיש פֿאַר דיקע װײַסע שטרימפּ װאָס זענען געזאַמעלט בײַ די קנעכל קען איך אײַך פֿאַרזיכערן אַז איר װעט נישט בעסער פֿאַרשטײן שיר השירים נאָך זײ באַטראַכטן.

 

אין שיל איז געװען אַזאַ יונגערמאַן װאָס איז אַהײם געקומן צום שװער אױף פּסח. ער איז אָבער אַהײם געקומן מיט אַ פּאָר װאָכן פֿאַר ראש־חודש װײַל מזל־טוב ס'איז אים געבױרן געװאָרן אַ בן־זכר און ער דאַרף גײן אין כּולל און ממילא קען ער זיך נישט אַן עצה געבן אָן זײַן שװיגער. װײַטער כּולל װעט ער נישט פֿאַרפֿעלן װײַל דער סימן שלחן ערוך װאָס ער לערנט אין הר־נוף איז נישט אַנדערש פֿון דער סימן אין לײקװאָד ממילא חוץ פֿון דער אװיר ארץ ישראל איז נישט קײן חילוק צי ער איז דאָ צי דאָרט. ער איז אַ ליטװישער גײַ, פֿון די ישיבישע טיפּן, זײַן באָרד איז גאָר קורץ אָבער װען ער מאַכט זיך זײַן קאַװע אינדערפֿרי נאָך ער ענדיקט זײַן פֿאַרטאָגס כּולל װאָס הײבט זיך אָן זיבן אַזײגער װען בלױז צוריק געבליבענע אַרבעטורער דאַװענען און ענדיקט זיך אַ פֿערטל פֿאַר אַכט װען איך קיש דער מזוזה דעמאָלסט מאַכט ער זיך זײַן קאַװע און ער זינגט זיך אונטער אױפֿן העכסטן קול 'געלט' און 'מי שאמר' פֿון ליפּא שמעלצער און  ער איז סופּער קול לשיטתו. ער האָט אָבער אין זיך עפּעס אַ חסידישע שורש נשמה װײַל ער פֿילט אָן זײַן קאַװע יום השישידיק און װען ער טראָגט עס אַרױס אינדערױסן עס צו טרינקן מיט זײַן ציגאַרעטעל גיסט ער אױס אינטערװעגענס אַזױ פֿיל װי מען שפּריצט בײַ דם, צפֿרדע. בלױז אײן קלײנער חילוק אַז אונטער זײַן טעפּל ליגט נישט אַ טאַץ.

 

עולם ס'איז ערב פּסח און ס'איז דאָ אַרבעט איבערן קאָפּ איז זײַט מיר מוחל, און אַז איך װעל האָבן אַ פּאָר מינוט װעל איך אם ירצה השם שרײַבן אַ פֿאַרשפּעטיקטע שבת־הגדול דרשה.

 

אױף דערװײַל איז מיר אײַנגעפֿאַלן בײַם הפֿטרה פֿון שבת הגדול אַ רמז פֿאַרװאָס רבנים, משגיחים, בעלי דרשנים, ראשי ישיבות און ראשי סעמינאַרן קענען נישט רעדן אָן צו שרײַען. װײַל מען האָט געזאָגט אין דער הפֿטרה וגערתי לכם באכל ולא ישחית לכם את פּרי האדמה, איז אַ רמז אַז אױב מען װיל נישט די פּירות זאָלן פֿאַרדאָרבן װערן מיז מען שרײַען ודו"ק.

נכתב על ידי , 4/4/2004 12:50  
6 תגובות   הצג תגובות    הוסף תגובה   הוסף הפניה   קישור ישיר   שתף   המלץ   הצע ציטוט



67,288
הבלוג משוייך לקטגוריות: החיים כמשל , דת , פילוסופיית חיים
© הזכויות לתכנים בעמוד זה שייכות לקטלא קניא אלא אם צויין אחרת
האחריות לתכנים בעמוד זה חלה על קטלא קניא ועליו/ה בלבד
כל הזכויות שמורות 2025 © עמותת ישראבלוג (ע"ר)