פֿרײַטיק צו נאַכטס האָט אײנער געזאָגט אין שיל אַז קאַפּיטאַלע שטראָפֿן בײַם בי"ד הגדול זענען געװען אַ יקר המציאות און אַז אַ בי"ד האָט געהרגט מער װי אײן מאָל אין זיבעציק יאָר איז עס געװען אַ בי"ד קטילא. דער שפֿתי חכמים אױף זײַן מערקונג איז געװען פֿאַרשטײט זיך אַז אשר נתן לנו תורת אמת און אונזערע לעגאַלע סיסטעם שטײט מיט אַ קאָפּ העכער פֿון אַלעס װאָס דער װעלט האָט צו פֿאַרקױפֿן סײַ בײַ אונז אין מערב און קל־וחומר װי אין די מדינות װוּ מען איז נאָך אַלץ מקיים מות יומת הנואף והנואפֿת. האָב איך מיך אָנגערופֿן און װאָס איז מיט די פֿיר הונדערט מכשיפֿות װאָס שמעון בן שטח האָט געהרגט. ער האָט מיך אָנגעקוקט און געגעבן אַ װױװע 'שױן' כּאילו 'שױן װײַטער, די מיט דײַנע מעשות', און די תורה האָט געזיגט.
שבת פּרשת שמיני איז מיר אײַנגעפֿאַלן אַ קשיא אױפֿן גמרא אַז חז"ל האָבן נישט געװיסט װאָס דאָס איז אַ זרזיר האָבן זײ געקוקט מיט װעם עס חברט זיך. זײ האָבן געפֿונען אַז עס דרײט זיך מיטן עורב און זײ האָבן געזאָגט דער באַװוּסטער אַפֿאָריזם 'פֿאַרװאָס איז דער זרזיר געגאַנגן צום עורב? נאָר פֿאַרדעם װײַל זײ זענען פֿון דער זעלבער באַנדע.' איז מיר שװער געװען אַן אײַזענע קשיא, אַ װעלטס קשיא, אַ באָמבע קשיא, און די קשיא גײט אַזױ. אפֿשר איז דער זרזיר גאָר אַ רײנער עוף, אַ צדיק גמור. אײַ, פֿאַרװאָס גײט עס צום עורב? איז פּשוט, עס װיל דעם עורב מחזיר בתשובה זײַן, ס'קאָסט דעם זרזיר בלוט אַז דער עורב איז אַ תינוק שנשבה און װײסט נעבעך נישט פֿון עפּעס אַנדערש. עס האַלט עס נישט אױס אַז דער עורב זאָגט נישט אַידערע אינדערפֿרי זײַן פּרק שירה און װען עס זאָל נאָר האָבן דעם טעם פֿון זינגן זמירות װאָלט עס באַלד געקומן צו לױפֿן װי דער פּסוק זאָגט טעמו וראו כּי טוב ה', דער זרזיר װיל אױפֿװײַזן פֿאַרן עורב אַז פֿון קאָפּערניקוס ביז גאַלילײאױ ליגט אַלעס אין דער תורה. און פֿאַרװאָס דװקא אַ מענטשן פֿרעסער װי אַן עורב און נישט עפּעס אַ קלײן שלימזלדיק טמאנע פֿײגעלע איז אױך פּשוט. אַז דער זרזיר װעט אַרײַנכאַפּן דעם עורב װעט עס קענען װײַזן פֿאַר אַלע פֿײגלעך פֿונעם אָדלער ביזן אַלבאַטראָס 'געב אַ קוק אַפֿילו דער עורב װאָס האָט שױן טועם געװען עולם הזה מיט אַלע מפֿרשים האָט שױן אױך אײַנגעזען דעם אמת און פֿון דעם איז אַ ראיה ברורה אַז אײַער לעבן איז אָפּגעװענדט מכּל וכּל'.
װאָס זאָל איך אײַך זאָגן, איך דרײ מיך שױן אַרום באַלד צװײ װאָכן מיטן קשיא און סגעבט מיר נישט קײן מנוחה. איך האָב געטראַכט אַז אפֿשר איז דער זרזיר געפֿאָרן קײן באַנקאָק און דאָרט איז מען נישט מחזיר בתשובה אָבער דאָס קלאַפּט נישט. דאָרט זענען הײַנט־צו־טאָג דאָ אױף יעדער פּתח של זונות אײן מחזיר בתשובה און אײן שומר אַז דער מחזיר בתשובה זאָל נישט װערן אַ מחזיר נשמות. אפֿשר איז דער עורב גאָר אַ באַאַמטער אין דער פּוטין רעגירונג אָבער דאָרט אױך טוט מען אױף אָן אַ שיעור פֿאַר ייִדישקײט. און װער רעדט נאָך בײַ די אָליגאַרכן איז עס לאין שיעור ולאין ערך װײַל כּל הגדול מחבירו יצרו גדול הימנו ממילא בײַ הױכע פֿענסטערס איז דאָ מער מחזיר בתשובה צו זײַן.
אַפּנים דער קשיא בלײַבט מיר שװער, פֿאַרשטײט זיך אַז חז"ל זענען חלילה נישט אָפּגעפֿרעגט און אַז זײ זאָגן אַז אַ זרזיר איז טמא איז עס טמא למהדרין. און אַז מיר איז שװער איז עס װי חסידישע ספֿרים געבן צו פֿאַרשטײן אַז קשיות קומעןן פֿון קליפּות און עבירות און פֿאַרדעם פֿרעגן נישט חסידים צו פֿיל קשיות װײַל זײ האָבן נישט ליב מודה צו זײַן אַז זײ זינדיגן אױך. אַז מיר װעלן אָבער תשובה טון װעט אונז גאָט אװדאי אױפֿלײַכטן די אױגן, אמן.