לדף הכניסה של ישרא-בלוג
לדף הראשי של nana10
לחצו לחיפוש
חפש שם בלוג/בלוגר
חפש בכל הבלוגים
חפש בבלוג זה

קטלא קניא

אַ טאָג אַ מלאך, אַ טאָג אַ גלח - יהי רצון ס'זאָל זײַן תמיד אַ געלעכטער

כינוי: 

מין: זכר





מלאו כאן את כתובת האימייל
שלכם ותקבלו עדכון בכל פעם שיעודכן הבלוג שלי:

הצטרף כמנוי
בטל מנוי
שלח

RSS: לקטעים  לתגובות 
ארכיון:


<<    אפריל 2004    >>
אבגדהוש
    123
45678910
11121314151617
18192021222324
252627282930 

4/2004

באָרד אַריכתא


דער 'לײטעסט' נײַעס איז אַז ל. פּ. האָט זיך אַרױפֿגעדרײט זײַן באָרד. אַ יונגערמאַן װאָס איז אַ בא בימים, דאָס הײסט אַז למעשה איז ער נאָך גאַנץ יונג אָבער ער האָט שױן קײן עין הרע אַ שטיב מיט קינדער, ועוד ידו נטויה, פּרנסה איז אַזױ אַזױ, אַביסל אין כּולל, אַביסל מיט שװאַכע קינדער, די פֿרױ פֿאַרקױפֿט טיכלעך און פּאַסט אױף אױף אַנדרע קינדער און מיט אַ שמיני שבשמינית (סעקשן אײט בלע"ז) האָט מען אױף שבת צו מאַכן און אַביסל אַװעק צו לײגן צו קענען פֿאָרן צום רבין אױף יום־טוב.

 

דער באָרד איז אָבער אַ גאַנץ אַנדרע מעשה. אַז ס'װערט װײַס איז טאַקע אַ ברכה און אַז מען איז זוכה װערט עס װײַס בײַ די אַכצן, פּונקט באַשערט אַז מען זאָל קענען גײן אונטער דער חופּה מיט אַ הערלעכע שטרײַמל, שנײ װײַסע זאָקן, גלאַנצעדיקע האַלבע שיך, פּיאות װי אַ טעלעפֿאָן דראָט און אַ הדרת פּנים פֿון אַ באָרד װי ר' אלעזר בן עזריה. װאָס טוט מען אָבער אַז ס'װאַקסט און ס'װאַקסט און ס'װאַקסט און ס'װײסט נישט קײן עק. אַ זקן אהרן שיורד על פּי מדותיו. װאָס טוט מען דעמאָלסט? ברענען? דאָס טוט מען נאָר מיט פּיאות. שנײַדן? פֿרעג איך אײַך. די פּרױ פֿאַרקױפֿט טיכלעך און ער שנײַדט זיך דער באָרד? איז דאָ אײן עצה און דאָס איז אַז מען דרײט עס אַרױף .

 

ס'איז נישט קײן עוולה און גאָר חסידישע ייִדן טון עס אױך, כאָטש בני־תורה און צדיקים גמורים טון עס װײניגער װי בעלי־בתים, און אין ארץ ישראל טוט מען עס װײניקער װי אין חוץ־לארץ. פֿונדעסטװעגן איז נישט דאָ קײן פֿלעק אָדער אַ סטיגמאַ באַהאָפֿטן צי דעם, און די װאָס זענען גאָר ערלעך און גאָר אױסגעאַרבעט האָבן דער ברירה זיך אַרױסצולאָזן דער באָרד פֿון פֿרײַיטיק נאָכן מקווה ביז שבת־צו־נאַכטס נאָך מלווה מלכּה. אױסער דעם איז דבר זה כּתוב בתורה ושנויִ בנביאים. אין משנה שטײט בפֿירוש בן בג בג אומר הפֿך בה והפֿך בה, והקשו המפֿרשים װאָס איז דער כּפֿל הלשון איז געבליבן אַז אײנס איז פֿאַר די פּיאות און אײנס פֿאַרן באָרד. צו דעם איז דאָ אַ קל וחומר װאָס איז אײנס פֿון די שלש עשרה מדות שהתורה נדרשת בהן אַז מה דאָך געלט װאָס מען קען נישט קײַען מעג מען דרייען קל וחומר אַ באָרד װאָס מען קײַט און קײַט איז אַװדאי אַז מען מעג דרײען און ממילא איז עס אױסגעהאַלטן לכל הדיעות.

 

דאָס איז אַלץ לאחר מעשה, נאָך מען האָט עס שױן אַרױפֿגעדרײט און מען לעבט אַ לעבן מיט אַ קביעותדיקע גומי אין דער באָרד אַז דער זקן אהרן זאָל נישט װערן אַ יורד לתוך היױך און ערב פּסח זאָל ער נישט דאָרט דאַרפֿן מאַכן בדיקת חמץ. דער מכּה בפּטיש, כּלומר דער מעשה פֿון אַרױף דרײען אַלײן דאָס איז שױן אַ צװײטע  פּרשה. הײבן הײבט זיך עס אָן מיט מחשבות װי ס'שטײט אין פּסוק סוף מעשה במחשבה תחלה. די מחשבות טראָפּן װי װאַסער אױף אַ שטײן. דער בחור איז צו לאַנג, גלעטן פֿון דער שפּאַלט אין די װאָנזע ביז צום סוף באָרד איז אַ ריס ומחצה, אַז ס'איז שױן גענוג הערן פֿונעם בני־בית ערב ובֿקר וצהרים אַז דער באָרד 'איז אַ מעס', אַז כאָטש שײנע פּיאות װאָס מען קען אַרױף שטעקן אַ פֿעדער אָן אָנצורירן אַ האָר זענען אַ הידור מצווה איז אַ לאַנגע באָרד בל־תוסיף, אַז ער שפּירט זיך פּריקרע מיט זײַן באָרד און גאָר אומבאַקװעם װען ער קומט צװישן מאָדערנע ייִדן װען ער האַלט אַז מען זיגלט אים אָפּ מכּוח זײַן באָרד װאָס ער האָט נישט אײַנגעפֿלאַנצט, ער האָט עס געמאַכט שפּראָצן און ער האָט נישט דיקטאַטירט אַז מען טאָר עס נישט 'אָנרירן' און פֿאַרװאָס זאָל ער, װאָס האָט אַסאַך מער נחת פֿון זײַנע קינדער װי זײ פֿון זײערע געלט, פֿאַרװאָס זאָל ער װערן באַזיגלט מיט אַ סטעמפּל על חטא לא לו?

 

נמנו וגמרו און ער האָט באַשלאָסן אַז דער באָרד קען מען אַרױפֿדרײען. די אײנציקסטע שאלה איז װען, װען איז דער שעת הכּושר אַרױס צו ברעגן, אָדער אַרײַצולײגן מן הכּוח אל הפּועל? זאָל ער עס טון אױף אַ יום־טוב, לאָמיר זאָגן אָנקומן אין שיל מיט זײַן נײַע 'הער־סטײַל' אױף דער ערשטער נאַכט פּסח? קען ער דאָך אָבער נישט װײַל ס'האָט נישט אַ טעם. אַ נײַע שטרײַמל לכּבוד יום־טוב אָדער אַ נײַע בעקיטשע ממילא, אַזױ איז מען דאָך מכבד דעם יום־טוב, אָבער אַן אַנגעדרײטן באָרד? װאָס איז דען דער גדולה? ער טוט עס דען אױף שענער אױסצוזען, אױף צופּוצן זיך? װײַל ער מאַכט דערפֿון אַן עסק? ער טוט עס װײַל... װײַל.... שװער צו זאָגן אָבער זיכער נישט װײַל ס'שטערט אים דעם צלם אלקים, װײַל ער שעמט זיך אַז ער איז אַ הײמישער ייִד.

 

װעט ער עס מיזן איבערלאָזן אױף אַ פּראָסטע װאָכנטאָג. װען ער פֿרעגט מיך װאָלט איך אים געראָטן אַז ער זאָל אױפֿשטײן פֿרי צו דער זיבן אַזײגער מנין װאָס דעמאָלסט דאַװענען די בעלי־בתים װאָס געבן נישט אַזױ אַכט אױף די ענינים. דאָרט װעלן מן־הסתם זײַן אַפּאָר אירע פֿון זײַנע חברה און זײ װעלן באַמערקן און װײַטער דערצײלן. אַזױ ביז ער קומט אָן דאָס נעקסטער מאָל אין שיל װעט ער שױן מיזן לאָזן דער באָרד אײַנגעדרײט װײַל אַז ער װעט עס װידער אַרױסדרײען װעט מען זאָגן אַז ער שעמט זיך מיט דעם און דאָס איז סתם אַ ליגענט.

 

איך האָב אים למעשה געזען דאָס ערשטער מאָל פֿרײַטיק נאָכמיטאָג. ער האָט מיך אָנגעקוקט און באַלד אַװעקגעקוקט װײַל ער האָט נישט געקענט סובל זײַן אַז אונזערע אױגן זאָלן זיך טרעפֿן. איך האָב געהאַט שטאַרק מיטלײַד מיט אים װײַל איך קען דער געפֿיל. די ערשטע פּאָר מאָל װען איך בין אַהײם געקומן מיט מײַן קורצע רעקל, קאָלירטע העמד און פֿיל פֿאַרביקע קראַװאַט האָב איך געהאַט ענדלעכע געפֿילן. זאָל איך פֿאַרמאַכן מײַן מאַנטל אַז מען זאָל נישט זען דער קאָנטראַבאַנד און דערבײַ זיך אײַנרעדן אַז ס'איז מיר טאַקע קאַלט כּדי נישט צו זײַן אַ שוטה אין מײַנע אײגענע אױגן, אָדער זאָל איך אָפֿן לאָזן מײַן מאַנטל און אָנפֿײַפֿן דער װעלט? און אױב מײַן מאַנטל איז אָפֿן זאָל איך גריסן מענטשן װאָס איך װאָלט אַנדערש נישט געגריסט זײ צו װײַזן אַז איך װער פֿאַר זײ נישט נתפּעל און איך באַהאַלט מיך נישט פֿון זײ אָדער זאָל איך זײ איגנאָרירן מכּוח איך האָב זײ אַלע אין בױדעם? און די װאָס איך גריס יאָ געװענדלעך זאָל איך יעצט גריסן אַגוטן און אױסזען כּאילו איך דאַרף זײערע הסכּמה אָדער זאָל איך בלױז אַראָפּ ברענגן מײַן גאָמבע כּמנהג װען צװײ הײמישע קאַרס גײן זיך פֿאַרבײַ? און װאָס טו איך מיט די צדיקים װאָס אַזױ װי זײ זען מיר אין בגדי עשו װילן זײ מיר דווקא יאָ גריסן און מיר זאָגן אַז זײ זענען נישט אַזױ פֿאַרגעטאָט װי זײ מײנען אַז ס'דאַכט זיך מיר?

 

דאָס איז אױך נאָך נישט אַלעס. מיטאַמאָל באַמערק איך אַז איך האָב אַ מױל. זאָל איך עס פֿאַרמאַכן און אַזױ באַהאַלטן אַ שמײכל װאָס בושה קען אָנברענגן אָדער זאָל איך עס אָפֿן לאָזן און חושש זײַן אַז אפֿשר װעלן זיך מײַנע ליפּן אומװעלענדיק ריקן און ס'װעט נתגלה װערן װאָס טוט זיך בײַ מיר אין מוח? פֿאַרמאַך איך מײַן מױל און איך האַלט עס אױף אײן פּלאַץ און אַזױ װי יענער גײט דורך באַטראַכט ער מיך מיט אַ קרומע אױג און גריסט מיך אָן קוקן אין מײַנע אױגן. ער שעמט זיך אױך פֿון מיר, ער װײסט נישט צי ער זאָל זאָגן 'קטלא, זעסט גוט אױס' אָדער זיך נישט צו טון מאַכן װײַל 'אַ גרױסע גדולה, ער מײנט אַז מיט דעם װעט ער געפֿעלן בײַ די גױים. ס'װעט אים גאָרנישט העלפֿן ער בלײַבט װײַטער אַ ייִד. סײַװי, װײסט װיפֿיל חבירים איך האָב װאָס גײן אַזױ?' און אַזױ װי איך גײ אים דורך און איך מײן אַז דער קריזיס איז שױן פֿאַריבער געט זיך מײַן צינג אַ שטעק אַרױס צו לעקן מײַנע ליפּן און יצא שכרו בהפֿסדו.

 

מײַן שכן האָב איך געזען פֿרײַטיק נאָך זײַן מקווה, איך האָב אים גאָרנישט געזאָגט און אים בלױז געגריסט. ער האָט מיך געגריסט אָן צו קוקן אױף מיר. דער באָרד איז שײן אײַנגעדײט און איך מיז זאָגן ער זעט אױס אַסאַך בעסער. ער האָט פֿאַרשטײט זיך נישט עובר געװען אױף קײן שום איסור און אַז מען קען מבער זײַן חמץ מיט פֿולע שאַפֿערס, מאַכן אַ רשות היחיד מיט אַ שטריקל און פֿון אַ דאַך מאַכן אַ דופֿן עקומה איז מען אַװדאי יוצא מצװת באָרד אריכתא כאָטש ס'איז באַהאַלטן װי אַן אַפֿיקומן. און װי אַן אַפֿיקומן קען מען עס אַרױסציען פֿון איר באַהעלטעניש און אַז ס'איז נײטיק קען מען עס טון פֿאַר חצות. אין מקווה אױך װעט מען נאָך אַלץ זען װער ס'האָט דער לענגסטער און ער װעט װײַטער קענען שטאָלצערהײט שאַמפּוען דעם פֿולן לענג. און פֿאַר דער גאַס װײַזט מען אַזױ אױך נישט דער בריתך שחתמת בבשרינו איז װעט מען דאָרט אױך נישט זען דער בחןטע ייִדישע צורה. יעקב אבינו האָט אױך געזאָגט למה תתראו, װאָס דאַרף מען בײַ אַנדרע אַרױס נעמן די אױגן?

נכתב על ידי , 29/4/2004 23:58  
33 תגובות   הצג תגובות    הוסף תגובה   הוסף הפניה   קישור ישיר   שתף   המלץ   הצע ציטוט



67,288
הבלוג משוייך לקטגוריות: החיים כמשל , דת , פילוסופיית חיים
© הזכויות לתכנים בעמוד זה שייכות לקטלא קניא אלא אם צויין אחרת
האחריות לתכנים בעמוד זה חלה על קטלא קניא ועליו/ה בלבד
כל הזכויות שמורות 2025 © עמותת ישראבלוג (ע"ר)