לדף הכניסה של ישרא-בלוג
לדף הראשי של nana10
לחצו לחיפוש
חפש שם בלוג/בלוגר
חפש בכל הבלוגים
חפש בבלוג זה

קטלא קניא

אַ טאָג אַ מלאך, אַ טאָג אַ גלח - יהי רצון ס'זאָל זײַן תמיד אַ געלעכטער

כינוי: 

מין: זכר





מלאו כאן את כתובת האימייל
שלכם ותקבלו עדכון בכל פעם שיעודכן הבלוג שלי:

הצטרף כמנוי
בטל מנוי
שלח

RSS: לקטעים  לתגובות 
ארכיון:


<<    מאי 2004    >>
אבגדהוש
      1
2345678
9101112131415
16171819202122
23242526272829
3031     

5/2004

הזמן קצר...


איך מיז בײַ אײַך מחילה בעטן, אײגנטלעך פֿאַרװאָס בעט איך מחילה? איך בין דען עמעצן עפּעס שולדיג? אָבער ייִדן זענען דאָך רחמנים בישנים און גומלי חסדים און קײנמאָל מײנען זײ גאָרנישט, חלילה, סתם אַ טשעפּער, 'איך האָב גאָרנישט געמײנט. אױ, איר האָט זיך באַלײדיקט,זײַט מיר מוחל כאָב באמת גאָרנישט אין זין געהאַט.' און צו אַ צװײטן, 'איך האָב נישט געװוּסט ער איז אַזױ סענסיטיװ, כאָב באמת גאָרנישט געמײנט און זײַט דעמאָלסט זאָגט ער מיר נישט גוט שבת.'

 

איך האַלט נאָך אָבער בײַ מײַנס אַז איך בעט אײַך איבער אױף נישט שרײַבן און אױף קורץ שרײַבן, אין רבנישע ליטעראַטור רופֿט זיך דאָס קצירת האומר, איז שױן מענינא דיומא אױך, אָבער הזמן קצר און עוללים שאלו ללחם וכו' וכו'. און גלײבט מיר אַז איך װאָלט נישט געטאָרט שרײַבן װאָס זאָל איך אָבער טון אַז אַרום מיר טוט זיך אַ װעלט און המקרא אומר דרשני און ממש עת לעשות לה' הפֿרו תורתיך.

 

לדוגמא, װי קען איך אײַך נישט דערצײלן אַז יענער װאָך שבת האָבן איך אונטערגעהערט (אײגנטלעך, פֿאַרװאָס אין ענגליש איז 'אָװערהערד' און אין ייִדיש איז אונטערגעהערט?) װי אַ ייִנגל דערצײלט זײַן חבר 'אונז האָבן אַ פֿעסטער נײער רבי, מיסטער שװאַרץ', 'אַ רבי מיסטער שװאַרץ?' װוּנדערט זיך דער חבר. 'יאָ, ער דעצײַלט פֿעסטע מעשות'

 

און אַז הײַנט אינדערפֿרי איז געװען אַ װיכּוח בײַם בין־השמשות פֿון צװישן דער שטילער און הױכער שמונה־עשרה צי עס איז דאָ תשעה עונים אָן דער צדיק װאָס דאַװענט נאָך צי ס'איז שױן דאָ נײַם אָמן זאָגערס אָן אים. איך האָב נישט גוט געצײלט און יענער הײבט זיך אױף דער שיך צי איך דאַרף נישט אפֿשר די פֿינגער פֿון זײַנע פֿיס צו צײלן.

 

און אַזױ כּהנה וכּהנה עשה ה' אלקים עמדי, זאָל מיר גאָט שענקן דער כּוח און דער צײַט צו קענען דערצײלן בלױז אַ שפּיץ פֿינגער פֿון דער הלך ילך פֿון זײַן געראָטן פֿאָלק. אױף דערװײַל איז לײדע דאָס אַלעס פֿאַר הײַנט און טוב מעט בכוונה...

נכתב על ידי , 12/5/2004 00:45  
9 תגובות   הצג תגובות    הוסף תגובה   הוסף הפניה   קישור ישיר   שתף   המלץ   הצע ציטוט



67,288
הבלוג משוייך לקטגוריות: החיים כמשל , דת , פילוסופיית חיים
© הזכויות לתכנים בעמוד זה שייכות לקטלא קניא אלא אם צויין אחרת
האחריות לתכנים בעמוד זה חלה על קטלא קניא ועליו/ה בלבד
כל הזכויות שמורות 2025 © עמותת ישראבלוג (ע"ר)