לדף הכניסה של ישרא-בלוג
לדף הראשי של nana10
לחצו לחיפוש
חפש שם בלוג/בלוגר
חפש בכל הבלוגים
חפש בבלוג זה

קטלא קניא

אַ טאָג אַ מלאך, אַ טאָג אַ גלח - יהי רצון ס'זאָל זײַן תמיד אַ געלעכטער

כינוי: 

מין: זכר





מלאו כאן את כתובת האימייל
שלכם ותקבלו עדכון בכל פעם שיעודכן הבלוג שלי:

הצטרף כמנוי
בטל מנוי
שלח

RSS: לקטעים  לתגובות 
ארכיון:


<<    מאי 2004    >>
אבגדהוש
      1
2345678
9101112131415
16171819202122
23242526272829
3031     

5/2004

לרבים השואלים


טרם אתחיל לדבר און נאָך אײדער איר הײבט אָן צו לײענען לאָמיך אײַך פֿאַרזיכערן אַז אין קטלא קניא איז נישט דאָ קײן שום חשש פֿון תקרובת עבודה זרה. שױן די לעצטע פֿיר און צװאָנציק שעה זינגן מיר אַלע מײַנע פֿאַרבינדונגן מאַשינען און מען פֿרעגט מיר צי קאַליאַנאַ קאַטאַ און קטלא קניא זענען קרובים און צי מיר זענען נישט אפֿשר מחותנים און צי איך בין פֿון די חוסטער קאַלאַניאַס אָדער פֿון די שיניעװע. ממילא בין איך מוסר מודעה אַז מיר זענען נישט פֿון דער זעלבע גזע, מיר זענען נישט געגאַנגן אין דער זעלבער חדר און מיר זענען נישט פֿאַרבינדן נישט בזה און נישט בבא. אַצינד קען איך רוּיק שלאָפֿן אַז איך שטײ נישט צו פֿאַרלירן מײַן מנין און אי"ה אױף שלש־סעודות װעט מען װײַטער קענען מאַכן אַן אלקינו.

 

דאָס זענען אַלעס גוטע װערטלעך איבערצודעקן דער סקאַנדאַל און דער עקלהאַפֿטיקײט פֿון די לעצטע פּאָר טעג. איך װײס נישט צי מען דאַרף װײנען אױף דער טפּשות פֿון די מאַסן צי אױף דער רשעות פֿון די פֿירער. היות ס'איז ברוך השם דאָ גענוג טפּשות בײַ די פֿירער און אױך פֿעלט נישט רשעות בײַ די מאַסן װעלן מיר שױנען אונזערע טרערן כּי רבים הם און תופֿס זײַן אומנות אבותינו און לאַכן.

 

הײבן הײבן זיך אָן די שאלות בײַ אַ ראַבײַ דונער, אײַנע הער ראַבינער פֿון דױטשלאַנד װאָס אַ דאַנק דער רציחה פֿון פֿראַנץ פֿערדינאַנד אין סאַריײַבױ האָט ער אָפּגעשאָקעלט זײַן פּױלישקײט צו װערן אַ יעקע. אין דער פֿאַרלױף פֿון יאָרן איז ער אָנגעקומן קײן ענגלאַנד און עובר געװען אױף לא תחרוש בשור וחמור יחדיו און געװאָרן אַ מישלינג פֿון אַ יעקע מיט אַ ליטװאַק. צוריק מיט אָנגעפֿער אַ יאָר האָט מען דעם ראַבײַ דונער דערװעלט אַז ער זאָל זיצן אױף רבנות שטיל אין אַנטװערפּן. אָבער װיבאַלד אַז מען האָט געװעלט פֿאַר זײַן קאַנדידאַטיע און דערצו זענען געװען געגענערס האָט ער ברוב ענותנותו אָפּגעזאָגט דאָס רבנותשאַפֿט. איז ער דערנאָך געבליבן װי אַ הינדל אָן אַ שוחט און ער האָט אָנגעכאַפּט דער חלף אין דער האַנט און זיך גענומן צום עבודה. און װער האָט פֿאַרדעם מורא צו האָבן? נו װער? אַזױ װי די גמרא זאָגט אױף ייִדן נאָך אַן פֿליענדיקע שטערן אַז די װאָס זענען געװױנט אין מכּות זײ דאַרפֿן פֿאָרכטן די ערשטע, אַזױ זענען פֿרױען מיט אַן אַרבײַטסלױזע רב.

 

האָט ער זיך גענומן צו די שײטלן. כּמה מעלות טובות למקום עלינו און װעלכע מעלה שטײגט דען איבער דער שײטל? כּבודו הרמה איז אַריבער געפֿאָרן קײן אינדיע און דער רעשט װי מען זאָגט איז היסטאָריע. היסטאָריע איז אָבער נישט קײן קלײניקײט, שאל אביך ויגדך,  און מען דאַרף דורכטון על מה ולמה יצא הקצף? אַנשטאָט זיך טענהן צי עס איז יאָ תקרובת צי נישט לאָמיר באַהאַנדלן די באַהאַנדלונגן פֿון די כּלי קודש װײַל אַז שיחת חולין של תלמידי חכמים צריכין לימוד איז כּל שכן האַרבע איסורים.

 

קומט צו גײן אַ שלוחא דרחמנא און ער פֿאָרט אַראָפּ קײן אינדיע בודק זײַן דער חשש איסור דאורייתא. װאָס הײסט דער פּסוק זאָגט דאָך וירד ה' לראות מאַכט רש"י אַז דיינים דאַרפֿן גײן אַלײן בודק זײַן, און אײַ דער פּסוק זאָגט אױך ושפֿטו העדה והצילו העדה אַז אַפֿילו אײנער זאָגט לזכות טאָר מען נישט הרגנען, שױן רעדסט דאָך װי אַן עם־הארץ. דאָרט רעדט מען פֿון הרגנען מענטשן און דאָ רעדט מען דאָך סך־הכּל פֿון אַביסל פּרנסה װאָס איז סײַװי באַשערט מראש השנה ועד ראש השנה. על כּל פּנים איז אונדזערע הער ראַבינע אַריבער קײן אינדיע און געמאַכט זיבן חקירות און זיבן דרישות װי מען קען פּטור װערן פֿון די שײטלן װאָס האַלטן אין אײן לענגער װערן און רחמנא לצלן װער װײסט װוּ זײ װעלן זיך אױסלאָזן. װיפֿיל איסורים האָט מען שױן געמאַכט און ס'העלפֿט אַ רעטעך. ער האָט זיך געפּלאָגט און ענדלעך האָט ער געשאָסן אַ קאָטער. ער האָט געפֿונען אַן עקזאָטישע נײַע איסור װאָס זײַט אליהו האָט זיך געקריגט מיט איזבלן האָבן נאָך עבודה זרות נישט אָנגעמאַכט אַזעלכע צרות פֿאַר פֿרױען. שױן צענדליקע מאָל װאָס מען אסרט שײטלן מחמת אביזרײהו דגילוי עריות װאָס איז יהרג ואל יעבור, אָדער װי מען זאָגט אױף ענגליש, 'שײַטעלס טו קיל פֿאָר', און ביז אַ מעת לעת זענען די צעטלעך איבערגעקלעבט מיט אַ לויה פֿון אַ דלפֿון און אַ פֿרישע ספֿר פֿון אַן אביון. יעצט אָבער האָט מען געפֿונען עבודה זרה און דאָס װעט קנאַקן. און אַז ס'װעט אײנער זאָגן אין איסור חל על איסור װעט מען אים באַלד ענטפֿער שוטה שבעולם, לעבור עליה בשני לאװין.

 

איז געקומן צו לױפֿן אונזערע ראַבינער. אתי ואייתי, אַ פֿאַריקטער מיט אַ פֿאַרוק און ער האָט זיך געטראָפֿן מיט דער מלאך חבלה װאָס שומרט דער טיר פֿון גיהנום און װי די מרגלים האָט ער געברענגט צו שלעפּן שײטלן אױף שטאַנגן און געזאָגט ושם ראינו את הנפֿילים, מיר האָבן אַלײן געזען װי ס'פֿאַלט אַראָפּ דער האָר. נאָר מיר קענען אײַך נישט זאָגן דער נאָמן פֿון דער עבודה זרה װײַל ושם אלהים אחרים לא תזכּירו על פּיך, מיר האָבן נישט געקענט אַרײַן גײן אין דער לשכּת הגזית טאַקע אין קאַליאַנאַ קאַטאַ װײַל עס איז אַ בית שעובדין בה עבודה זרה נאָר מיר האָבן מברר געװען וזה פּריה, גיט אַ קוק אָן דאָס איז דער האָר.

 

איז געגאַנגן דער אפֿרתי, װי דער תרגום יונתן זאָגט גברא פּליג, און איבערגעגעבן פֿאַר זײַן גורו װאָס דער הער ראַבינער האָט אים איבערגעגעבן און מען האָט באַשלאָסן אַז האָר לחמא עניא, אַז האָר בבזתא, האָר בשביא און האָר במלקיותא, איבער האָר מעג מען שלאָגן און ברענען און קאַליע מאַכן דער לעצטער פּרנסה װאָס מען קען האָבן אין דער זײַט װאָס מען דאַרף זיך צו דעם נישט אױסבילדערן, מען קען עס פֿירן פֿון דער הײם, די מוכסין קענען דערפֿון נישט אױסגעפֿונען װײַל ס'איז הײמישע קליענטן און נשים צדקניות קענען עס טון װען זײערע מענער זיצן און שטײגן. ברא כּד חטי אבוהי לקייה אָבער נשי כּד חטי שלאָגן זײ די מועצת גדולי התורה וחכמיה וסופֿריה װאָס זײ האָבן בירושה אַז לו תהיה לאשה כּל ימיו און אַז מען נײט אַ פֿרױ פֿאַרדינט מען אַ פֿרױ. גדול כּבוד הבריות שדוחה לא תעשה שבתורה איז געזאָגט געװאָרן פֿאַר מאָדערנע ייִדן װעמן די צדיקי עולם נעמן אַרום און קישן װיבאַלד זײערע װײַבער גײן אינגאַנצן אָן שײטלן און דאָס איז פֿיל פֿיל בעסער װי חלילה דינען עבודה זרה. רעדט אױך נישט פֿון הפֿסד מרובה װײַל אַז זײ האָבן קײנמאָל נישט פֿאַרדיענט װי קענען זײ װיסן װאָס ס'מײנט פֿאַרלירן? הפֿסד מרובה בײַ זײ מײנט די גזירות פֿון דער רעגירונג און צו דעם מעג מען אַלעס טון װי מען זאָגט דרײַ מאָל אַ טאָג ומלכות הרשעה מהרה תעקר.

 

לסיום הענין איז גדולה הסרת השײטלן יותר פֿון אַלע איסורים ביז הײַנט. ברוך השם ס'איז געלונגן, כּבוד שמים איז נתרבה געװאָרן און ס'איז מקויים געװאָרן לעין כּל ובכל אלהי ההודויים אעשה שפֿטים און װי בײַ קריעת ים־סוף שטײט דער גאַנצער װעלט און גאַפֿט אַז ביז אַ מעת לעת נאָכן איסור האָט סאָניאַ גאַנדי געװינען די װאַלן. כּידוע איז זי נאָך קײנמאָל נישט געגאַנגן אַ שײטל פֿון תקרובת און טאַקע פֿאַרדעם, אַזױ װי בײַ יעל אשת חבר הקיני, זענען די זכותים פֿון פֿרױען בײַגעשטאַנען שאף הם היו באותן הנס און דער באַשעפֿער האָט געברענגט אַ ישועה פֿאַר הודו דורך אַ פֿרױ.

 

הודו לה' קראו בשמו.

נכתב על ידי , 14/5/2004 00:09  
49 תגובות   הצג תגובות    הוסף תגובה   הוסף הפניה   קישור ישיר   שתף   המלץ   הצע ציטוט



67,288
הבלוג משוייך לקטגוריות: החיים כמשל , דת , פילוסופיית חיים
© הזכויות לתכנים בעמוד זה שייכות לקטלא קניא אלא אם צויין אחרת
האחריות לתכנים בעמוד זה חלה על קטלא קניא ועליו/ה בלבד
כל הזכויות שמורות 2025 © עמותת ישראבלוג (ע"ר)