
הוציאוה ותשרף (Jewboy)
װידער הזמן קצר והבעל־בתיתע דוחקת אָבער װי קען מען נישט שרײַבן אין אַזעלכע זמנים װען דער װעלט האָט זיך פֿאַרלױרן דעם קאָפּ און זיך פֿאַרברענט דער האָר. איך װײס אַז דער שטױב זעצט זיך שױן און מען רעדט שױן פֿון אַנדרע זאַכן אױך. זײַט אָבער זיכער אַז ס'קומט יעצט יום טוב און די גלאַנציקע סינטעטישע שײטלעך זענען שױן אַ װאָך אַלט און הײבן שױן אױסצוזען װי אַ װישבעזעם און אין פֿילע ייִדישע שטיבער װעלן פֿרױען זיך שעמן אַרױסגײן אױפֿן גאַס. און אַז דער יצר הרע װעט זײ זאָגן אַז די אַנדרע שײטלן זענען נישט אַזױ טרײף װי מען האָט געמײנט זענען זײ שױן ברוך השם פֿאַרברענט און זי װעט מיזן בײַקומן איר נסיון. אױף געװײנען פֿון ריבה אחת איז דער באַשעפֿער געגאַנגן קוקן הכצעקתה און איבערגעדרײט סדום איז װיפֿיל ריבות װעט ער הערן דעם יום־טוב?
איך לײען שױן אַז מען שרײַבט מי כעמך ישראל אױף דאָס העלדישקײט פֿון די פֿרױען. ס'װעט נישט לאַנג געדױערן און די מעשה װעט אַרײַן גײן אין די לעגענדעס פֿון אונזער פֿאָלק. איר װעט באַלד הערן פֿון פֿרױען װאָס װאַרטן שױן אַ יובל צו טראָגן און זענען מיט אַ מאָל געהאָלפֿן געװאָרן און פֿון קינדער װאָס זײערע לוקימיע איז פֿאַרשװינדן געװאָרן און די גרעסטע דאָקטױרים קענען עס נישט מסביר זײַן און אַלעס װײַל די פֿרױ אָדער אַ מאַמע האָבן זיך אױסגעטון די עבודה זרה פֿון קאָפּ. ס'זענען געװיס דאָ גענוג פֿרױען װאָס האָבן פֿון זיך אַראָפּ געװאָרפֿן דער עבודה זרה מיט אַ לשם יחוד אָבער װאָס זאָל איך טון אַז איך קען זײ נישט באַװוּנדערן. פֿאַר יעדער לשם יחודניק זענען דאָ צען ברוך (אָדער פֿאַרקערט) דיין אמת ניקעס.
נאַט אײַך עדות פֿון מײַן פֿרױ װאָס כאָטש זי איז פּסול לעדות איז זי נאָך אין יעדענספֿאַל אַזױ פֿאַרלעסליך װי די עדים פֿון הודו.
אײן פֿרױ האָט געזאָגט אַז זי האָט זיך נאָך אין איר לעבן נישט אַזױ געקריגט מיט איר מאַן.
נאָך אַ פֿרױ האָט געזאָגט איר מאַן לאָמיך זען גײ דו אין כולל אַרײַן מיט אַ רױטע טי־שירט װעסט דו װיסן װיאַזױ עס שפּירט זיך גײן אױף דער גאַס מיט אַ סינטעטישע שײטל.
נאָך אײנער אַז פֿרױען שטעלן איר אָפּ אױפֿן גאַס היתכן דו גײסט נאָך מיט דײַן יומען הער שײטל.
נאָך אײנער אַז זי מיט איר טאָכטער האָבן געװײנט װיאַזױ זי זעט אױס.
אַ מאַן האָט מיר געזאָגט אױף שבת אַז ער האָט נישט אײַנגעטײלט זײַן פֿרױ װאָס צו טון און האָט איר געזאָגט טו װי דו װילסט. זי האָט געזאָגט אַז טאָמער מיז זי אױסטון איר שײטל בלײַבט זי ענדערש אין דער הײם און זי װעט נישט אַרױסגײן.
נאָך אײנער אַז די שײטלמאַכערס האָבן אױסגעקױפֿט אַלע סינטעטישע פֿון די מעקלערס און מאַכן ריזיגע רווחים. איך האָב צו דעם געזאָגט אַז די שײטלמאַכערס האָבן פֿאַרלױרן אַסאַך געלט. בײַ די רבנים װאָס װעלן יעצט געבן אַ הכשר װעט עס זײַן רײן רווח.
נאָך אַ פֿרױ האָט דערצײלט אַז איר מימע װאָס גײט איר אײגענע האָר האָט פֿון איר געלאַכט אַז איר האָט געמײנט ביז הײַנט אַז איר זענט פֿרום, זענט איר געגאַנגן מיט אַן עבודה זרה אױפֿן קאָפּ.
נאָך אײנער האָט געזאָגט אַז כאָטש זי האָט זיך איבערגעטון דאַרף זי גײן נאָך יום טוב אױף אַ חתונה 'און װאָס מײנסט דו איך װעל גײן מיט דעם?'
מײַן פֿרױ זאָגט אַז ביז הײַנט זענען 'סקין פּאַרטינגס' געװען אסור מחמת גילוי עריות. יעצט אַז סינטעטישע שײטלן קומן אַלע מיט סקין פּאַרטינגס זענען זײ מיטאַמאָל מותר געװאָרן. ממש עת לעשות לה'
װאָס האָבן מיר דאָ צו רעדן פֿון װײַבערישע מעשות, װײסן מיר דען נישט אַז דמעותיהן מצויות? און די טרערן פֿון זײערע מסירת נפֿש װעלן צוזאַם פֿליסן מיט זײערע ערב־שבדיקע טרערן און ס'װעט גײן פֿאַרן כסא הכבוד און זײ װעלן טון גוטע שידוכים. דערװײַל װעט מען זאָגן אױף די רבנים אַז תש כוחם דהיתירא כנקבה אָן צו מערקן אַז די נקבות זענען די בעלי כוח און די רבנים די האַרץ־לױזע, געפֿיל־לױזע דיקטאַטורן װאָס װײסן נישט װאָס דער װאָרט 'דיגניטי' מײנט װײַל די מוני המצוות רעכענען עס נישט אױס און דער רמ"א ברענגט עס אױך נישט אַראָפּ. זײ װײסן פֿון כבוד התורה אָבער נישט פֿון כבוד הבריות. זײ שטעקן זיך אױס די כשר חזיר פֿיסלעך און זאָגן זײ האָבן נישט געהײסן פֿאַרברענען אָבער זײ האָבן נישט געהײסן פֿאַרלעשן װײַל די אותיות מ־ו־ת־ר זענען אױסגעריסן פֿון זײערע קלאַװיאַטור. איך האָב שױן אײנמאָל געברענגט דער מדרש װאָס רופֿט אָן די סנהדרין רױבערס װײַל זײ אסרן מיטן כּוח פֿון דער תורה. אָבער נאָך װי רױבערס.
שבועות האָט גאָט אונז אַלע געגעבן די תורה און װי קורח האָט געטענהט כל העדה כלם קדושים, כולם שמעו דברים בסיני מפּי הגבורה. ער איז טאַקע געװען קורח אָבער אַ פּיקח, אַ קליגער ייִד איז ער אַלץ געװען. איך מײן אַז איך האָב פֿאַראַיאָר געשריבן אַז שבועות בעינן לכם מרמז צו זײַן אַז מען קען פֿאָלגן די תורה און געניסן פֿון דער װעלט אױך.
האָט מיר אַלע אַ גוט יום־טוב.