ס'איז געװעזן אַ שײטל אַ לאַנגן
ס'איז אַרױס אױף איר גאָר שלעכטע קלאַנגן
מ'אָט געזאָגט אױף איר לענג
אַז ס'מאַכט הױזן צו ענג
און טאָר פֿאַר אַ ייִד נישט באַלאַנגן
ס'איז געקומן אַ שײטל צו פֿאָרן
מ'אָט געזען אַז זי האָט נישט קײן האָרן
'שמעתי מאפֿרתי
לך לטירופּאַטי
און דאָרט װעט מען דיר אינגאַנצן אָפּגאָלן'
אױך איז פֿאַראַן אַ רב הײסט ער דינער
אַ גאַנץ שװאַכער הוה אמינא
מ'אָט געפּסקנט ברכתו
איז שכּוחו וגבורתו/(נישט שנתן מחכמתו)
און ער'ז געװאָרן אַ מר בר רבינא
ס'האָט געפּסקנט רבינו אלישוב
װאָס מוריד הגשם והרוח משיב
אַז אַ שײטל פֿון האָר
איז אסור, איז קלאָר
וכתב בשם המלך אין להשיב
זענען געקומן צו שרײַען די פֿרױען
װאָס ייִדישע שטיבער טון בױען
לא ידעי רבנן מאי היא
הינדויִזם ואביזרייהו
און מען טאָר מער אַ רב נישט געטרױען
ס'איז נישט נײטיק צו אָנטון אַ שפּיצל
אַ שײטל געבט אױכעט אַ קיצל
ס'איז קלאָר װי דער הײַנט
רבנים האָבן אונז פֿײַנדט
און זײַ װילן אונז אָפּטון אַ שפּיצל
איז געװעזן אַ ייִד אָן אַ דירה
אױף לד בעומר געמאַכט אַ מדירה
כאָטש ער האָט נישט קײן געלט
שטײט ער אין קװעלט
װײַל אױף אַ שײטל זאָגט ער כּל חמירא
ס'איז געװעזן אַ פֿרױ אין בית שמש
װאָס האָט געפֿונען אַ האָר אין דער קרעמעש
אונטער איר טורבן
ניט דאָ קײן זכר לחורבן
מיז זײַן אַז ס'קומט פֿון איר מאַןס חומש
נאָך אַ פֿרױ איז דאָ הײסט זי הענא
זי האָט תמיד געפֿאָלגט אַלע מענער
אַ סינטעטישן מאָפּ
האָט זי געלײגט אױף איר קאָפּ
און פֿלײַסיק געלערנט צאנה וראנה
אױך איז דאָ אַ פֿרױ װאָס הײסט שפּרינצא
צו שבועות געפּרעגלט אַ בלינצע
פֿון אַ כּשרע תגלחת
האָט זי באַקומן אַ קרחת
און פֿון איר שײטל איז געװאָרן היכי תמצי
תחתונים ששו ועלזו אױף הױך
אַז שײטלך זענען אַרױף אין אַ רױך
אין אַ ייִדישע סטעטשקע
נישט דאָ מער אַ געטשקע
ברוך הנותן ליעף כוח