שבועות איז געװען נישקשה. מען קען זיך נישט אָפּרעדן, דער ענדע פֿון ספֿירה איז אַ לאַסט אַראָפּ פֿון די פּלײצע. מען דאַרף זיך מער נישט יעדער נאַכט דערמאַנען צי מען האָט נישט עפּעס פֿאַרגעסן מיט אַ נאַכט פֿריער. מען קען שױן הערן אַביסל געזאַנגן און דער װאָנזע דאַרף שױן נישט אַרײַן קריכן אין דער יױך.
דער ערשטער נאַכט יום־טוב צװישן מנחה און מעריב איז געזעסן אַ ייִד און געלערנט דער פּרשה פֿון קבלת התורה מיט זײַן זין. האָט ער געטײַטשט דעם רש"י אױף ותגד לבני ישראל, דברים הקשים כּגידים אַז גידים איז טײַטש ביטערע גראָזן. רופֿט זיך אָן אַ ייִד װאָס איז געזעסן אין דער זײַט אַז זײַן רבי פֿלעגט צו טײַטשן כּגידים װי אָדערן, װײַל אָדערן זענען זײער שטאַרק און דיק.
שבועות בײַם טיש האָבן די קינדער דערצײלט דער מעשה פֿון ר' מאיר און ר' דן. איך האָב שױן נישט געדענקט די פּרטים פֿון די מעשה האָבן די קינדער מיך אױפֿגעפֿרישט מײַן זכּרון. ס'איז אַ פּלא װי די ייִדישע לעגענדעס מישן אַרײַן הלכה אין אַלע זײערע מעשות. װען די ברידער גרים זאָלן האָבן געװען ייִדן און נישט דײטשן װאָלט די שטיף מאַמע פֿון חייִם און גיטל (הענסל ענד גרעטל) אװדאי געגאַנגן פֿרעגן אַ שאלה װעלעכע ברכה מען מאַכט אױף קינדער שלא הגיעו לחינוך, און צי דאָס איז נאָר בײַ אַ ייִנגל אָדער אַ מײדל האָט דער זעלבער הלכה. ר' מאיר איז דאָך אָבער יאָ אַ ייִדישע מעשה האָבן זײ דערצײלט אַז ער האָט געגעבן זײַן פֿרױ אַ גט מכּוח אַ פּשעטל. װיבאַלד ער האָט געדאַרפֿט אָנקומן צום צװײטן זײַט סמבטיון האָט ער דאָך געדאַרפֿט מחלל שבת זײַן. און אױפֿן װעג אַהין איז עס טאַקע געװען פּיקוח נפֿש צו ראַטעװען די ייִדן פֿונעם גלח אָבער װאָסאַראַ פּיקוח נפֿש איז דאָ אױפֿן װעג צוריק? ר' דן קען דאָך גײן אָן אים. אײַ זײַן פֿרױ? זײַט װען איז אַ פֿרױ פּיקוח נפֿש, ער װעט איר גטן און געפֿונענן אַ נײַע פֿרױ אױף צװײטן זײַט אַבי נישט מחלל שבת צו זײַן.
האָט איך געפֿרעגט מײַן זין אַז דער סמבטיון איז דאָך נישט דער לענג פֿון דער װעלט און ממילא האָט ער געקענט אַרום גײן אַנשטאָט אַריבער גײן, איז װאָס דאַרף מען מחלל שבת זײַן? האָט מײַן זין געזאָגט אַז איך פֿאַרשטײ נישט דער מעשה. די עשרת השבטים האָבן געלעבט אױף אַן אינזל אין מיטן דעם סמבטיון און ממילא איז געװען אומעגליך צו זײַ צוצוקומן חוץ אַז מען האָט מחלל שבת געװען.
און איך האָב מיך דערמאַנט פֿון דער פּיוט װאָס מען זינגט פֿרײַטיק צו נאַכטס סמבטיון הנהר/שבכל יום הוא רץ ונמהר/יוכיח בו מנוח/תשיב למין אשר שואל. און װיפֿיל מינים זענען געבליבן מיטן צינג אינדערױסן װען מען האָט זײ געזאָגט סמבטיון? אַ שטײן איז זײ אַרײַן אין מױל.
שבועות זענען מיר אױף געװען װי גוטע ייִדן. אַביסל געדרימעלט, אַביסל זיך געטענהט איבער די שײטלן און אַביסל אױסגעהערט אַ שיעור. תיקון איז שױן נישט פֿאַר מײַנע נערװען. איך קען נישט אַזױ פֿיל זאָגן, און ס'קומט מיר אַרױס פֿון דער נאָז סתם זאָגן און זאָגן אַבי יוצא צו זײַן. ל.ט. איז אַהײם געגאַנגן האַלב צװײ, האָט אים עמעצער געפֿרעגט צי ער גײט שױן אַהײם װײַל זײַן זין שלאָפֿט שױן און װער ער אים קענען אײַנרעדן אַז ער איז אױף געװען דער גאַנצער נאַכט. אין מקווה בײַם עלות בין איך נישט געלאָפֿן און איך האָב אױך אױסגערעדט פֿאַר קדושת כּתר אָבער אקדמות האָט מיך אָנגעװאַרעמט. דער בעל קורא האָט מיר געלײגט טרערן אין די אױגן בײַ מנן ומאן הוא רחימך און שפּײאַכץ אין דער מױל בײַ דער שור הבר מיטן בר פּלוגתא זײַנער. נאָכן מילכיקן קידוש האָט מען געזינגן די צװײ ערלײַ עליונים ששוס און כּד יתבין ישראל און טוב לי און אױך אױפֿן פּריפּעטשיק. מײַן טאָכטער זאָל זײַן געזונט האָט געזינגן ליטל הר סיני און שבועות איז קאָמינג, און איך האָב געדאַרפֿט מוסרן די ייִנגלעך אַז זײ האָבן פֿון איר געשפּעט.
שבועות צו קידוש האָבן מיר געהאַט צו גאַסט אַ פּאָר פֿאָלק פֿון קרית יואל, האָט זי דערצײלט אַז די פֿרױען װאָס גײן אַלץ שפּיצלעך זענען נישט צופֿרידן אַז מיטאַמאָל מײנט אַיעדער אַז מען קען זיך סתם אַזױ אָנטון אַ שפּיצל. האָב איך געטײַטשט לא כּל הרוצה ליטול את השײטל יבא ויטול, נישט יעדער קען זיך אױסטון דער שײטל, מען דאַרף זיך צו דעם אױסאַרבעטן ערשט.
שבת פּרשת נשא איז ברוך השם פֿײַן אַריבער. צו מנחה איז צוגעגאַנגן אַ יונגערמאַן װאָס זײַנע שיןס האָבן זיך געהערט װי צו גרױסע גאַלאָשן אין אַ רעגן. אױף קבלת שבת איז דער בעל תפֿלה געװען אַ ייִד װאָס האָט נישט געקענט קײנע ניגונים אױף לכה דודי. איז דאָ בײַ אונז אייִן בית המדרש אַ ייִד האָט ער אױך אַן אײדעם. און דער אײדעם איז אַ זײַדענער יונגערמאַן. ער דאַװענט װי אַ למד װאָװניק, ער שאָקעלט זיך און ברענט בײַם דאַװענען. מאַכט זיך אַז בײַ בעמוד ענן װען ער שאָקעלט זיך אין װאַרטונג אױפֿן פֿלאַם פֿון בואו ונצא גײט צו אים צו דער שװער, רױמט אים עפּעס אַרײַן אין אױער און קאַפּוט. דער התלהבות איז אַרױס פֿון דער פֿענסטער, ס'װערט מיטאַמאָל שטיל אין שיל און ס'שפּירט זיך װי אַ לאָמפּ האָט זיך פֿאַרלאָשן.
מײַן חשד איז געװען אַז דער שװער האָט געזאָגט פֿאַרן אײדעם אַז ער זאָל זיך אַביסל באַרוהיקן. דאָ איז אַ שיל נישט אַ ישיבה. קײן גאַנצע חושד בכּשרים בין איך נישט געװען מחמת מעשה שהיה. דער שװער האָט אױך מערערע זין. אַמאָל האָט מען צוגעשיקט דעם זין צום עמוד שבת נאָכמיטאָק אױף מנחה און דער זין האָט נישט געהאַט קײן חשק צוצוגײן. רופֿט זיך אָן דער טאַטע ברוב עם הדרת מלך 'איך הײס דיר בגזרת כּיבוד אב זאָלסט צוגײן.' דער זין האָט זיך געייִשובט אָבער דער טאַטע איז בײַ זײַנס אַז כּיבוד אב. טאָמער איך געדענק גוט האָט זיך אױפֿגעהױבן אַ יונגערמאַן און איז באַלד צוגעגאַנגן און אַזױ געראַטעװעט דעם מצב אַז דער זין זאָל נישט געשטרױכעלט װערן אין נישט פֿאָלגן און דער טאַטע זאָל נישט אפֿשר דערלאַנגן. אַן אײדעם איז טאַקע נישט אַ זין אָבער איך האָב געמײנט אַז ער האָט אים משתיק געװען.
קומט אָבער לכה דודי און ס'שטעלט זיך אױס אַז ער האָט סך הכּל געבעטן זײַן אײדעם אַז ער זאָל אונטערהעלפֿן דעם בעל תפֿלה מיט אַ ניגון.
עי"ש׃ מיר האָבן שױן איטליכע מאָל געבעטן דעם עולם אַז מען זאָל נישט קומן צו פֿאָרן װײַל מיר האַלטן זיך נישט ראוי זיך אײַנצוּװיקלן אין אַ פּעלץ און אַפֿילו סטראָקעס גײן מיר נאָר װײַל דער זײדע איז אַזױ געגאַנגן און דער שװער האָט אונז גענומן אױף דעם תנאי. דער זמן התגלות איז נאָך נישט דאָ און אפֿילו ר' גרשון קיטובער װײסט נאָך פֿון אונז נישט צו זאָגן. אײַ װעט איר פֿרעגן פֿון בר־פּחתי, איז דרײַ זאַכן. אײנס, תנא הוא ופּליג, צװײט, דחק ונכנס והשלישית איז ער געקומן לראות און נישט ליראות כאָטש ס'איז געװען אַ געװאַלדיקער קידוש השם אַז ס'איז מקויים געװאָרן לעין כּל דער מאמר חז"ל כּל הבורח מן הכּבוד וכו' און בזכות דעם איז ער טאַקע געװען אַ רואה ואינו נראה.