לדף הכניסה של ישרא-בלוג
לדף הראשי של nana10
לחצו לחיפוש
חפש שם בלוג/בלוגר
חפש בכל הבלוגים
חפש בבלוג זה

קטלא קניא

אַ טאָג אַ מלאך, אַ טאָג אַ גלח - יהי רצון ס'זאָל זײַן תמיד אַ געלעכטער

כינוי: 

מין: זכר





מלאו כאן את כתובת האימייל
שלכם ותקבלו עדכון בכל פעם שיעודכן הבלוג שלי:

הצטרף כמנוי
בטל מנוי
שלח

RSS: לקטעים  לתגובות 
ארכיון:


<<    מאי 2004    >>
אבגדהוש
      1
2345678
9101112131415
16171819202122
23242526272829
3031     

5/2004

שובו בנים שובבים חוץ...?


זײַט ל"ג בעומר קיצעלט מיר עפּעס פֿריש. ס'האָט זיך אָנגעהױבן פֿרײַטיק־צו־נאַכטס ערב ל"ג בעומר װען אין מײַן שיל האָט מען געזינגן בר יוחאי און ואמרתם כה לחי נאָך לכה דודי. מײַנע קינדער זענען געװען מיט מיר אין שיל און מיר האָבן אַלע שײן מיטגעזינגן און אינדערמיט איז מײַן האַרץ אַביסל שיטער געװאָרן פֿון די טראַדיציאָנעלע ניגונים און פֿון די שײנע געבלימטע װערטער, כאָטש זײ ערהאַלטן נישט קלײנע גזמאות װי נעשה אדם נאמר בעבורך. געזינגן דורך אַ ציבור ייִדן אַיעדער איבער זײַן סידור װײַל מען קען נישט די װערטער פֿון אױסענװײניק און דער אײַנפֿאַכער ניגון האָט מיר אַרומגענומן און אפשר גאָר אײַנגענומן.

 

און ס'איז מיר דורך אַ הירהור תשובה. אפֿשר טו איך נישט ריכטיק אַז איך שפּעט אַלעס אָפּ און איך מאַך אַ חוכא וטלילא פֿון כּל דבר שבקדושה. װאָס װאָלטן מײַנע קינדער געטראַכט װען זײ װײסן װאָס איך זאָג און טראַכט און װאָס װעלן זײ זאָגן אַז אײן טאָג װעלן זײ געװױער װערן סאַראַ תנא קמא זײ האָבן פֿאַר אַ פֿאָטער? װאָס װעלן מײַנע גוטע פֿרײַנד, שכנים, קרובים טראַכטן װאָס די מערסטע פֿון זײ האָבן מיר קײנמאָל שלעכטס נישט געטון און פֿון אַסאַך האָב איך גאָר אַ טובה. אמת זײ זענען נישט פּערפֿעקט אָבער װער איז דען יאָ? און אַז זײערע חסרונות האָבן אַ ייִדישן טעם האָבן פֿאַרדעם זײערע מעלות אױך איז װאָס בין איך זײ שטענדיק דן לכף חובה? און װאָס איז דער פּרײַז אַז מען זאָל מיר דערװישן? איז עס מיר טאַקע װערד צו דאַרפֿן גײן אין גלות קינד און קײט אַבי זיך צו קענען פֿרײַװיליג אױסשפּרעכן. און װעלכע געזעלשאַפֿט איז דען יאָ מקרב אַן אינערליכע שװאַרצזעער?

 

דעם אמתן געזאָגט איז עס נישט דאָס ערשטע מאָל װאָס עס פֿאַלט מיר אײַן אַזעלכע געדאַנקן. איך בין אַמאָל געזעצן מיט דרײַ חסידישע ייִדן װאָס האָבן מיך אױף עפּעס געדינגן און אין מיטן איז מיר דורך אַ שװאַרצע װאָלקן. זײ האָבן מיר נאָר געדינגן װײַל זײ רעכענען מיר װי אַ הײמישע און זײ קענען זיך מיט מיר דורכרעדן אױף מאַמע לשון און װאָס געב איך זײ פֿאַר דעם צוריק? יאָ איך געב זײ אַ סערװיס און זײ צאָלן מיר פֿאַר דעם אָבער װאָלטן זײ מיר געדינגן װען זײ װיסן פֿון מײַן לײַכטשעציקײט צו זײערע אָדער אונזערע לעבענס שטײגער? אַמאָל װערן אַזעלכע מחשבות נולד פֿון אַ פּחד אַז מײַן פֿאַרפּאַסער װעט װערן אַנטפּלעקט, אַמאָל בײַ אַ לויה װען איך טראַכט און װאָס װעט מען אױף מיר זאָגן, אַמאָל נאָך אַ טרױעריקע אומגליק, אַמאָל בײַ אַ חתונה צי סתם אַ שמחה און אַמאָל פּראָסט אַזױ אָן אַ סיבה.

 

ביז הײַנט זענען זײ אָבער נאָר געװען יוצא ונכנס און איך האָב מיך צוגעװױנט צו לעבן מיט אַזעלכע מחשבות. זײַט ל"ג בעומר גײן זײ שױן נישט אַװעק. אפֿשר האָט עס צו טון מיט דעם אַז מײַנע קינדער װאַקסן אונטער, אפֿשר װײַל װען איך קראַץ מיך דער קאָפּ איבער אַ ספֿר פֿילט זיך אָן דעם בלאַט מיט אַ מחנה פֿון האָר, אפֿשר מחמת דרוקענישן בײַם אַרבעט און אפֿשר גאָר װײַל איך בין אַזױ פֿיל צװישן גויים קומט מיר אױס מער צו זען און הערן אַז עשוס עולם הזה איז איבערגעטריבן.זײערע לעבן איז טאַקע לײַכטער אין פֿיל אַספּעקטן אָבער מיר האָבן גענוג זיך צו רימן מיט אונזער אַנדערשקײט.

 

אַזעלכע מחשבות לױפֿן מיר שױן אַריבער זײַט ל"ג בעומר און אין עקסטרעמע מאָמענטן פֿאַלט מיר אײַן מחני נא מספֿרך, איך מעק מיר אױס דער גאַנצער מעשה און פּטור אַן עסק. איז מיר אײַנגעפֿאַלן, נײן, מען דאַרף מאַכן תשובת המשקל באותו מקום, באותו זמן ובאותו אשה. איך װעל מיר װײַטער שרײַבן װאָס גײט מיר דורך מײַן מײנונג. װעט עס באַקומן אַן אַנדרע פּנים איז הכּל ריוח און אַז נישט איז אַ סימן אַז מען װיל נישט מײַן תשובה. איז נישט. דערװײַל מיז איך מיך גראַפּלן מיטן מײַן געבורטס פֿעלער פֿון נישט זײַן אַ ליטװאַק װאָס קען זינגן מנוחה ושמחה איבער אַ קאַלטע יאָגורט און פֿון נישט זײַן אַ חסיד װאָס אַ שטיקל הערינג איבער שלש־סעודותדיקע לשון הרעס איז גן עדן התחתון. אױף להכעיס װאַרעמט מיך אָבער אָן אַ בר יוחאי און איך שעפּ נחת פֿון תורתו מגן לנו/היא מאירת עינינו.

 

האָט ר' שמעון יאָ געשריבן דעם זוהר האָט ער נישט געשריבן דעם זוהר, פֿון בר יוחאי שעפּ איך װײַטער אַ פֿאַרגעניגן. איז זאָל איך עס לײקענען? צו װאָס, אַז די פּאָר תענוגים װאָס ס'זענען מיר געבליבן זאָל איך אױך נישט האָבן? און אַז אַזױ פֿיל ייִדן פֿאָרן צו אים און װערן דאָרט אינספּירירט װיל איך מיך פֿון זײ נישט אױסשליסן. גלײב איך יאָ גלײב איך נישט אַז דוד האָט געשריבן אַלע הונדערט און פֿופֿציק קאַפּיטלעך תהילים כּולל על נהרות בבל, אין די טרערן װאָס מען פֿאַרגיסט איבער זײ גלײב איך זיכער. איז מײַן גורל צו זײַן פֿאַרעלנט אױף אַן אינזל פֿון אפּיקורסות און אַגנאָסטישקײט אין דער מיט פֿון אַ רױשענדיקן ים פֿון אמונה. די װאַלן אַרום מיר װערן אַלץ העכער, איך באַװוּנדער זײערע קראַפֿט, איך װער אױפֿגעפֿרישט פֿון זײערע קילן שפּריץ אָבער איך װיל פֿון מײַן אינזעל נישט אַראָפּקריכן. און אױף צו שװימן אין דער ים מהיכי תיתי, אָבער זיך אַרױף זעצן אױפֿן שיף מיט אַזעלכע קאַפּיטאַנען איז מיר ענדערשער דאָס ביסל װאָס איך האָב אױפֿן אינזל. אױפֿן שיף װיל איך נישט אַרױף און איך בעט בלױז אַז מען זאָל מיר לאָזן זיך נאָכשלעפּן אין אַ ראַטירשיפֿל. נישט װײַל תמות נפֿשי מות ישרים. איך װיל לעבן דעם לעבן און איך װעל לעבן דעם לעבן. װאָס זאָל איך אָבער טון אַז איך קען מיך אין דעם נישט אינגאַנצן אײַנטינקן?

 

האָט מיר גאָט געגעבן דעם בלאָג, אַן ערי מקלט, מײַן פּלאַץ װי מען קען מיך נישט און װי איך קען מיך אײַנװיקלן אין שחורים און רעדן אױף מײַן נוסח. אַז ס'איז נישט צו גאָט זאָל עס כאָטש זײַן צו לײַט און אַז נישט עולם הבא װעל איך מיך באַגעניגן מיט עולם הזה. זעט אָבער אױס אַז װען גאָט װיל שטראָפֿן אַן אַפּיקורס שיקט ער אים אַרײַן אַ הרהור תשובה אין האַרצן.

 

נ"ב׃ איך האָב אַװעקגענומן הערות פֿון דעם שטיקל װײַל איך װיל נישט און איך דאַרף נישט חזק ואמץן. איך בין נישט איוב און װערט מיר נישט זײַנע רײַטגעבערס. אין אײן זאַך בין איך מאמין באמונה שלימה אַז װי שלעכט גיהנום זאָל נישט זײַן איז זײַן יענעםס נעבעך פֿיל ערגער. מײַן מלאכה איז צו שרײַבן און אײַערס איז צו לײענען און הנאה האָבן אָדער זיך רעגן. איך פֿאַרדין דערפֿון אַז דאגה בלב איש ישיחנה איז טוט מיר צוליב און פֿאַרגינט מיר אַזױ פֿיל.

נכתב על ידי , 31/5/2004 18:18  
הצג תגובות    הוסף תגובה   הוסף הפניה   קישור ישיר   שתף   המלץ   הצע ציטוט



67,288
הבלוג משוייך לקטגוריות: החיים כמשל , דת , פילוסופיית חיים
© הזכויות לתכנים בעמוד זה שייכות לקטלא קניא אלא אם צויין אחרת
האחריות לתכנים בעמוד זה חלה על קטלא קניא ועליו/ה בלבד
כל הזכויות שמורות 2025 © עמותת ישראבלוג (ע"ר)