לדף הכניסה של ישרא-בלוג
לדף הראשי של nana10
לחצו לחיפוש
חפש שם בלוג/בלוגר
חפש בכל הבלוגים
חפש בבלוג זה

קטלא קניא

אַ טאָג אַ מלאך, אַ טאָג אַ גלח - יהי רצון ס'זאָל זײַן תמיד אַ געלעכטער

כינוי: 

מין: זכר





מלאו כאן את כתובת האימייל
שלכם ותקבלו עדכון בכל פעם שיעודכן הבלוג שלי:

הצטרף כמנוי
בטל מנוי
שלח

RSS: לקטעים  לתגובות 
ארכיון:


<<    יוני 2004    >>
אבגדהוש
  12345
6789101112
13141516171819
20212223242526
27282930   

6/2004

אם אני כּאן הכּל כּאן


יענער װאָך בין איך געװען אױף אַ בר־מצווה און ס'איז מיר אױסגעקומן צו זיצן לעבן אַן אַדװאָקאַט. למעשה איז עס נישט געװען יענער װאָך, נישט אַ בר־מצווה און נישט אַן אַדװאָקאַט. אָבער אױף כּדי לערבב השטן זאָל זײַן אַזױ און איר װײסט דאָך אַװדאי מעשה מיט דער ייִד װאָס האָט אױסגענאַרט זײַן חבר מיטן אמת. אַקיצור זיץ איך מיר בײַם סעודת מצווה און מען הײבט אָן צו רעדן, אָדער בעסער געזאָגט ער הײבט אָן צו רעדן און אָן אַ גוזמא לא פּסיק פּומיה. און איך רעד נישט אַצינד פֿון דברים בטלים אָדער לשון הרע. איך רעד דאָ פֿון נסים גלויים װאָס זענען מיט אים פֿאָרגעקומן. סייעתא דשמיאס און השגחה פּרטיתן װאָס בײַ מיר פּאַסירט נישט אין אַ שמיטה פֿאַלן בײַ אים אַרױס פֿון דער קעשענע.

 

און װי ס'איז געװענדלעך מיט השגחה פּרטית פּערשױנען איז ער אױך אַ געװאַלדיקער גלײבער אין דער מאַכט און אין דער גערעכטיקײט פֿון מדינת ישראל. און האַנט אין האַנט מיט דעם זעט ער שנאת ישראל װי ער גיבט זיך אַ קער. ס'איז מסתמא אַזױ װײַל השגחה פּרטית מײנט אַ קאָנספּיראַציע פֿון דער פּמליא של מעלה צו פֿירן דער װעלט לטובת כּלל ישראל. בדרך כּלל די װאָס גלײבן אין קאָנספּיראַציעס גלײבן נישט בלױז אין אײנס נאָר זײ זען אַלעס לױט עפּעס אַ קאָנספּיראַציע. נישט נאָר האָט דער עף בי אײַ אַװעק געלײגט קענעדי, נאָר שב"כּ האָט אױך געהרגעט רבין, עם אײַ זעקס האָט געהאַרגט דײַאַנאַ, איבער יו עף אָס 'איז גאָרנישט אַזױ פּשוט' און דער בערמיודאַ דרײַעק 'איז נישט קײן חכמות.'

 

איז מיר באַשערט געװען צו פֿאַרברענגן מיט דעם יאַט אַן אָװענט. װאָס עס פּאַסירט נאָר מיט אים איז מוראדיק און נישט צו גלײבן. אַז ער איז אַמאָל אַרײַן צו אַ שבעה איז עס פּונקט געװען װען יענער איז געװען בײַם נידעריקסטן און פּונקט האָר ער געזאָגט פֿאַרן אבל אַ דבר תורה װאָס יאָרן שפּעטער איז אים דער אבל מכּיר טובה אױף דער חיזוק און ער האָט פּונקט געזען דעם דבר תורה מיט אַ מינוט פֿאַרן אַרײַנגײן צו יענעם. דער 'מוסד' יאָ טאַקע די ישראלישע שפּיאָנען קומן אַסאַך צו אים אין ביוראָ און זײ נעמען אַ טיש און װערן נעלם אױף אַ פּאָר װאָכן און ס'איז בעסער אַז מען פֿרעגט נישט מיט װאָס זײ באַשעפֿטיקן זיך װײַל מען פֿאַרשטײט אַלײן אַז דער מוסד איז אַזױ װי משיח׃ דער װאָס װײסט זאָגט נישט און דער װאָס זאָגט װײסט נישט. אַז ער האָט גערעדט פֿון אַ ישראלישע ריכטער האָט ער אים באַטיטלט 'אַ מיאוסער ייִנג' און אַלץ פֿאַרדעם װײַל ער האָט געפּסקנט שלא להלכה אינעם ענין פֿון װער איז אַ ייִד. אַזױ האָט זיך פֿאַרצױגן אַן אָװענט מיט זײַן גדלות, און זײַן װיסנשאַפֿט, און זײַן עסקנות, און זײַנע מײנונגן. ממש װי הלל האָט געזאָגט אם אני כּאן הכּל כּאן.

 

איך מאַך טאַקע ליצנות אָבער ערגעץ װוּ האָט עס מיר געקיצעלט אױך. אפֿשר איז ער גאָר נורמאַל און איך בין דער יוצא דופֿן? איך קען דאָך אים נישט באַשולדיקן װי איך באַשולדיק דער װאָס אין לו ד' אמות של הלכה בלבד. איך האָב אָבער שױן פֿון לאַנג אײַנגעזען אַז אױפֿגעקלערטקײט גם זה הבל ורעות רוח. אין ישיבות רעדט מען זיך אײַן אַז מיר זענען טאַקע צוריקגעבליבן אָבער ס'זענען דאָ אַסאַך אױפֿגעקלערטע און זײ זענען אױך מיט אונז מסכּים. והראיה אַרטסקראָל איז בוכשטאַבירט  שלא על פּי דרך האר"י ז"ל. איז דאָך על כּרחך אַז מיר זענען נישט אַזױ צוריקגעבליבן װי מיר מײנען. ס'הערט זיך אַ סתירה אָבער װאָס קען איך טון אַז אַזױ טראַכט מען. האָב איך אָבער שױן באַמערקט אַז פֿערד קענען אױך פֿאַרשידענע חכמות און טאַנצן הױכע פּלױטן אָבער זײ בלײַבן אַלץ פֿערד. דאָס מײנט נישט אַז יעדער גלױביקע איז אַ פֿערד אָבער ס'מײנט יאָ אַז מען קען אָנקומן אױף גרױסע פּלעצער און זיך אױסצײכענען אין פֿאַרשידענע פֿעלדער און אַלץ בלײַבן אַן אידיאָט בבחינת פּתי יאמין לכל דבר.

 

דער זאַך איז אַזױ. מיר װערן אױפֿגעצױגן אין אַ קלײנע שמאָלע סביבה און מיר טון דן זײַן דער װעלט מיט די ברילן װאָס מיר קוקן אױף זיך. מיר מײנען אָבער אַז מיר קוקן דורך אַ פֿענסטער אָן צו מערקן אַז מיר קוקן אין אַ שפּיגל. זענען טאַקע דאָ אַזעלכע װאָס קוקן אַביסל אַרױס אָבער זײ טון עס װי דאָס קינד װאָס קוקט אַרױס פֿון אונטער דער טלית אױפֿן װעג אין חדר צום ערשטן מאָל. זײ זען דורך אַ שפּאַרע גענױ װיפֿיל עס איז זײ נײטיק פֿאַר זײערע בילדונג און אַפֿילו דאָס װערט דורכגעזײַעט דורך זײערע איבערצײַגונג אַז כּלפּי דער תורה איז עס װי אַ דינסט פֿאַר אַ הערן. און זײ קומן אַרױס דערפֿון נאָך ערגער װי סתם אײנער װאָס איז נישט אַרײַן אינעם פּרדס װײַל זײ קענען אפֿילו דעם דע מה שתשוב.

 

װעט איר זאָגן אַז אַנדרע לײענען אונז אױך אָפּ מיט זײערע ברילן, ס'איז אמת און זײ מאָלן אונז טאַקע נישט אָפּ אַקוראַט. אָבער כאָטש זײ האָבן אַ ברײטערן בליק מעיקרא און לערנען אונז אָפּ מיט אַ דעת בעל הבית. מיר קומן זיך אָן מיט דעת תורה און גמרא קעפּ און פּראָבירן אָפּצולערנען דער װעלט װי מען האָרעװעט אין אַ תוספֿות. און אַז מען מוטשעט זיך און ס'קלאַפּט עפּעס נישט לערנט מער אַרײַן אַ פּשט און אַזױ פֿאַרענטפֿערט מען האַרבע קשיות. װײַל װי איר פֿאַרשטײט אַלײן אונזער לעבן באַשטײט פֿון קשיות און תירוצים. איך בין אַמאָל געפֿאָרן פֿון װילאַמסבורג קײן באָראָ פּאַרק בײַ נאַכט און לעבן מיר איז געזעצן אַ בחורל נישט מער אַלט װי פֿערצן פֿופֿצן יאָר אַלט. ער איז געזעצן אױף זײַן פּלאַץ מיט זײַן תפֿילין באַרטל מיטן פּלאַסטיק אױף זײַן שױס, אױסגעמוטשעט פֿון אַ טאָג אין ישיבה און געקלאָצט דורכן פֿענצטער. אַזױ װי דער באָס איז דורך געפֿאָרן די װאָלקן קראַצערס און די ניו יאָרקער לאָמפּן האָבן געבליטשקעט האָב איך אים געגעבן אַ פֿרעג, 'שילדער מיר װאָס דו זעסט דאָ אין אײן װאָרט'. פֿרעגט ער מיר, 'װאָס מײנסט דו?' זאָג איך אים איך מײן גאָרנישט. איך װיל פֿון אים הערן אין אַ װאָרט דער סך הכּל פֿון װאָס ער זעט. האָט ער נישט געװוּסט װאָס צו ענטפֿערן און געשמײכעלט און געדרײט מיטן קאָפּ. נאָך אַ מינוט צװײ פֿון שטילקײט פֿרעגט ער, 'נו, װאָס איז דער תירוץ?'

 





שבת איז געװען אַ פֿײַנע. די קינדער האָבן דערצײלט װאָס עס טוט זיך אין חדר. אײן זין זאָגט אַז פֿאַר צװײ יאָר האָט ער געהאַט אַ רבי װאָס האָט געשלאָגן אַ ייִנגל נישט װײַל ער האָט נישט געהאַלטן אַ פֿינגער אין דער חומש נאָר װײַל ער האָט געהאַלטן צװײ פֿינגער. הײסט עס אַז ער האָט עובר געװען אױף בל תוסיף. פֿאַרשטײט איר װאָס דאָס הײסט כּל המוסיף גורע. ער האָט אױך געזאָגט אַז יענער רבי פֿלעגט צו זאָגן אַז איך זע נישט דאָס, כּלומר אײן אױסגעשטרעקטן פֿינגער, װעט איר זען דאָס, דהיינו אַ דלאָניע מיט אַלע פֿינעף פֿינגער אױסגעשטרעקט.

 

שבת בײַ מנחה האָט מײַן ייִנגל מיר געפֿרעגט װאָס עפּעס דאַװען איך אַזאַ לאַנגע שמונה עשרה. האָב איך אים געזאָגט אַז איך טו תשובה און איך װער אַן ערליכער ייִד. האָט ער זיך געװוּנדערט צי איך דערצײל אים דעם אמת. דער אמת איז אָבער געװען אַז איך האָב מיך דערמאַנט אַז איך האָב מיך געהאַט צושמועסט אין דער פֿרי בײַ מוסף און איך בין נאָך גאָט שולדיק געװען אַ מוסףדיקע שמונה עשרה. האָב איך אָנגעהױבן מיט אַ מוסף אױסגעטרױטן און ממשיך געװען מיט מנחה. ס'איז אױך תשובה געטון, נישט? ס'איז מיר אָבער אײַנגעפֿאַלן אַ שאלה צי איך דאַרף נישט קידוש מאַכן פֿאַר איך װאַש מיך צו שלש־סעודות װײַל מוסף איז מחייב קידוש. מה אעשה אַז אַזױ װײַט איז מײַן תשובה נישט אָנגעקומן.

 

מײַן זין האָט געפֿרעגט אַ קשיא פֿאַרװאָס דער אײבישטער האָט געדאַרפֿט זאָגן פֿאַר אהרןן חייך אַז דו װעסט צינדן די לעכט (זע רש"י אױפֿן ערשטן פּסוק.) װאָס איז, אָן שװערן האָט אהרן נישט געגלײבט װאָס דער אײבישטער האָט אים געזאָגט? האָב איך אים געזאָגט אַז אברהם אבינו האָט אים אױך נישט געגלײבט און ער האָט געפֿרעגט במה אדע...

נכתב על ידי , 10/6/2004 02:08  
280 תגובות   הצג תגובות    הוסף תגובה   הוסף הפניה   קישור ישיר   שתף   המלץ   הצע ציטוט



67,288
הבלוג משוייך לקטגוריות: החיים כמשל , דת , פילוסופיית חיים
© הזכויות לתכנים בעמוד זה שייכות לקטלא קניא אלא אם צויין אחרת
האחריות לתכנים בעמוד זה חלה על קטלא קניא ועליו/ה בלבד
כל הזכויות שמורות 2025 © עמותת ישראבלוג (ע"ר)