לדף הכניסה של ישרא-בלוג
לדף הראשי של nana10
לחצו לחיפוש
חפש שם בלוג/בלוגר
חפש בכל הבלוגים
חפש בבלוג זה

קטלא קניא

אַ טאָג אַ מלאך, אַ טאָג אַ גלח - יהי רצון ס'זאָל זײַן תמיד אַ געלעכטער

כינוי: 

מין: זכר





מלאו כאן את כתובת האימייל
שלכם ותקבלו עדכון בכל פעם שיעודכן הבלוג שלי:

הצטרף כמנוי
בטל מנוי
שלח

RSS: לקטעים  לתגובות 
ארכיון:


<<    יוני 2004    >>
אבגדהוש
  12345
6789101112
13141516171819
20212223242526
27282930   

6/2004

ושננתם לבניך


יענער װאָך איז געװען אַ דערהױבענער װאָך בחצרות קדשינו. פֿאַר די װאָס האָבן נישט באַמערקט איז דער צאָל אַריבערגײער פֿון אונזערע שטיבל געשטיגן איבער פֿערציק טױזענט. שטעלט אײַך פֿאָר פֿערציק טױזענט נפֿאַשעס האָבן זיך דורך געגליטשט אױף אַ באַנק זאָגענדיק אך צדיקים יודו לשמך, פֿערציק טױזענט פּערשױנען האָבן אַ קוש געטון דער מזוזה, פֿערציק טױזענט בני אדם האָבן זיך עטװאָס דערנענטערט צום באַשעפֿער. אי"ה האָפֿן מיר צו מאַכן אַ מעמד נשגב דערפֿון און בכדי לזכּות את הרבים װעלן מיר אי"ה אָפּדרוקן דער דרשה.

 

שבת האָט מיר מײַן פֿרױ געזאָגט אַז די נישט פֿאַרמעגלעכע האָבן נעבעך די מערסטע געליטן פֿון די עבודה זרה גזרות. די בעסערע מענטשן האָבן אַלע איראָפּײיִשע האָר און איבער זײ איז נישט פֿאַראַן אַ שאלה, װײַטער די שלעפּערס האָבן אײביק געטראָגן סינטעטישע האָר. די מיטעלע, די װאָס פֿאַרשטײן נישט צו פֿיל און טון װיאַזױ מען הײסט זײ זײ האָבן די מערסטע געליטן װײַל זײ גײן דער ספֿק אינדיאַנע האָר און זײ האָבן נישט דער חוצפּה פֿון די עשירים צו פֿאַרשטײן בעסער װי די רבנים.

 

אין שיל רעדט מען נאָך אַלץ דאָ דאָרט פֿונעם שײטל ענין. איז געװען אַ שמועס צי ס'איז יאָ אַ חילול השם צי נישט. רופֿט זיך אײנער אָן אַז די גױים פֿאַרשטײן אַז מיר האָב אַ גאָט און ער לאָזט אונז נישט. און איך האָב מיך דערמאַנט װאָס איך האָב דאָ הערשט געשריבן װי מיר זענען אַזעלכע געװאַלטיקע מבינים איבער װאָס די גױים טראַכטן. יענער װאָך האָב איך פֿאַרברענגט אין פֿרום־טינס װי דער גבאי זעט אױס צו זײַן אַ מבין אינעם ענין. ער זאָגט דאָרט נאָך פֿון רב דונער אַז ער טענהט אַז דאָס װאָס אַקאַדעמיקער לערנען נישט אָפּ דער עבודה װי ער האָט עס אָפּגעלערנט איז װײַל זײ מה יפֿית זיך פֿאַר די מערבדיקע װעלט און שעמן זיך צו זאָגן אַז מען איז מקריב האָר צו אַ גאָט. ער האָט אָבער געטראָפֿן פּרימיטיװע הינדוס, כּלומר דער פּאַראַלעל פֿון די מאה שעריםדיקע סאָרט, און זײ האָבן אים דערצײלט דעם גאַנצן אמת. און איך האָב מיך דערמאַנט װידער װאָס איך האָב געשריבן אַז מען קוקט אין אַ שפּיגל און מען מײנט ס'איז ברילן. אונז חרדישע ייִדן האַלטן מיר אין אײן שטעלן אַ פּנים און דערצײלן פֿאַר דער װעלט אײן מעשה כּדי לשבר את האוזן און 'נישט מאַכן אַ חילול השם' און בײַ מיר האָבן מיר אַן אַנדרע מעשה װאָס דאָס זאָגט מען נאָר לפֿני ולפֿנים אױף מאַמע לשון. נו, אַז אונז טון מיר אַזױ איז בײַ זײ מן הסתם אױך אַזױ און אַזױ װי עס ייִדעלט זיך אַזױ הינדוט זיך. און מיט אַזאַ שמע מינה קען מען שױן איבערדרײען אַ װעלט.




 

יעדער שבת האָב איך אַזאַ פּראָבלעם מיט מײַנע קינדער. איך פֿון מײַן  זײַט װאָלט געקענט באַשטײן מען זאָל אין חדר מיט זײ לערנען נ"ך און משניות, און גמרא איבערלאָזן װען זײ זענען נאָך דער בר־מצװה אָדער אפֿילו שפּעטער װען זײ האָבן דאָס קאָפּ דאָס אַלעס צו פֿאַרשטײן. ס'איז נישט נאָר אַז איך װאָלט געקענט באַשטײן נאָר איך האַלט אַז סײַ ס'װאָלט געװען נוצלעך אַזױ צו טון װײַל אין דער איבעריקער צײַט װאָלט מען געקענט אױסלערנען די קינדער צו שרײַבן און פֿאַרשטײן לשון הקודש געהעריק און זיך אױסשפּרעכן אין אַן עסײ וכּדומה, די סאָרט זאַכן װאָס מען לערנט קײנמאָל נישט אױס. און סײַ ס'איז דאָ שאָדן פֿון דער הײַנטיקער סיסטעם װײַל די קינדער קענען נישט נ"ך, אַן אַלטע השכּלישע טענה, און די קינדער און בחורים קענען זיך נישט געהעריק אױסשפּרעכן אױף פּאַפּיר און אַזױ בלײַבט עס װען מען װערט ערװאַקסן. אױכעט די גמרא װאָס מען לערנט מיט זײ יאָ לערנט מען אױס פֿון אַ פֿריער עלטער דורך מלמדים װאָס זענען גאַנץ קנאַפּע קענערס און לערנען אױף יוצא צו זײַן. אָפֿט טון זײ אײַנװאָרצלן און די קינדער גרײַזן פֿון לערנען, פֿון װיאַזױ צוצוגײט צו אַ בלאַט גמרא און על פּי רוב װערט עס קײנמאָל פֿון די קינדער נישט אױסגעריסן.

 

פֿיר איך דאָך אָבער נישט קײנע מוסדות און איך האָב קײן דעה נישט איבער די לערן־פּראָגראַמן. איבער מײַנע קינדער האָב איך יאָ אַ געװיסע קאָנטראָל. קומט שבת און איך זאָג פֿאַר מײַנע קינדער, קומטס לאָמיר עפּעס לערנען. זײ זאָגן גמרא און משניות װײַל דאָס איז אין חדר אַ גדולה און איך זאָג חומש אָדער נ"ך װײַל ס'איז נישט אַן אָנגעצױגענער לימוד און מען קען זיך איבער דעם דורך רעדן. מיז איך זײ צום סוף נאָכגעבן. װײַל ס'איז פֿײַן און װױל אַז איך זאָל האָבן מײַנע משוגעתן אָבער אַז זײ װעלן זען אַז מיר אינטערסירט נישט זײערע לימודים װעלן זײ זיך נישט אָנשטרענגן אין זײערע און דאָס װיל איך נישט. זײ מיזן נישט זײַן פֿון די שװאַכסטע אין דער כּתה װײַל זײ האָבן אַ טאַטע װי איך.

 

זעצט מען זיך לערנען גמרא און איך ערװאַרט מן הסתם צופֿיל פֿון זײ. אַז ער זאָגט אַ משנה געפּאַפּעגײַט װי מען לערנט עס אים אױס, פֿרעג איך אים װער װאָס װוּ װען. אַז ער לערנט מסכת ביצה װעגן מתוך און הואיל פֿרעג איך אים אױס מתוך װאָס און מתוך װען, װאָס איז דאָס הואיל און װיאַזױ אַרבעט עס. נישט קאָמפּליצירטע לומדות נאָר פּשוט פּשט. ער װערט אָבער צוגעלײגט װײַל ער זאָגט איך פֿאַרלאַנג פֿון אים צופֿיל. ער פּראָבירט מיר צו ענטפֿערן אַז ס'איז תוספֿותס קשיא און יענער פֿרעגט עס. למעשה זאָגט ער נישט װײניקער פֿון װאָס מען האָט אים אױסגעלערנט און אַז איך בין אַנטױשט איז עס נישט מיט אים נאָר מיטן סיסטעם אין װאָס מען האָט מיך אַראָפּגעלאָזט. אײן װאָך זאָגט ער מיר אַז די שאלות װאָס איך פֿרעג אים זענען אַזױ װי די שאלות װאָס מען פֿרעגט אים בײַ ענגליש. דאָס הײסט אַז מען גיבט אים אַ מעשה צו לײענען און דערנאָך פֿרעגט מען װוּ איז דער קאַץ געלאָפֿן, פֿאַר װעם האָט געהערט דעם הינט אואַז"װ. דאָס הײסט נאָרמאַלע שכלדיקע שאלות װאָס האָבן נישט קײן פּלאַץ אין בית־המדרש. דאָרט פֿאַרענטפֿערט מען ר' עקיבא איגרס פֿאַר מען װײסט נאָך װאָס דער גמרא װיל.

 

איך װײס אַז ער איז אין דעם נישט שולדיק און איך האָב מיך שױן אױסגעלערנט אַז איך דאַרף אים לאָזן אױסרעדן און בסבר פּנים יפֿות װעט ער זיך לאָזן אױסהערן. אָבער אין דער זעלבער צײַט קומט עס מיר שװער אָן װײַל איך דאַרף צוקוקן װי מען גנבעט פֿון מיר אַװעק מײַן זין און איך קען קײנעם נישט באַשולדיקן אױסער מיר. און װי איך קוק מיך אום זע איך װי מען טוט עס צו אַלע, נאָר מיט אײן חילוק. איך רעד מיט עלטערן און איך זאָג זײ מײַנע טענות און זײ זענען מיט מיר מסכּים אָבער זײ פֿאַרלירן איבער דעם נישט קײן שלאָף. אפֿשר איז עס װײַל זײ מאַכן שנעלער שלום מיטן מצב װי איך, אפֿשר איז עס װײַל כּל זמן די קינדער בלײַבן אױפֿן דרך איז דער רעשט אַלעס אַ טפֿל, אָדער אפֿשר גאָר װײַל קײנער האָט נישט ליב מודה צו זײַן, אַפֿילו צו זיך, אַז ער ציט אױף זײַנע קינדער אָן קײן זינען ממילא מאַכט מען אַװעק די קריטיקער. ס'איז נישט ממש אַזױ, ערגעץ אַנדערש איז אױך נישט בעסער, מען פֿאַרהערט זיך גאַנצע בלאַט בעל פּה און מען פֿלאַנצט אײַן אין די קינדער יראת שמים און דאָס קען מען נישט פֿאַרהערן און אָפּשאַצן און טראָץ מײַנע טענות איז עס גאָרנישט אַזױ געפֿערלעך. און װער װײסט אפֿשר זענען זײ טאַקע גערעכט.

 

אײן זאַך װאָס איך טו נישט, דערװײַל, איז אַז איך נעם נישט מײַנע קינדער צו די אבות ובנים פּראָגראַמן װאָס שפּראָצן אױף איבעראַל װי שװעמלעך נאָך אַ רעגן. איך קען עס נישט סובל זײַן אַז אַזאַ יוניװערסאַלע באַציונג צװישן אַ טאַטע און אַ קינד האָט מען אינסטיטוצירט און געמאַכט דערפֿון אַ גאַנצע אידיאָלאָגיע. איך בין נישט זיכער צי װײַל די אױפֿגעקלערטע מחנכים געטרױען נישט די עלטערן אַז זײ זאָלן אַלײן לערנען מיט די קינדער האָבן זײ דאָס אײַנגעפֿירט, אָדער צי דאָס איז װײַל זײ װילן אַז טאַטעס זאָלן כאָטש פֿאַרברענגן אײן מאָל אַ װאָך אױף אַ שעה מיט די קינדער. קען מען דאָך נישט מאַכן אַ שאַך קלוב, אָדער זײ זאָגן זײ זאָלן גײן כאַפּן פֿיש צוזאַמן אָדער גײן קוקן אַ ספּאָרט װײַל ייִדן טון דאָס נישט. ברענגט מען זײ אין בית־מדרש אַרײַן און דורך תורה האָבן זײ אַ פֿאַראײניקטע שפּראַך. און אױף דעם האָט גאָט אונז מבטיח געװען לא ימושו מפּיך ומפּי זרעך עד עולם.

נכתב על ידי , 13/6/2004 19:05  
4 תגובות   הצג תגובות    הוסף תגובה   הוסף הפניה   קישור ישיר   שתף   המלץ   הצע ציטוט



67,288
הבלוג משוייך לקטגוריות: החיים כמשל , דת , פילוסופיית חיים
© הזכויות לתכנים בעמוד זה שייכות לקטלא קניא אלא אם צויין אחרת
האחריות לתכנים בעמוד זה חלה על קטלא קניא ועליו/ה בלבד
כל הזכויות שמורות 2025 © עמותת ישראבלוג (ע"ר)