אױ זאָל מיר רבי תנחומא זײַן געזונט מיט זײַנע װוּנדערבאַרע קלאָץ קשיות. הערט איר אַ שאלה טלית שכּולו תכלת חייִבֿת בציצית או לא, בית מלא ספֿרים חייבת במזוזה או לא. אַלץ קינדער איז מען געזעסן און געניסט פֿון דער נאַרישקײט פֿון קורחס קשיות. און דערנאָך האָט מען געלערענט וקורח שפּיקח היה און קײנער האָט נישט געפֿרעגט צי דאָס איז טאַקע געװען דער סך הכּל פֿון זײַן פּקחות אַז ער האָט געקענט באַקן שײנע פּורים תורות. לאָמיר אָבער מאָדערניזירן אַביסל די שאלות. קאַר מלאה בענזין צריכה גאַז או לא? אמר להם צריכה. התחילו לשחק עליו אפֿשר קאַר של קרוז קאָנטראָל וסטעריו של בלאַױפּונקט גאַלאָן אחד של גאַז דוחפֿה זו שכּולה של גאַז לא תדחוף את עצמה? עיר מלאה כּפֿולי שמונה חייבת בעירוב או לא? עיר מלאה עם הנבחר צריכה בחירות או לא? און אױף אַזעלכע קשיות האָט דער ישמח משה געזאָגט אַז װען ער װאָלט געלעבט אין יענער צײַטן װאָלט ער געװען נוטראַל װײַל אַזױ שטאַרק איז געװען דער כּוח פֿון קורח. איך מיז זאָגן אַז אָדער זענען זײַנע אײניקלעך נישט גענעטיש אָפּגעשטאַמט פֿון אים װײַל צװישן זײ איז נישט דאָ קײן אײן נוטראַלע אָדער האָט דער ישמח משה זיך צופֿיל אונטערגעשאַצט.
מיט רבי תנחומא האָבן מיר אָבער נאָך נישט געפֿאַרטיקט. דער רבי תנחומא איז בא ללמד ונמצא למד. ער איז געקומן לערנען פּשט אין קורח און ער האָט דערצײלט מער אױף זיך און װי אין דער רבנישע ליטעראַטור לערענט מען אָפּ די מחלוקת. איך האָב צײַט צו מאַכן בלױז צװײ מערקונגן.
דער ערשטער איז אַז װי אַלעמאָל װען עמעצער קריגט זיך אױפֿן צדיק הדור װעט זיך קײנער נישט אַװעקזעצן קלערן אפֿשר האָט ער עפּעס צו זאָגן. װײַל קען זײַן ס'װעט זיך פֿון זײַנע רײד עפּעס קלעבן. מען זאָגט אױך נישט אַז דער צדיק הדור מיז זײַן גערעכט. פֿאַרקערט מען זאָגט מען מעג האָבן טענות מחמת דער גרױסע עניוות פֿונעם רבין. נאָר מען דאַרף זײ מסדר זײַן אױפֿן ריכטיקן פּלאַץ, כּלומר אין אַ קלא דלא משתמע בשעה שאינו לא יום ולא לילה. 'דער שײגעץ אָבער, דו מײנסט ער מײנט דעם צדיק, דעם רבין, דעם רב, דעם ראש ישיבה? אַ נעכטיקן טאָג! ער מײנט ייִדישקײט. ער איז אַ גראָבער ייִנג. שלח ידיו בשלומיו חלל בריתו, אַ פּאַסקוטניאַק. ער װיל אומברענגן דעם דרך ישראל סבא און ער פֿאַרלײגט זיך אױף די רבנים משום מראית העין און אונזערע פֿליכט איז מגלה צו זײַן קלונו ברבים.' און דאָס האָט רבי תנחומא אױך געזאָגט. אין פּסוק שטײט נישט אַ װאָרט אַז קורח האָט זיך געדינגן אױפֿן תורה, ער האָט זיך געקריגט אױף משהן און אהרןן. אַנשטאָט אַרײַנגײן אין װאָס קורח האָט געװאָלט האָט מען אים געמאַכט פֿאַר אַ לץ, אַ משכּיל. 'הײסט עס אַז ער איז גאָר אַ לץ איז דאָך לצנות אחת דוחה מאה תוכחות און װאָס האָבן מיר פֿון אים צו רעדן. ער איז נישט אַן אינטעלעגענטער מענטש, אַן אױפֿגעקלערטע גױ, זײ זענען אַלע מודה מיט אונז. ער איז אַ פּראָסטער לץ און זאָל ער פּײגערן.'
והשנית, איז עס אױך פֿאַרדעם װײַל די רבנים זאָלן זײַן געזונט פֿאַרשטײן נישט אַזאַ טענה כּי כל העדה כּלם קדושים. דעמאָקראַטישע באַגריפֿן זענען אַזױ װײַט פֿון זײ אַז זײ פֿאַרשטײן נישט װיאַזױ דאָס קען אָנדרײען אַ פֿאָלק. דערפֿאַר האָט קײנער נישט געװוּסט צו זאָגן אַז קורח איז נישט בעסער געװען פֿון משה און אַהרן װײַל ער האָט דאָך אױך געװאָלט אַ פּאָסטן פֿאַר זיך אַלץ אַ טאַטענס אַ קינד. סך הכּל האָט ער געזאָגט אַז מען זאָל זיך מיט אים אױך טײלן מיט די גנבות. ממש װי בזמנינו. די אָ דעמאָקראַטישע טענות רעדן נישט צו די הײליקע רבנים. אַז מען זאָגט זײ אָבער אַז ער האָט מלעיג געװען על דברי חכמים און אַז ער האָט מחרף און מגדף געװען פֿאַרשטײן זײ שױן מאי כּולי רעש. און אַז די שאלה איז נאָך אַ קלאָץ קשיא פֿאַרשטײט מען באַלד אַז ס'האַנדעלט זיך מיט אַן אױסװאָרף.
ועוד נראה לי אַז די רבנים זאָלן זײַן געזונט זענען אַזױ אָבסעסירט מיט הלכה אַז זײ קענען זיך נישט פֿאָרשטעלן סתם אַ פּאָליטישע קריגערײַ. דערפֿאַר פֿרעגט עשו װיאַזױ מען מעשרט זאַלץ און קרח פֿרעגט אױף הלכות מזוזה און הלכות ציצית. אַז אַפּאָר טױזענט יאָר שפּעטער װעט יעקב און נישט עשו זײַן דער װאָס פֿרעגט היאך מכשירין את המים האָט אפֿילו פֿאַר חז"ל נישט געקענט אײַנפֿאַלן.