לדף הכניסה של ישרא-בלוג
לדף הראשי של nana10
לחצו לחיפוש
חפש שם בלוג/בלוגר
חפש בכל הבלוגים
חפש בבלוג זה

קטלא קניא

אַ טאָג אַ מלאך, אַ טאָג אַ גלח - יהי רצון ס'זאָל זײַן תמיד אַ געלעכטער

כינוי: 

מין: זכר





מלאו כאן את כתובת האימייל
שלכם ותקבלו עדכון בכל פעם שיעודכן הבלוג שלי:

הצטרף כמנוי
בטל מנוי
שלח

RSS: לקטעים  לתגובות 
ארכיון:


<<    יוני 2004    >>
אבגדהוש
  12345
6789101112
13141516171819
20212223242526
27282930   

6/2004

שבת פּר' קורח


אַ נישקשהדיקן שבת. פֿרײַטיק צו נאַכטס האָט געדװאַװענט בײַ אונדז אין שיל אַ חזן הגדול. אָבער װאָס הײסט אַ חזן הגדול. האָט איר געדאַרפֿט פֿון אים הערן אַ מקולות מים רבים אדירים. נישט קײן הײמישע מעשות, װי משה מרדכי, ער מײנט ער קען דאַװענען װײַל ער קען זעצן יאָסעלעס אמר ר' אלעזר אמר ר' חנינא צו ממקומך. דאָס איז געװען אַ חזן מיט טעם, מיט אַ קול, מיט נוסח, מיט אַ קאָפּ שטימע, ער קען זעצן די װערטער, אַ ריכטיקע געלערענטע זינגער מיט אַלע מפֿרשים, אָן אַ שטרײַמל, איך מײן אַפֿילו נישט אַ זינגער, אַ טענאָר רופֿט מען דאָס, איך זאָג אײַך אָן אַ גוזמא אַ פּאַװאַראָטי. און האָט ער אַראָפּגעלײגט אַ דאַװענען פֿון לכו נרננה אָנגעהױבן ביז ושמו אחד. יעדעס װאָרט אױסגעטײַטשן װי צוריק אין חדר. כּי אתה ה' עליון אױף אַרױף, ה' למבול ישב מיט אַ גאָס, צורי ולא עולתה פּערפֿעקט װי פּערפֿעקט קען נאָר זײַן, און כאָטש איך װײס נישט דער טײַטש פֿון ואנפּהא נהירין בנהירו עלאה קען איך אײַך זאָגן ס'איז גאָר עפּעס העכערס. אָבער ושמרו האָט איר געדאַרפֿט הערן, נישט ממש ושמרו, איך מײן ביני. איז דאָס געװען אַ ביני, נישט אַ בײַני איבײַן בנײַ ישראל נאָר אַ בײני װי נאָר אַ בײני קען זײַן. אַלע טעמים פֿון לשד השמן ביז צפּיחית בדבש אַז מען האָט פֿאַרגעסן אַז דער מאָגן איז נאָך לער. דער ביני איז געשטאַנען און שטײט נאָך אַלץ װי אַן אות היא לעולם.

 

חייִם, דער קאַרפּאַטישער ייִד אָן אַ באָרד װאָס דאַװענט בײַ אונז און האַלט אין גאַנצן נישט פֿון חסידישע מעשות איז אױך נתפּעל געװאָרן. ער שרײַעט אַלץ אױף די יונגעלײַט אַז װען זײ גיסן זיך אָן אַביסל יי"ש אין אַ בראָנפֿן גלעזל זאָלן זײ אױפֿהײבן דאָס גלעזל װײַל אַז נישט שיט זיך עס אױס אױפֿן טיש. ער האָט נישט גרעסערע דאגות פֿאַר אַ קידוש נאָר לײגן די פּלאַסטיקס אױף די טישטיכער אין מיטן אנעים זמירות. װען ס'איז דאָ תיקון לױפֿט ער אַלץ צו שנײַדן דער לעקעך בשעת װען אַנדרע בײַטן זיך איבער די תפֿילין פֿון רש"י צו רבינו תם. און ער האָט געקװעלט אױף דעם בעל תפֿלה. ער האָט געטראָגן אױפֿן פּנים אַ שמײכל פֿון נקמה 'זעט עטץ חסידים, דאָס איז נישט קײן שטיקעס, דאָס איז אַ חזן, אָט אַזױ הײסט געדאַװענט' און געמאַכט מיטן פֿינגער צו צײגן סאַראַ חזן דאָס איז.

 

נאָכן דאַװענען װען מען האָט שױן געטאָרט אױסרעדן הער איך װי ל. ד. זאָגט פֿאַר זײַן שכן 'איך האָב הנאה פֿון אַזאַ דאַװענען אָבער דער עולם דאָ פֿאַרשטײט נישט צו דעם.' פֿאַרשטײט איר מיר, דערנאָך זאָגן זײ אַז אני הקטן בין מוציא לעז אױף כּלל ישראל. איך זאָג אַז דער װאָס האָט הנאה זאָל װײַטער הנאה האָבן און זיך באַלעקן די פֿינגער. װײַטער דער װאָס פֿאַרגינגט נישט דעם בעל תפֿלה צו זאָגן אױף אים אַז ער יכולט נישט שלעכט, און ער פֿאַרגינט זיך נישט הנאה צו האָבן דאָ און דאָרט און פֿאַרגינט אױך נישט אַנדרע זײערע הנאה װײַל 'זײ פֿאַרשטײן נישט' זאָל מוחל זײַן זיך װײַטער פֿאַרטיפֿן אין זײַן עלים לתרופֿה און חלילה נישט אַרױסקוקן װײַל מען קען אים כאַפּן לאַכן מיט די קינדער און שמײכלן מיט די ערװאַקסענע וכן לא יעשה.

 

אַהײמגעקומן האָט מען גערעדט בײַם סעודה פֿון קורח ועדתו און צו יום שבת קודש הוא האָט מען געזינגן דער ניגון פֿון משה אמת ותורתו אמת. שבת אינדערפֿרי אױפֿן װעג אין שיל האָב איך געזען אַז אַ פֿאַמיליע האָט זיך אַרײַנגעצױגן אין אַ הױז װאָס איז לעצטענס געשטאַנען לײדיק. אַז איך האָב געזען קינדער בײַם פֿענצטער האָב איך געלױבט דעם פֿון אױבן אַז הרחיבי מקום אהלך. ס'איז מיר אײַנגעפֿאַלן אַז דער טעם פֿאַרװאָס בלק האָט געזען אַז די טירן פֿון די געצעלטן זענען נישט געװען אײנער קעגן דער צװײטער איז געװען װײַל מען האָט געקענט אַרײַן זען פֿון די פֿענצטערס.

 

אין שיל איז געװען אַן אױפֿרוף און װידער אַ בעל תפֿלה מיט אַ הלל. בײַ קריאת התורה האָב איך געזען אַז רש"י האָט יאָ פֿאַרשטאַנען צו פּאָליטיקאַנטן. װײַל אױף ויקהל עליהם קורח זאָגט רש"י אַז קורח איז אַרום געגאַנגן צו אַלע שבטים און זײ געזאָגט 'איר מײנט איך טו דאָס פֿאַר מיר? איך טו דאָס בלױז פֿאַר אײַך' װי דער בעסטער פּאָליטיקאַנט. האָב איך געהאַט אַ שטיקל הרהור תשובה אױף מײַן לעצטער שטיקל. אַז מען האָט געזאָגט השמים כּסאי האָב איך מיך געלעקט דער װאָנזע פֿון דעם טעם פֿון אַ שבת ראש־חודשדיקן הפֿטרה. בײַ מוסף האָב איך אָנגעהױבן תכנת שבת און זיך דערמאַנט בײַ ישמחו און געמיזט װידער אָנהײבן אתה יצרת, אָבער גלײבט מיר אתה יצרת איז עס װערד.

 

קידוש, פֿאַרביסן, לחייִם, מזל טוב, אַסאַך נחת, מערטשעם בײַ דיר אָף שמחות, און אַהײם, אָבער נישט פֿאַרן באַמערקן װי אַ יונגערמאַן זיצט און ריקט אַרײַן אַ טעלער טשולענט און זאָגט פֿאַר זײַן זין, 'עס דיך נישט אָן דאַרפֿסט נאָך עסן אין דער הײם.' אונטערװעגענס אַהײם באַגעגענט מיר אַ יונגערמאַן און ער פֿרעגט מיר האַלב בלחש צי איך האָב געהערט אַז דער גאַנצער שײטל מעשה איז אַ בױדם. ער האָט עס מיר געפֿרעגט און מיר אָנגעקוקט כּאילו װער װײסט צי איך בין אױך פֿון די סקעפּטישע און צי ער קען מיר געטרױען מיט זײַנע ספֿיקות. אַזױ האָט עס מיר אױסגעזען. האָב איך אים געזאָגט אַז ס'איז בײַ מיר נישט אַ חידוש. איך געטרױ נישט אונזערע הײמישע ייִדן אױף פּשוטע פֿאַקטן קל וחומר אױף װאָס טוט זיך אין אינדיע. זאָל נאָר פּאַסירן אַן עקסידענט אין אַ ייִדישער גאַז און גאַנץ כּלל ישראל נעמט זיך צאַם לקיים מה שנאמר וכל העם רואים און ס'זאָל עמעצער אָנפֿרעגן דאָרט בײַ צװײ דרײַ פֿון די אַרומיקע װאָס האָט פּאַסירט װעט מען באַלד זען אַז מען קען די חברה נישט געטרױען איבערצוגעבן װאָס זײ האָבן נאָרװאָס געזען. אדרבה מען שטײט און פּשעטעלט װי גרױסע בהמות די פּאָליצײַ זענען און פֿײַערלעשערס מאי קא משמע לן. איז אַז זײ װײסן נישט װאָס טוט זיך אױף זײערע שװעל זאָל איך זײ געטרױען מיט קאָמפּליצירטע קולטורע און שפּראַך חילוקים װאָס איז בײַ זײ כּרחוק מזרח ממערב?

 

איך מאַך נישט קײן שום גוזמא װען איך זאָג אַז מען קען מענטשן נישט געטרױען מיט פֿאַקטן. בדידי הויִ עובדא שבת אינדערפֿרי האָבן מיר געהאַט אין דער פֿאַמיליע אַ שמחה און מיר האָבן געגעסן בײַ מײַן שװער. האָט זיך פֿאַרצױגן דער שמועס צו מײַזלעך, די שונאי ישראל װאָס גאַנץ אַמעריקע איז זײ צו קלײן און זײ קענען זיך נישט געפֿונען אַ פּלאַץ חוץ פֿון אין אַ פּאָר הײמישע געסלעך אין ברוקלין. רופֿט זיך אָן אַ פֿרױ, אַ נאָרמאַלע פֿרױ לכל הדיעות, אַז אַ בילד פֿון ר' ישעיהלע קערעסטירער איז בדוק ומנוסה צו פֿאַרטרײַבן די מײַזלעך. ס'װעט קײנעם נישט זײַן אַ חידוש אַז זי גײט אױך אַ סינטעטישן שײטל. און דערפֿאַר אַז די פֿרױ און די מענער בדומה לה װעלן מיר זאָגן אַז ס'איז טאָג אינדערױסן װעל איך צוגײן צום פֿענצטער בודק זײַן. מ'איז פֿאַרגלײבט אין דיבוקים און אין מקובלים און אין אָטיסטישע קינדער און פֿון יעדער שגעון תחת השמש מאַכט מען באַלד אַ ייִדישקײט איז װי קען מען זײ גלײבן מיט פֿאַקטן און אַנאַליז פֿון אַנדרע ריליגיעס?

 

האָבן מיר, כּלומר איך און מײַן בן שיח, באַשלאָסן אַז ס'איז די אומגליק פֿון די פֿרױען אַז די 'שאלה' האָט זיך געמאַכט אױף זײערע שײטלעך װאָס איז סײַװי אַ בדיעבד שבדיעבד און נישט מער װי אַ שרץ װאָס מען האָט מתיר געװען מיט הונדערט פֿופֿציק היתירים. די חסידים װאָס אַלגעמײן װערן זײ נישט אַזױ שנעל נתפּעל פֿון אַ געטשקע װאָלטן געדאַרפֿט זײַן פֿון די מתירים אין אַזעלכע סאָרט ענינים, אַזױ װי בײַם עירוב. צו זײערע קרעדיט מיז מען צולײגן אַז װען דינער איז געקומן צום התאחדות הרבנים האָט מען אים אַפֿירגענומן און חוקר ודורש געװען און אַפֿילו אים אָפּגעשפּעט מה שאין כּן די ישראלים װאָס האָבן זיך אין אים פֿאַרגלײבט װי אין אַ געטשקע. למעשה אָבער אַז ס'איז געקומן צום פּסק האָט נישט געפּאַסט די הײליקע חסידים מתיר צו זײַן שײטלעך װאָס אפֿילו די ליטװאַקעס אסרן. איז עס נעבעך געװען דער אומגליק פֿון פֿרױען די מלומדי מכּות צו כאַפּן נאָך אַ זעץ.

 

ס'איז דאָך שבת אינדערפֿרי האָב איך צוגעלײגט צו מײַן חבר אַ װאָרט צום סדרה. ס'איז ידוע דער מדרש אַז און בן פּלתס פֿרױ איז געשטאַנען בײַם טיר און זיך אױסגעקעמט איר לאַנגע האָר און אַזױ איז איר מאַן נישט אַרײַנגעפֿאַלן צו קורח אין זאַק. פֿרעגט זיך די פֿראַגע אַז אױף די קורחניקעס טוט דער פּסוק מעיד זײַן נשיאי עדה, אנשי מועד, קרואי שם. דאָס הײסט װי מען זאָגט בײַ אונז מסלתה ומשמנה פֿון חרדישע יודנטום. איז װי קומט עס צו אַזאַ פֿרױ אַז זי זאָל האָבן האָר צו קעמן? און זי איז דאָך אַװדאי געגאַנגן אין אַ הײמישע מקווה איז װען זי װאָלט געװען אַ מופֿקרת אַ פֿאַרדאָרבענע װאָלט מען דאָך אױף איר באַלד געװוּסט איז װי קומט עס אַז מען האָט אױסגעקליבן איר מאַן לכתחילה?

 

נאָר דער תירוץ איז פּשוט. לעולם האָט זי זיך געשױרן און אַפֿילו קײן בײַהאָר האָט זי נישט געהאַט. זי איז אפֿשר אפֿילו געגאַנגן אַ יאַרמולקע אונטער איר שײטל. און װען ס'איז אַרױסגעקומן דער שאלה אױף שײטלעך האָט זי באַלד אָנגעטון אַ סינטעטישן שײטל ויש מרבותינו דורשין אותה לשבח און זאָגן אַז זי האָט גאָר אָנגעטון אַ שפּיצל. אַז זי האָט אָבער געהערט אַז איר מאַן איז אַריבער צו די קורחניקעס און קהל רופֿט אַן אַסיפֿה דן צו זײַן דעם ענין בכובד ראש האָט זי באַלד צוריק אָנגעטון אַ יומן הער שײטל און עס אױסגעקעמט בײַם טיר. אַז די טובי הקהל זענען אָנגעקומן און זײ האָבן געזען אַז זי פֿאָלגט נישט די גדולי ההוראה שליט"א האָבן זײ געזאָגט עד כאן, קורח קען נישט האָבן בײַ זיך יונגעלײַדט װאָס לאָזן צו בײַ זיך אין שטיב אַזעלכע עוולות. מען האָט געלאָזט דריקן פּאַשקעװילן אַז ס'איז גאָר מרומז אין זײַן נאָמן און (עיין רש"י ראשית אוני.)  מען האָט באַלד אַרױסגעטריבן די קינדער זײַנער פֿון די מוסדות און אים אַרױסגעשטעלט פֿון דער וועד, וכל העם ישמעו ויראו.

 

האָטס מיר אַלע אַ גוטן חודש. תמוז מאַכט זמני תשובה ממשמשין ובאין און זײַט מיר מוחל אַז מיט דעם ראשי תיבות האָב איך אײַך פֿאַרהרגט דעם טעם פֿון אַ פֿעטן ראיה אסורה.

נכתב על ידי , 20/6/2004 17:22  
17 תגובות   הצג תגובות    הוסף תגובה   הוסף הפניה   קישור ישיר   שתף   המלץ   הצע ציטוט



67,288
הבלוג משוייך לקטגוריות: החיים כמשל , דת , פילוסופיית חיים
© הזכויות לתכנים בעמוד זה שייכות לקטלא קניא אלא אם צויין אחרת
האחריות לתכנים בעמוד זה חלה על קטלא קניא ועליו/ה בלבד
כל הזכויות שמורות 2025 © עמותת ישראבלוג (ע"ר)