לדף הכניסה של ישרא-בלוג
לדף הראשי של nana10
לחצו לחיפוש
חפש שם בלוג/בלוגר
חפש בכל הבלוגים
חפש בבלוג זה

קטלא קניא

אַ טאָג אַ מלאך, אַ טאָג אַ גלח - יהי רצון ס'זאָל זײַן תמיד אַ געלעכטער

כינוי: 

מין: זכר





מלאו כאן את כתובת האימייל
שלכם ותקבלו עדכון בכל פעם שיעודכן הבלוג שלי:

הצטרף כמנוי
בטל מנוי
שלח

RSS: לקטעים  לתגובות 
ארכיון:


<<    יוני 2004    >>
אבגדהוש
  12345
6789101112
13141516171819
20212223242526
27282930   

6/2004

בעשרה מאמרות...


איך האָב יענער װאָך שבת געלערענט מיט מײַנע קינדער פּרקי אבות, בעשרה מאמרות נברא העולם. בין איך זײ מסביר אַז בײַ בריאת העולם שטײט צען מאָל ויאמר אָנגעהױבן בײַ ויאמר אלקים יהי אור און די משנה פֿרעגט אַז מען האָט געקענט באַשאַפֿן דער װעלט מיט אײן מאמר. פֿרעגט מײַן זין װאָס האָט געדאַרפֿט שטײן. איך האָב געװאָלט זאָגן אַז גאָט האָט געקענט זאָגן אין אײן מאָל אַז ס'זאָל װערן לעכטיק און הימלן און ימים און בײמער און אַלע אַנדרע באַשעפֿענישן. רופֿט זיך אָן מײַן אַנדרע זין אַז ס'װאָלט געקענט שטײן ויאמר אלקים יהי עולם.

 

מיר איז עס נישט געפֿאָלן. ממילא יהי אור, ליכטיקײט איז ליכטיקײט. אײַ װען מען האָט עס געזאָגט איז נאָכנישט געװען אַזאַ באַשעפֿעניש? װעט מען זיך אַן עצה געבן װי רש"י אױף נחל אשכּול אַז על שם העתיד. אָבער װען גאָט זאָל זאָגן יהי עולם, װאָס װאָלט דערפֿון אַרױסגעקומן? אַ נאָרמאַטיװע װעלט? ס'איז נישט פֿאַראַן אַזאַ זאַך און גאָט זאָל אונז אָפּהיטן פֿון אַזאַ אָנשיקעניש.

 

און װאָס װאָלט געװען מיט שבת אַז גאָט װאָלט אין אײן זאָג באַשאַפֿן דער גאַנצער מעשה? ס'איז אַ שאָד קאַליע צו מאַכן אַ משנהס אַ קשיא מיט קשיאס אױפֿן קשיא, איז װעלן מיר זיך נישט צופֿיל אָפּשטעלן בײַם קשיא װײַל נישט דאָס איז די משנה אױסן. פּונקט װי דער רבי בײַ שלש סעודות װעלן מיר זיך אױסדרינגן װאָס ס'איז דאָ זיך אױסצודרינגן און אַז די קשיא קלאַפּט נישט װעט דער תירוץ עס משלים זײַן. בעל כּרחך מיזן חסידים האַלטן אַז דער ענדע כּשרט די מיטלן װײַל אַז נישט דאָס פֿאַרשטײ איך זײ אינגאַנצן נישט.

 

מײַן טאָכטער װיל װיסן אױב דער אײבישטער האָט אונז ליב פֿאַרװאָס געבט ער אונז אַ יצר־הרע. איך האָב איר געזאָגט אַז אַזױ װי אירע לערערן געבט איר עקזאַמן װײַל זי װיל אַז די קינדער זאָלן זיך אָנשטרעגן און ענטפֿערן אַזױ אױך דער באַשעפֿער. זי איז נאָך צו יונג צו פֿרעגן אַז אירע לערערן געבט נישט פֿראַגעס װאָס מען קען זײ נישט פֿאַרענטפֿערן.

 

נאָך האָט מײַן זין מיר געפֿרעגט אַז די משנה זאָגט אַז פּי הבאר איז באַשאַפֿן געװאָרן בין השמשות און אין דער סדרה האָט ער געלערנט אַז ס'איז געװען בזכות פֿון מרים. שפּילט אַ ראָלע, מן הסתם זענען געװען צװײ בארות.

 

פֿרײַטיק צו נאַכטס בײַ מנחה האָב איך געהאַט אַ געװאַלדיקע נסיון. די מעשה איז אַזױ געװען. פֿרײַטיק אינדערפֿרי בין איך שפּעט אױפֿגעשטאַנען און איך האָב געלײגט תפֿילין, געזאָגט די ד' פּרשיות אָבער לײדער נישט אָנגעיאָגט צו דאַװענען. איך האָב מיך פֿאַרלאָזט אַז אונטערװעגענס אָדער אינדערפֿרי אין דער ביוראָ װעל איך געפֿונען אַפּאָר מינוט און געבן אַ דאַװען. מעשה יצר און בײַ קבלת שבת פֿאַר בואו ונצא דערמאַן איך מיך אַז איך בין גאָט שולדיק אַ שמונה עשרה. אינדערױסן איז נאָך געװען ליכטיק און ס'האָט מיך געטריבן גײן דאַװענען אַ צװײטער מנחהדיקע שמונה עשרה פֿאַר שחרית װעגן. װאָלט איך געמוזט אַרױסגײן זיך שטעלן שמונה עשרה, װאָלט מײַן זין מיר נאָכגעקומן און געפֿרעגט װאָס איז דאָס פֿאַר אַ מעשה. איך בין אױך געװען מיד און דערצו האָב איך געהאַט אַ שאלה צי מען קען דאַװענען אַ צװײטער מנחה שמונה עשרה נאָך אַזאַ לאַנגע הפֿסק פֿון דער ערשטער. ואל תביאנו לא לידי נסיון ולא לידי בזיון, האָט אַ רבי געטײַטשט אָדער נסיונות אָדער בזיונות. דאָס מאָל איז לײדע געװען אַ בזיון.





אַ לײענער שרײַבט מיר אַז ער האָט הנאה מיר צו לײענען אָבער ביז כּפֿירה. עד כּאן. איך װײס נישט װוּ איך האָב לעצטענס געשריבן כּפֿירה אָבער לאָז שױן זײַן. דער פּראָבלעם מיט אַסאַך פֿון מײַנע קריטיקער איז אַז זײ מײנען אַז דאָס לעבן איז אַזױ װי גײן אױף אַ חתונה. זאָל איך גײן זאָל איך נישט גײן? ער איז טאַקע געװען בײַ מײַן ערשטע זכר אָבער נאָר װײַל איך האָב עס דעמאָלסט געמאַכט בײַ מײַן שװער און ער װױנט אַ האַלבער בלאָק אַװעק. זײַט דעמאָלסט האָב איך שױן געמאַכט שמחות קײן עין הרע און ער האָט זיך נישט באַװוּזן. למעשה אָבער קען מען נישט פֿאַרגלײַכן אַ קידוש צו אַ חתונה אוז ס'איז פֿאָרט זײַן ערשטער קינד.

 

און װען מען גײט שױן יאָ, זאָל איך גײן אַ שטרײַמל צי מיטן קאַפּעליטש. אַז איך װעל גײן אַ שטרײַמל װעט מיך אַ האַלבע שטאָט פֿרעגן, 'און װאָס ביסט דו דאָ אַ מחותן?' װײַטער אַז איך װעל בלײַבן מיטן קאַפּעליטש װעט מיר קײנער נישט אָנקוקן און איך בין דאָך למעשה יאָ אַ ראשון בשני. און דער מחותן װעט האָבן שברון לב אַז איך קום נישט אָנגעטון בגדי שבת. ער האָט מיר אפֿילו געבעטן אַז זײַן מחותן האָט אַ גרױסע משפּחה און בײַ זײַן משפּחה, הײסט עס אונזער משפּחה, איז נישט דער מנהג צו האָבן ששה בכּרס אחד און די פּאָר קרובים װאָס ער האָט יאָ גײן נישט בערד און ער דאַרף אַפּאָר שטרײַמלעך אױף זײַן זײַט אױך.

 

װי דער מנהג איז בײַ ייִדן װען עס קומט צו קלײדונג געפֿונט מען אַ פּשרה. יענער װאָך זאָגט רש"י אױף אם נתן תתן את העם הזה בידי אַז די ייִדן האָבן נישט געװוּסט װיאַזױ דאָ צו דאַװענען װײַל דער שונא האָט זיך אָנגעטון אין אַ צװײטענס פֿאָלק קלײדונג. װען זײ זאָלן פּראָסט דאַװענען װאָלט דער בוחן כּליות נישט געװוּסט פֿון װעם זײ רעדן. האָבן זײ ערפֿינדן אַ פּאַטענט, אַ קאָפּשטיק און געזאָגט העם הזה און זײ האָבן באַװינקעלט דעם באַשעפֿער אַז ער האָט בלית ברירה זיך נישט געקענט אַרױסדרײען און ער האָט געמיזט קומן צו זײערע הילף. און װאָס איז דער פּשרה? אַז מען גײט ביזן זאַל מיט אַ קאַפּעליטש און מען נעמט דעם שטרײַמל מיט אין דאָס שאַכטל. אַזױ װי מען קומט אָן אין דער זאַל געבט מען זיך אַ טו איבער און מען װערט באַלד העכער מיט אַ קאָפּ.

 

מײנען מײַנע קריטיק אַז אָנגעפֿער אַזױ לעבט מען אָפּ דאָס לעבן. מען שטײט אױף אינדערפֿרי, מען קוקט אַרױס פֿון פֿענסטער און מען טראַכט װעלכע דעות זאָל איך הײַנט אָנטון און װיאַזױ זאָל איך זײ פֿאַרקניפּן. קריטיק מײַנער, איך װײס נישט װי איז בײַ אײַך אָבער בײַ מיר גײט עס נישט אַזױ און איך שטעל מיך פֿאָר אַז בײ אַנדרע אױך נישט. איך קען נישט זאָגן אַז ס'כאַפּט זיך נישט אַמאָל אַרײַן אַ כּפֿירהלע ליפּוי הלשון אָבער כּפֿירה ממש? איך שרײַב נישט מער װי מײַנע ספֿיקות און די קשיות װאָס פֿאַלן מיר כּסדר אײַן. איך צװינג מיר נישט די קשיות פּונקט װי איך צװינג מיך נישט צו גלײבן. אָדער גלײבט מען אָדער נישט, קײן בחירה איז אָבער אױף דעם נישט דאָ.

נכתב על ידי , 30/6/2004 22:48  
13 תגובות   הצג תגובות    הוסף תגובה   הוסף הפניה   קישור ישיר   שתף   המלץ   הצע ציטוט



67,288
הבלוג משוייך לקטגוריות: החיים כמשל , דת , פילוסופיית חיים
© הזכויות לתכנים בעמוד זה שייכות לקטלא קניא אלא אם צויין אחרת
האחריות לתכנים בעמוד זה חלה על קטלא קניא ועליו/ה בלבד
כל הזכויות שמורות 2025 © עמותת ישראבלוג (ע"ר)