װען איך שפּיר דער נױט גײ איך דאָ דאָרט צו אַ רביןס אַ טיש זיך אָנװאַרעמן און אָפּמעסטן װי װײַט איך האַלט פֿון די טעג װען איך בין געשטאַנען בײַ אַזעלכע טישן װי אַ זעלנער אױפֿן װאַך פֿון שלום עליכם ביז נאָכן פּירות טיש. דאָס פֿאָלגנדיקס איז אַן אַמאַלגמאַציע פֿון איטליכע שלש־סעודותדיקע איבערלעבונגן.
שבת אױף שלש סעודות בין איך געגאַנגן צו אַ רביש קינד. ער האָט געפֿיערט זײַן טיש בײַ אַ שטיבל װאָס איז אַ שטיב, כּלומר אַזאַ הײם װאָס קומט שבת טוט זיך עס אָן שבתדיק און ס'װערט אַ שטיבל. יאָ, ס'איז דאָ אַזױנס אױך. װאָס איז, נאָר האַנדלן מעג מען פֿון דער הײם און דאַװענען נישט? דער מלאך טוב געפֿעלט עס טאַקע נישט װײַל מען שנײַדט אים פֿון זײַ שכר הליכה אָבער אַז ער איז אַ מלאך טוב איז אים אַװדאי ניחא אַז חסידים קומן זיך צאַם. אין אַ װינקל ליגט אַן ארון קודש און קומט שבת קומן זיך צוזאַם ייִדן אנ"ש פֿון אַ געװיסן גזע און כּינוס צדיקים נאה להם ונאה לעולם.
דער פֿאַרגלײַך מיט אַ געשעפֿט אין נישט פּערצופֿאַל. געשעפֿטן אין דער הײם הײבן זיך אָן מיט אײנס צװײ זאַכן, לאָמיר זאָגן שטרימפּ און טורבאַנען אַז מען זאָל קענען אָנטון ייִדישע פֿרױען און מײדלעך מכּף רגל ועד ראש אין ייִדישע קלײדונג. אַז גאָט העלפֿט און ס'גלונגט לײגט מען צו האָר בענדלעך און נאַכט קלײדער. הצד השװה שבהם אַז ס'איז קלײדער װאָס ס'איז נישט לײַכט צו קױפֿן בײַ די אױסגעלאַסענע נישט ייִדישע געשעפֿטן. דער יצר הרע װיל אױך אַ בײנדל און ער אַלעדיקט אַז צו די פֿאַרסימטע דיקע שטרימפּ זאָל מען פֿאַרקױפֿן דינע שװאַרצע שטרימפּ און לפּנים הלאַט מען אױך דיקע שװאַרצע שטרימפּ. פֿאַר די פֿרומע זאָגט מען אַז דאָס איז פֿאַר די גאָר פֿרומע פֿון מאה שערים װאָס שטאָפֿירן זיך אױס אין אַמעריקע אָבער בני ובינך װײסן מיר דאָך אַלע אַז שװאַרצע דיקע שטרימפּ פּאָרן זיך מיט גאָר לאַנגע שײטלן כּמכּחול בשפֿופֿרת. צו די טורבאַנען לײגט מען אױך צו סנאָדס און צו די נאַכט כאַלאַטן איז מען מוסיף קלײדער װאָס האָבן עטװאָס אַ פֿאָרם. פֿאַרשטײט זיך אַז פּאָנזעלעס האָט מען שױן פֿאַרקױפֿט פֿונעם ערשטן טאָג. און אַזױ אַרום העלפֿט גאָט אַז דער הײם װערט צו קלײן און מען גײט אַריבער אין אַ קעלער און פֿון דאָרט אין אַ קלײט כּדבעית. די פּרײַזן שטײגן מיט מיט יעדער עליה װײַל מען מיז שױן נעמן פֿאַרקױפֿס שטײַערן אױך. דערנאָך הײבט מען אָן צו פֿאַרבריצרן אין דער װײַטן מזרח און דאָ װערט ער שױן אַ מחותן. גדיים נעשו תיישים און תיישים נעשו סוחרים, דער קאָזע בערדעל איז געװאָרן אַ באָק, פֿון אַ ביק אַ סוחר און פֿון אַ קלײן לעכל אַ ביזנעס אַז מען קען זיך ערלױבן אַ שישי, אַ טשעראָקי און אַ בדחן פֿון אױסלאַנד אױף די קינדערס חתונה.
כּי טוב סחרה מכּל סחורה זאָגט אונז דוד המלך און מיט גאָטס געשעפֿטן גײט עס נישט אַסאַך אַנדערש. מען הײבט אָן מיט אַ מנין פֿרײַטיק צו נאַכטס אַז מען זאָל זיך נישט שעמן צו זאָגן ברבים ועתעטרת לטאַטע בעמא קדישא, דערנאָך קומט מען זיך צוזאַם אױף שלש־סעודות און מען װאַרעמט זיך אָן בײַם רביןס ניגונים װאָס קלעבן זיך אָן מיט די װערטער װי די שטרימפּ מיט די שײטלעך. אַן ארי שבחבורה זאָגט איבער דעם רביןס תורות און די ברכאן דלעילא ותתא הענגן זיך אין דעם אָפּ. שפּעטער צו הערט אײנער פֿון אַ ספֿר תורה װאָס זוכט אַ תיקון און מען רעדט איבער דעם בעל־הבית דערפֿון, אַ ייִד װאָס װײסט נישט פֿון קײן חכמות, אַז ס'איז ממש אַ שאָד און ס'װעט זײַן אַ טובה פֿאַרן נשמה אַז חסידישע ייִדין װעלן דערפֿון לײענען מדי שבת בשבתו. אַזױ אַרום װערט דער ייִד אַן אוהד פֿונעם קרײז, ער קומט אַרײַן דאָ און דאָרט אױף אַ תפֿלה, ער איז זיך מחייה אױפֿן קירוב, ער פֿאָרט צום רבין אױף אַ שבת און מען נעמט אים גאָר װאַרעם אױף און ער פֿאַרשטײט נישט פֿאַרװאָס מען זאָגט אַז חסידים זענען נישט פֿרײַנדליך. דערנאָך װען דער הױז װערט צו קלײן געפֿונט מען אַ קעלער אָדער אַ כּתה אין אַ תלמוד תורה װוּ מען קען דאַװענען, און שפּעטער געפֿונט מען אַ שטח, דער רבי קומט אױפֿן אבן הפּנה, און װידער אױפֿן הכנסת ספֿר־תורה װאָס מען מאַכט מיטן חנוכּת הבית צוזאַמן, און דער יושב־ראש פֿונעם מעמד הײבט אָן אבן מאסו הבונים היתה לראש פּינה...
האַלט איך אָבער בײַם שלש־סעודות װאָס געפֿונט זיך נאָך בײַם נחשון אין דער הײם. איך קום אַרײַן אין מײַן שטיבל און האַלב דער עולם פֿעלט. מען זאָגט מיר אַז זײ זענען אַלע בײַ ד. ג. װײַל דעם רביןס זין צי אײניקל פֿירט אַ שלש סעודות. גײ איך אַהין און ס'איז פֿינסטער, חושך, די לאָמפּן זענען אַלע פֿאַרלאָשן כּנהוג אצל תלמידי בעל שם. בײַ ריכטיגע תלמידי בעל שם איז טאַקע אין גאַנצן פֿינצטער װײַל זײ האָבן די 'פֿאַסיליטיס' אױף דעם לוקסוס. בײַ אונז איז עס אימפּראָװאָזירט און פֿון דער קאָך איז אַרײַנגעקומן אַביסל ליכטיקײט. אַזױ גײט עס לײדער װען דער צדיק איז אין דער פֿרעמד, אַזױװי דעם באַקאַנטן משל אַז װען דער קעניג איז אונטערװעגענס קען יעדער צו אים צוקומן און דערפֿאַר זענען די דרײַ װאָכן אַן עת רצון זיך אױסצובעטן אַלעס גוטס װי צדיקים האָבן געטײַטשט כּל רודפֿ־יה השיגוה בין המצרים.
קום איך אַרײַן און אין דער פֿינצטער האָט מען מיך נישט דערקענט. בײַם רבין ר' מילך איז געװען אַן ענדלעכער מעשה, האָט ער באַלד געטײַטשט היסתר איש במסתרים ואני, און איך בין עפּעס, לא אראנו נאם ה'. אָדער איז דער רבי נישט אַזױ גרױס װי דער רבי ר' מילך אָדער איז ער נישט אַזױ מקפּיד צו באַלײדיגן מענטשן. מן הסתם איז עס װײַל איך בין ניטאַמאָל װערד אַ טײַטש. על כּל פּנים איך האָב מיר אַרױסגעצױגן אַ בענקל און זיך צוגעזעצט צו די חבריא קדישא. מען האָט געהאַלטן אין מיטן אַ ניגון און די שװאַרצע פּראָפֿילן אײַנגעהילט אין שװאַרצע בעקיטשעס האָבן זיך געשאָקלט. אַסאַך מער בֿחורים װי יונגעלײַט זענען זיך געקומן אָנװאַרעמן און זײערע טונקעלע קאַפּעליטשן האָבן זיך אַרױף און אַראָפּ געשאָקלט צום שװוּנק פֿונעם ניגון װאָס האָט באַלאָכטן דאָס פֿיל פֿאַכיקע שװאַרצקײט. נאָכן ניגון האָט דעם רביןס קינד געזאָגט תורה. ס'האָט זיך געהערט פֿון זײַן קול אַז ער איז אַ יונגערמאַן און ער האָט מעורר געװען די בחורים אַז אפֿילו װען זײ שפּירן זיך געפֿאַלן זאָלן זײ זיך נישט מייאש זײַן, און די עצה איז זיך מחזק צו זײַן אין תורה און עבודה. דאָס האָט ער געפֿלאָכטן מיט רמזים פֿון בארו של מרים אַז אין מים אלא תורה, און דער אפֿר הפּרה איז מרומז אױף טהרה וכו' וכו' כּמנהג שלש־סעוּדות תורות. אַז ער האָט געענדיקט די תורה האָט מען אָנגעצינדן אַ פּאָר ליכט און דערנאָך האָט מען אָנגעצינדן די לאָמפּן. דער עולם האָט מיך געזען און איך האָב זײ געזען און ליהודים היתה חשך. די לאָמפּן האָבן אױפֿגעלאָכטן דער פֿינסטערנישט װאָס האָט אױסגעזען ליכטיק אין דער חשך.
דעם רביןס זין איז געגאַנגן אַ פּראַכטפֿולע שטרײַמל, אַ פֿיל פֿאַרביקע בעקיטשע, פּיאות פֿריש געקרײַזעלט און באַלאַנצירט אױפֿן באָרד, געזעסן אױבן אָן און געמאַכט שטיקעס מיטן פּנים װאָס די פֿאַרלאָשענע לאָמפּן האָבן פֿריער באַהאַלטן. קעגן מיר איז געזעסן אַ יונגערמאַן, אחד מבני החבורה, מיט גאָר לאַנגע פּיאות, װײַסע שטרימפּ, אַ העמד אָן מאַנזעטן און געגענעצט. איך האָב געשפּירט אַז איך באַעװל אים, אַז איך קום מיך אָנװאַרעמן בײַ אַ פֿײַער װאָס ער דאַרף נעבעך הײצן. די בחורים האָבן זיך געשאָקעלט אָבער זײ זענען אױך געקומן װי טוריסטן, 'כבין געװען, כאָב געזען און כ'אָב יוצא געװען.'
נאָכן תורה און אָנצינדן די ליכט האָט דעם רביןס זין געטײלט פֿיש און דערנאָך האָט מען װײַטער געזינגן. קל מסתתר און אין כּאלקינו און אַנדרע ענדע שלש־סעודות ניגונים װאָס נאָך דער קלימאַקס פֿון דער תורה שפּירן זיך די ניגונים װי קישן לאחר הזיווג. אײן ניגון האָט יאָ אױפֿגעלעבט דעם עולם. נישט אַ ניגון ממש נאָר מער אַ נוסח. נאָך הערן די װערטער האָב איך געכאַפּט אַז דאָס איז 'דע לאָרדס פּרײער' (The Lord's Prayer) פֿון יענעם גזע װאָס יענס מאָל איז געװען שומר אמונים. די תפֿלה איז אַ תפֿלה װאָס ר' אהרן ראָטה האָט צוגעשטעלט פֿאַר זײַנע חסידים אַלץ אַ דורכגאַנג־װאָרט צום לפֿני ולפֿנים. די אינערװײניקסטע האָבן געקענט דער תפֿלה און געװאָרפֿן זײערע קעפּ זײַטװעגענס אָפּכאַפּענדיק די װערטער אַזױ אַז דער ניגון איז דורכגעלאָפֿן דעם טיש װי אַ װינד און אַפֿילו צובלאָזן די פּיאות.
צום סוף געבט זיך דער רבי אַ רוף אָן צו דער עולם מען זאָל זינגן אַ ניגון. די בחורים האָבן זיך אָנגקוקט אײנעם דעם צװײטן כּמנהג יהודאי, איך קען נישט, װאָס עפּעס מיר, איך בין אינגאַנצן נישט אַ בעל מנגן, נײן זינג דו, נו האָסט עפּעס אַ ניגון? און ס'הײבט זיך אָן אַ געברימעכץ װי מען קאָסט די ניגונים און מען שפּײט זײ אױס. במקום שאין איש פֿירט קטלא אױך אַ טיש און איך האָב געװינקן פֿאַר אַ בחור אַז איך האָב פֿאַר אים אַ ניגון. איך האָב געשפּיערט אַז די ניגונים װאָס זײ זענען פּולט זענען דאָ נישט צוגעפּאַסט און זײ טאַפּן נישט דער קדושה װאָס שװעבט דאָ אין די לופֿטן. איך געב אַ זאָג פֿאַר דעם בחור 'אחד יחיד ומיוחד...' און דער עולם האָט זיך געגעבן אַ װעק אױף. ויניעו אמות הסיפּים פֿון דער התלהבות פֿון אחד יחיד ומיוחד היה הוה ויהיה נאָכאַמאָל און װידער אַ מאָל, כּפֿל־כּפֿלימדיקע אָרגאַזמס צום בורא ברוך הוא, פֿריער איז געװן צמאה אַצינד שױן כּמה, און אַזױ האָט מען געזינגן ביז דער פֿײַער איז אױסגעגאַנגן און מען האָט זיך געגרײט צום בענטשן.
דאָס איז אָבער אױך נישט לײַכט געגאַנגן. ס'איז געװען שפּעט, דער בעל הבית האָט געזאָגט אַז דער זײגער ריקט זיך אָבער דעם רביןס קינד איז נאָך נישט גרײט. דער בעל הבית האָט זיך אָנגעהױבן צו רעגן, בלײך געװאָרן און זיך געשאָקעלט לצדדים מיט די פֿױסטן פֿעסט אָנגעכאַפּט אין דער גאַרטל. דער צדיק װערט נישט נתפּעל און שמײכעלט אױפֿן בעל־הבתישן צמצום. דאָס האָט ער אױך בירושה. אין דער ספֿר שומר אמונים פֿרעגט ר' אהרן אױפֿן גמרא גדול הנהנה מיגיע כּפּיו יותר מירא שמים, הײסט עס אַז אַ פּראָסטער שיסטער יונג איז גרעסער פֿון אײנער װאָס זיצט און איז הוגה בתורת ה' יומם ולילה, בתמיה. פּראָסטער שיסטער ייִנגן מאַכן אַן עסק פֿון אַ זײגער אױף מוצאי־שבת. די בני הכלא זענען אָבער מאחרים לצאת װײַל זײ קענען זיך נישט געזעגענען מיטן רעוא דרעווין פֿון שבת קודש. זרעינו וכספּינו קען װאַרטן און אליהו הנביא שױנט נישט אױף אונזער צײַט איז דאַרפֿן מיר נישט אין זינען האָבן זײַנס. מען האָט געזינגן נאָך אַ פּאָר ניגונים, מען האָט געהױבן פֿאַרן רבין דעם בעכער, רבותי, מיר װעלן בענטשן און צוריק צום װאָכענדיקן והוא רחום.