ס'האָט מיר געשריבן אַ יונגערמאַן צו זיכן אַן עצה ותושיה איבער דער מצב אין װאָס ער געפֿונט זיך. זײַן מעשה איז אַזױ. פֿאַר דער חתונה איז ער געװען 'אַ לײדיגער שטריק' און באַגאַנגן פֿיל עבירות. ער איז אַ חתן געװאָרן און זיך אַסאַך געטראָפֿן מיט זײַן באַליבטער. ער איז דעמאָלסט געװען אַ שוגג און ער האָט נישט געװוּסט װאָס איז מותר און װאָס איז אסור אָבער 'ריכטיקע ביאה' האָט ער סײַװי נישט געהאַט. ס'איז נישט שײן צו פֿרעגן װאָס דאָס הײסט נישט ריכטיקע ביאה און אפֿשר האָט ער זיך געפֿירט למאן דאמר אַז העראה הײסט נישט קײן ביאה . אַ שוגג איז ער אַלץ װײַל כאָטש שגגת תלמוד עולה זדון קען מען נישט באַשולדיקן אַ בחורל פֿאַר נישט לערנען דאָס װאָס פֿאַרן לערנען כאַפּט מען פּעטש.
אַז ער האָט חתונה געהאַט איז ער געװאָרן איבערנאַכט פֿון די בני עליה. אַ חתן ביום חופּתו װערט כתינוק שנולד און מען קען אים נישט באַשולדיקן אַז ער האָט צו ליטעראַליש אָפּגעטײַטשט אַלעס װאָס ער האָט געהערט פֿון די בדחנים און בעלי דרשנים. מען האָט אים אװדאי געזאָגט אַז ער גײט יעצט אַװעקשטעלן אַ ייִדישער שטיב און אַז ער שטײט אױפֿן פּרשת דרכים פֿון זײַן לעבן. אַלע פֿאַלטשע התחלות פֿון זײַנע בחורישע יאָרן זענען אים אװדאי קעגן געשטאַנען און דאָס מאָל האָט ער עס דורך געשטיפּט. הבא לטהר מסייעין לו און ס'איז אים געלונגן.
ער איז געװאָרן, דערצײלט ער, אָן אַ גוזמא אַ זײַדענע יונגערמאַן. ער שרײַבט אַז ער האָט יעדער מינוט אױסגענוצט און ער איז געװען אַ הוגה בתורת ה' יומם ולילה און פֿאַרװאָס זאָל איך אים נישט גלײבן? איך װעל נישט איבעראַרבעטן מײַן דמיון צו זאָגן װוּ נאָך ס'האָט זיך אױסגעשטעלט דער גלאַנץ פֿון זײַן זײַד און פּשוט איבערגעבן אײן אײנצעלער פֿאַקט װאָס חתן דינן האָט מיר געזאָגט װאָס שטײט אױס העכער פֿון אַלעס. אַז ער האָט געדאַרפֿט פֿאָרן קײן מאַנהעטן האָט עס אים גורם געװען אַ סאַך עגמת נפֿש און ער פֿלעגט דינגן אַ קאַר סערװיס כאָטש געלט האָט ער נישט געהאַט בשפֿע. איך מײן מדאַרף מער נישט זאָגן װײַל דאָס זאָגט עס אַלעס. נישט אױף לומדות האָט ער געצילט, אױף הוראה קען אפֿשר זײַן, אָבער דער תכלית פֿון דאָס אַלעס איז בלױז געװען צו מאַכן אַ נחת פֿאַרן באַשעפֿער. װי מיר װײסן װערט דעם אײבישטערןס פֿאַרגעניגן פֿאַרגרעסערט לױט װיפֿיל זײַנע באַשעפֿענישןס פֿאַרגעניגן װערט פֿאַרקלענערט. נעמן אַ קאַר קײַן מאַנהעטן, זיצן פֿון הינטן פֿאַרטיפֿט אין אַ ספֿר, אַ פּנים אָנגעצױגן פֿון דער פֿאַרשטאַרקערונג פֿון דער התנגדות דקדושה אינדערױסן, דער סטרא אחרא מיט איר פֿולן פּראַכט לאָקערט איבער אים און שטײט בײַם פֿענצטער גרײט אים אַרײַנצוכאַפּן און ער האָט זיך די אױגן נישט געהױבן. דאָס איז פֿון די העכסטע מדרגות װאָס אַ מענטש קען דערגרײכן. איך װײס בײַ מיר אַלײן אַז איך האָב עד היום חרטה אױף אַלעס װאָס איז מיר געלעגן צו די אױגן װען איך בין געװען ייִנגער און איך האָב מיך פֿון זײ אײַנגעהאַלטן. גאָרנישט זעט הײַנט אױס דאָס זעלבער.
הײַנט צו טאָג זאָגט ער האָט זיך דער מצב אינגאַנצן איבערגעביטן און דאָס איז זײַן סבה פֿון שרײַבן. װי אַמאָל פֿלעגט ער פֿון נקבות אַנטלױפֿן הײַנט האָט ער אַ געשמאַק מיט זײ צו שמועסן. זײַן פֿרױ זאָגט ער איז אַ שײנער און דאָך גלוסט זיך אים צו אַנדרע. און װער קען אים דען באַשולדיקן? פּת בסלו איז שטענדיק ראַזעװע. ער מײנט אַ דער אינטערנעץ איז אפֿשר דער שילד כאָטש פּאָרן זאָגט ער איז נישט זײַן 'גרױסע אינטערעסע.' שחרית געדױערט אים אַזױ לאַנג װי מנחה און ער מײנט נישט זײַן מנחה פֿון יום החופּה. אױף מנחה שרײַבט ער נישט אָבער מן הסתם איז עס אַזױ לאַנג װי אשר יצר װען ער װאָלט עס געזאָגט. תפֿילין לײגט ער נאָך און דאָס װאָס האַלט אים צוזאַמן איז נישט עפּעס אַנדערש װי זײַן באַשײדענע פֿרױ. די אָ באַשעפֿענישן װאָס האַלטן אונז אין אײן אונטערברענגן, װאָס דער שמאָלקײט פֿון זײערע קלײדער איז גורם מחלות, דער דינקײט פֿון זײערע שטרימפּ און דער לענג פֿון זײערע שײטלן עקסידענטן, דער פֿֿאַרב פֿון זײערע אױגן און זײערע שמאַלציקע ליפּן קינדערלאָזהײט און דער קלאַפּ פֿון זײערע שיך דער גלות אַלײן,טאַקע אײנע פֿון זײערע האַלט אָפּ אונזערע יונגערמאַן, געװעזן פֿון שטאָף, זיך געביטן אױף סאַמעט און אַצינד אַ שמאַטע זי האַלט אים אָפּ פֿון אינגאַנצן אַראָפּ גײן אינעם רינשטאָק אַרײַן.
דער יונגערמאַן ענדיקט אַז זײַן האַרץ איז צובלודיקט און זײַנע אױגן פֿאַרװײנט װוּ זיך אַהינצוטון. אין זײַן בריװ זעט ער זיך נישט װי אַ יחיד, אַן אינדיװיואַל װאָס בלאָנזעט נאָר װי אַ בן ישראל װאָס כשהם יורדים יורדים עד לעפֿר. און ער װיל אַז איך זאָל אים העלפֿן. איך װײס נישט צי ער װיל איך זאָל אים אַרױסצוציען משאול תחתיה אָדער ער װיל הערן אַז דאָרט װוּ ער געפֿונט זיך איז גאָרנישט אַ תהום. מן הסתם װײסט ער דאָס אױך נישט. װי ס'שטײט אין ספֿרים אַז אַסאַך מאָל דאַװענט מען צום באַשעפֿער און מען װײסט נישט װאָס מען װיל און מען בעט אים אַז ער זאָל געבן װאָס ער פֿאַרשטײט מיר דאַרפֿן. איך האָב קײנמאָל נישט ליב געהאַט דעם צוגאַנג און איך בין נישט זיכער אַז איך געטרױ אים אינגאַנצן. ער האָט שױן אײנמאָל געזאָגט אין פֿינעף ספֿרים, צװאָנציק בענדער און פֿיר חלקים װאָס איז אונז דער בעסטער און מיר געפֿעלט אַז איך זאָל אים אַביסל זאָגן װאָס איך האַלט אַז איך דאַרף. אונזער יונגערמאַן זאָגט אָבער נישט װאָס ער װיל און ער זיכט אַן עצה ותושיה.
ראשית כּל, מבלעדי אלקים יענה את שלום... און איך װעל מיך באַנוצן מיט נאָך אַ ציטירונג פֿון יוסף הצדיק און זאָגן שבע פּרות הטובות שבע שנים הנה ושבע פּרות הרקות העולות אחריהן שבע שנים הנה. צי עס איז פֿעטע קיען צי מאָגערע קיען איז עס אַלעס אײנס. לאָט אײַך אָפּ מיט זײַד און מיט שטאָף, מיט עליות און ירידות און לאָזט דאָס איבער פֿאַר די משגיחים און משפּיעים אין ישיבה קטנה. כאָטש לא פּסיכאָלאָג ובן פּסיכיאַטער אנכי און איך האָב אײַך נישט געלײַדענט זאָגן װידוי בײַ מיר אױפֿן פֿאַטעל זעט מיר אױס מיט מײַנע פֿלײשיקע אױגן אַז איר גײט נאָך עקסטרעמן. איר זענט אין דעם נישט שולדיק און איר זאָלט דעריבער נישט מאַכן גלגולי שלג אָבער װײַטער אָנצוגײן מיזט איר װיסן מאין באת צו קענען פֿאַרשטײן לאן אתה הולך.
אַז איר זענט געװען אַ פֿױגל אין אײַערע ימי הבחרות איז שמח בחור בילדותיך און איך האָף אַז איר האָט דערפֿון אַסאַך געניסן. איז אָבער דער גײסט פֿון אונזערע הױך געשעצטע חינוך סיסטעם צו נעמן אַזעלכע פֿױגלעך און זײ אָפּשנײַדן די פֿליגל און זײ פֿאַרשטײַגלן. זײ װעלן אײַך זאָגן אַז זײ לערנען גאָר אױס װיאַזױ צו פֿליען במעלה העולה בית אל. דער סדר החינוך איז אַז מען דאַרף זיך שאָקלן װי אַ חמור, זײַן אַ מתמיד װי אַ פֿערד, אַסאַך שמײכלן און זיך מאַכן װאָס מער אַ תם, קײנעם נישט קוקן אין די אױגן און יעדער מינוט תשובה טון אױף דער פֿריערעדיקע מינוט װאָס איז נישט געװען בשלימות און לזה פֿײַנער בחור יקרא, אַזױנס האַלט מען אױף פֿאַר אַ מוסטער, ער שםט איבער דער װעלט פֿאַר אַ יראת שמים און די עלטערן שאַצן װיפֿיל זײַן יראת שמים איז װערד אין דער שידוכים בערזע.
חתן דינן איז טאַקע נישט געװען פֿון די אױבנדערמאַנטע אָבער אױף אַזױפֿיל האָט דער סיסטעם געהאַט איבער אים אַ רושם אַז װיפֿיל ער האָט נישט געניסן פֿון זײַנע חטאות נעורים האָט אים אַלץ געביסן דער װאָרם פֿון די שלש סעודות תורות, די שמועסן, די דרשת התעוררותן און דעם רביןס 'שעמסט דיך נישט?' פֿון נישט געפֿינען דאָרט מנוחה איז ער געלאָפֿן צו אַן עקסטרעם סימבאָליזירט אין זײַן הקפּדה צו פֿאָרן קײן מאַנהעטן מיט אַ קאַר סערװיס. כאילו דאָרט ליגט זײַן גאולה. ער האָט עס אָבער דאָרט אױך נישט געפֿונען װײַל עס ליגט נישט דאָרט. נישט מײַנס און נישט זײַנס. איך װײס װײַל איך בין שױן דאָרט געװען. און יעצט איז ער װידער אױף דער ראָױלער־קאָױסטער אױפֿן אַנדרן עקסטרעם. אפֿשר איז עס גאָרנישט אַזױ עקסטרעם װײַל ליב האָבן רעדן מיט אַ פֿרױ איז גאַנץ נאָרמאַל. בײַ אים על כּל פּנים שפּירט זיך עס אַזױ און אפֿשר װעגן זײַנע עקסטרעמן נעמט ער עס צו װײַט.
װאָס זאָלסט דו טון? איך קען דיר דאָס נישט ענטפֿערן. איך קען דיר נאָר װוּנטשן אַלעס גוטס און חזק חזק.
עיקר שכחתי אָבער איר האָט אַ שטיקל חוצפּה. מער װי אַ שטיקל; אַ גאַנץ שטיק. איר הײבט אָן אײַערע בריװ אַז װיבאַלד איך נעם פּדיונות מעגט איר מיר מטריח זײַן און איך 'דאַרף סערװירן דעם עולם.' און פֿון אײַערע פּדיון קײן זכר נישט. יונגערמאַן, איר זענט שױן אַמאָל געפֿלױגן מיט אַ פֿליגער בחנם װײַל אַנדרע באַצאָלן? געגעסן אין אַ רעסטאָראַנט װײַל אַנדרע באַצאָלן, געקװיטעלט אַ רבין װײַל אַנדער פּדיונען? איז װאָס פֿאַלט אײַך אײַן אַז בײַ מיר איז אַנדערש. אַז איר װילט נישט באַצאָלן איז נישט אָבער זײַט נישט אַ תובע בפֿה. אַז אלי תשוקתך איז אױך והוא ימשל בך.