לדף הכניסה של ישרא-בלוג
לדף הראשי של nana10
לחצו לחיפוש
חפש שם בלוג/בלוגר
חפש בכל הבלוגים
חפש בבלוג זה

קטלא קניא

אַ טאָג אַ מלאך, אַ טאָג אַ גלח - יהי רצון ס'זאָל זײַן תמיד אַ געלעכטער

כינוי: 

מין: זכר





מלאו כאן את כתובת האימייל
שלכם ותקבלו עדכון בכל פעם שיעודכן הבלוג שלי:

הצטרף כמנוי
בטל מנוי
שלח

RSS: לקטעים  לתגובות 
ארכיון:


<<    יולי 2004    >>
אבגדהוש
    123
45678910
11121314151617
18192021222324
25262728293031

7/2004

קינדער, משנה תורה און די נײַן טעג


מײַן פֿרױ איז אין קעמפּ אין דער קאָנטרי, די קינדער אױף האַלב װאַקאַציע מיט איר און איך געטריבן על המחיה ועל הכּלכּלה. װאָלט געװען אַ הוה אמינא אַז איך זאָל האָבן מער צײַט װי נאָרמאַל, שיקט דער מסבב כל הסיבות אונטער שטרױכלונגן און איך געפֿין קױם דאָ דאָרט אַ מינוט זיך אַװעק זעצן מיט ייִשוב הדעת עפּעס אָפּשרײַבן.

 

יענער װאָך איז געװען אַ יאָרצײַט בײַ אונז אין פֿאַמיליע און מײַן טאָכטער האָט געװאָלט װיסן װיאַזױ די באַבע װעט װיסן אונזערע אַדרעס. איך האָב נישט פֿאַרשטאַנען װאָס זי פֿרעגט און איך האָב איר געזאָגט אַז מיר גײן צו אירע קבר און זי קומט נישט צו אונז ממילא װעט זי אונז נישט מיזן אױפֿזיכן. זאָגט זי, נײן, זי רעדט פֿון תחיית המתים און זי װיל װיסן צי די באַבע װעט װיסן װוּ צו גײן נאָך זי שטײט װידער אױף לקץ הימים װאָס קען זײַן אפֿילו הײַנט אם בקולו תשמעו און די ייִנגלעך װעלן האַלטן זײערע פֿינגערס אין דער חומש.

 

מײַן טאָכטער איז גאַנץ גערעכט. מען רעדט אַזױפֿיל פֿון תחיית המתים און קײנער געבט זיך נישט אָפּ מיט די לאָגיסטישע ענינים פֿון אײַנאָרדענען די מאַסן װאָס װעלן זיך געבן אַ רוק אָן מיט אַ מאָל. װוּ װעלן זײ אײַנשטײן, װוּ װעלן זײ עסן, נעכטיקן, אַרױסגײן הכנות? װאָס װעט זײַן מיט פּרנסה און װער רעדט נאָך שידוכים? זײ װעלן מיזן צוריק גײן צו זײערע אַלטע שותפֿים און שותפֿות אָדער מען װעט זיך מעגן װעלן אַ צװײטע מאָל? און װער רעדט נאָך פֿון די שאלות װאָס װעלן נולד װערן װאָס האַנדעלט זיך מיט איסורי כּרת און ספֿק ממזרים. אױך װעט מען דאַרפֿן אַ ריזיגע אָרגענעזאַציע צו פּאָרן אַלע קרובים און שכנים און די רבישע אײניקלעך מיט זײערע הײליגע זײדעס. אױף קרבנות איז דאָ גאַנצע מכון-ען װאָס לערנען קדשים און טהרות און אַ קאַװע פֿאַר די אױפֿגעלעבטע האָט מען נאָך נישט אינזינען געהאַט.

 

שבת האָט מײַן זין מיר געכאַפּט זאָגן שמע און בלױז פֿאַרמאַכן מײַנע אױגן. װער ער האָט מיר אױפֿמערקזאַם געמאַכט האָט ער מיר נאָכגעמאַכט און מיר געװיזן אַז איך פֿאַרמאַך מײַנע אױגן און הײב אַביסל אױף מײַנע אױגן־ברעמן און פֿאַרקנײטש אַביסל דער שטערן. װאָס האָב איך אים געקענט זאָגן? נאָך אַ מזל ער האָט מיר נישט געכאַפּט נאָר מהר והבא עלינו אָן די פֿיר ציצית צװישן דער קלײנע פֿינגער און איר שכן.

 

צוריק צו מײַן טאָכטער, יענער װאָך בין איך שטאָלץ געװען, גאָר שטאָלץ געװען, אַז בײַ די פֿינעף יאָר האָט זי געװיסט פֿון די ערי מקלט און אַז מען הרגעט בשוגג מיז דער װאָס האָט געהרגעט אַהין גײן. נישט צו גלײבן די ידיעות װאָס מען לערנט אױס אונזערע טעכטער. לאָמיר האָפֿן אַז נעקסטע יאָר משפּטים װעט זי שױן װיסן פֿון די ד' אבות נזיקין און מכשפֿה לא תחיה און דאָס װעט זײַן אמתע נחת.

 

און צוריק צו מײַן זין. ער װיל װיסן װאָס װאָלט געװען װען אדם הראשון װאָלט נישט געגעסן פֿון דעם עץ הדעת פֿון װוּ װאָלט מען געהאַט שכל צו טון די מצוות און דינען דעם אײבישטער. אױך ער האָט רעכט. אַז גאָט האָט באַשאַפֿן דער װעלט װײַל ער האָט געװאָלט געניסן פֿון ייִדישע קינדער װאָס טון זײַן װילן איז װיאַזױ װאָלט מען זיך אַן עצה געגעבן אָן דער עץ הדעת? הײסט עס אַז מײַן אַלטע טענה איז גערעכט און אונזערע פֿליכט איז צו טון אָן זיך זאָרגן װיפֿיל זינען עס האָט? דאָס האָב איך אים נישט געװאָלט זאָגן און איך האָב אים נישט געענטפֿערט צו דער זאַך. װען איך װעל האָבן צײַט װעל איך מיט אים לערנען דער פּרשה מיט די מפֿרשים און זען צי מען קען דאָרט ערגעץ אַרױסקריכן. שרײַבענדיק פֿאַלט מיר אָבער אײַן אַז עץ הדעת האָט דער פֿון אױבן דעפֿינירט אַלץ װיסן צװישן גוט און שלעכט. הײסט עס אַז פֿאַרן עסן האָט מען נישט געװוּסט פֿון אַזאַ אינטערשיט. און אַז אַלעס װאָס גאָט זאָגט איז גוט און דער קעגן איז שלעכט, און גאָט האָט געזאָגט נישט עסן איז נישט עסן שלעכט. טו װיאַזױ האָט אדם געקענט װידעשפּעניגן פֿאַרן עסן? אלא מאי גוט און שלעכט איז נישט אָפּהענגיק אין גאָט און האָט אַ חיות פֿאַר זיך און גאָט קען טון שלעכטס און אָן גאָט קען זײַן גוטס איז אױב אַזױ װאָס איז גאָטס ראָלע? גײ פֿאַרשטײ.





חזק אױף במדבר האָט מיך געמאַכט איבערטראַכטן דעם ספֿר. ס'איז אַ מאָדנער ספֿר ערגעץ אין צװישן בראשית מיט איר שײנע מעשהלעך און ויִקרא מיט איר מעשה המשכן און פֿאַרשידענע הלכות װי פּסח שני, נדרים, ערי מקלט אַרײַנגעװאָרפֿן דאָ און דאָרט. אין בראשית זעט מען די צרות פֿון די אבות װאָס האָבן געבױרן דאָס פֿאָלק. פֿון אײן אברהם און זײַנע װאַנדערונגן, דורך יצחק צו יעקב מיט זײַנע איבערלעבענישן ענדיקט זיך דער ספֿר מיט די שבעים נפֿש ירדו מצרים. די שפּאַנונג אין דער נאַראַטיװ זענען בדרך כּלל דערױסענדיקע. די מצריים װילן נעמן שרי, אברהם צובראַקעט זיך מיט לוט, יצחק מיט אבימלך, יעקב מיט װעם ער האָט נאָר געקענט ביז צום סוף באַזעצן זײ זיך אין מצרים. די ברידער האָבן טאַקע פֿאַרקױפֿט יוסףן אָבער ס'קומט איבער װי אַ משפּחה געראַנגל. אין שמות װערן זײ אַ פֿאָלק, געבױרן דורך די חבלי לידה פֿון שעבוד און פֿאַרהײַראַט מיט גאָט אױף באַרג סיני. יאָ, ס'איז געװען דער עגל אָבער ס'איז געװען װי מען זאָגט אױף ענגליש אַ 'פֿלינג'. זײ זענען נישט געװען די ערשטע װעם עס איז געװען שװער זיך צוצוגעװױנען צו דער געטרײַהײט װאָס פֿאַרלאַנגט זיך פֿון דאָס פֿאַרהײַראַטע לעבן. אין ויִקרא האָבן זײ באַקומן מצוות אָן אַ שיעור און הערשט אין במדבר באַקומט מען אַ טעם װיאַזױ דאָס לעבן אין דער מדבר האָט אױסגעזען.

 

און װאָס זאָגט אונז במדבר? װאָס לערנען מיר אַרױס פֿון די קריזיסן אײנער נאָכן צװײטער? אַז די ייִדן זענען צרה לײַט, אַז גאָט קען נישט װאַרטן זײ אומצוברענגן און אַז משה רבינו רעדט צװײ שפּראַכן. צו גאָט זענען זײ דער פֿאָלק װאָס ער האָט אַרױסגענומן פֿון מצרים און למה יאמרו הגויים און צו די ייִדן רעדט ער שמעו נא המורים. פּלוס סאַ שאַנדז... און אַז עמיצער רעדט יאָ אַ גוט װאָרט אױף די ייִדן איז עס נישט קײַן צװײטער װי בלעם. פֿאַרשטײט זיך אַז ער האָט עס נישט געמײנט און נאָר װײַל דער אײזל האָט אים געצװינגן װײַל מיר זענען קײנמאָל נישט זיכער װען אײנער זאָגט אױף אונז אַ גוט װאָרט צי מײנט ער עס טאַקע צי זאָגט ער עס נאָר װײַל עס לױנט אים אַזױ? און װען היטלער זאָל נאָכאַמאָל קומן קען מען זיך טאַקע פֿאַרלאָזן אױף יענעם שכן?

 

קומט צו גײן ספֿר דברים און װידער אַ גאַנץ פֿרישע מסכת. משה רבינו גײט שטאַרבן און ער שרײַבט זײַנע זכרונות, זײַנע מעמװאַרן בלע"ז און דרך אגב איז ער מסדר אַפּאָר חשבונות. פֿון וידבר ה' אל משה לאמר שלח לך אנשים װערט ותקרבון אלי כּולכם. דער נביא האָט געזאָגט מיט אַפּאָר הונדערט יאָר שפּעטער לכתך אחרי במדבר בארץ לא זרועה אָבער משה רבינו האָט געזאָגט ממרים הייתם עם ה'. ער איז באַרעכטיקט, ער מעג מוסרן די ייִדן. עס איז נאָר װיכטיק צו געדענקן אַז דאָס איז נישט אַן אָביעקטיװער בליק נאָר דער פֿרוסטרירונג פֿון אַ פֿירער װאָס מען לאָסט נישט אױספֿירן זײַן שליחות און אַרײַנפֿירן די ייִדן  אינעם צוגעזאָגטן לאַנד. דערפֿאַר ניצט ער אױס די זכרונות צו שמײַסן, צו פּרעדיקן, צו סטראַשן, צו שעלטן און בדיעבד  אַרײַן װאַרפֿן אַפּאָר ברכות אױף לא יחרץ געלט. ער זאָגט זײ טאַקע בנים אתם לה' אלוקיכם אָבער דער טעמע איז װיפֿיל גאָט האָט זײ געטון און װי גליקלעך זײ זענען מיט דער תורה און מיט דער חכמתכם ובנתכם, און גאַנץ װײניק װי גליקלעך גאָט דאַרף זײַן אַז אַנדרע פֿעלקער האָבן נישט געזאָגט יאָ װען מען האָט זײ אָפֿערירט דער תורה.





נײַן טעג


ס'האָט אײנער געפֿרעגט אין די קאָמענטאַרן װעגן שאלות אין די נײַן טעג. איך שרײַב נישט דאָרט מײַנע שאלות װײַל איך האָב זײ נישט כאָטש די נײַן טעג זענען פֿון די צײַטן װען די שאלות װערן מאַס פּראָדוצירט. דײן, איך האָב ערב ראש חודש געטרױטן אױף מײַנע קלײדער מעג איך זײ אָנטון. ר' ייִד, ס'איז נישט דאָ קײן שום היתר צו טרעטן אױף די קלײדער. ס'איז אַ מנהג עם־הארצות װאָס ייִדן האָבן אײַנגעפֿירט פֿאַר מיר האָבן זוכה געװען צו דער קלאָרקײט פֿון הלכה װאָס געװעלטיקט אין אונזערע טעג. הײַנט האָבן מיר מברר געװען מיט טעכנאָלאָגיע פֿון פּראָפֿערסאָרן שומרי תורה ומצוות אַז טרעטן אױף די קלײדער קען זײ בשום אופֿן נישט צוברענגן צו דער מצב פֿון אַ װײַסער העמד װאָס ליגט אױפֿן לײַב אַ װאָך צײַט נאָכאַנאַנד און דעריבער קען מען זיך אױף דעם נישט פֿאַרלאָזן. אמת די עם־הארצים זאָגט מען עס נישט אָבער אַ יונגערמאַן װי דו װאָלט געדאַרפֿט מחמיר זײַן.

 

דיין, איך האָב אַ מנהג אַז איך שנײַד מיך די נעגל יעדער צװײטער װאָך און דאָס יאָר געפֿאַלט דער צװײטער װאָך אױף ערב שבת חזון, מעג איך... און דיין איך שנײַד מיך די נעגל נאָר װען זײ װערן גענוג לאַנג און זײ זענען יעצט זײער לאַנג. איך פֿאַרשטײ אײַך בײדע נישט. איר לערנט נישט מחבר און רמ"א? ס'איז נישט אַ מדת חסידות ס'איז אַ בפֿירושע שלחן ערוך װאָס יעדער ייִד דאַרף זיך אין דעם פֿירן פּונקט װי ער דאַװענט דרײַ מאָל אַ טאָג. און נאָך מער ס'איז מרומז אין דער סדר װאָס מען שנײַדט זיך די נעגל. אין שלחן ערוך שטײט אַז דער רעכטער האַנט דאַרף מען שנײַדן אין דער סדר פֿון ב'ד'א'ג'ה', און דווקא לגבי דער חורבן נוצן די פּוסקים דער לשון פֿון דאגה װי עס שטײט אַז ראוי לכל אדם להיות מיצר ודואג אױפֿן חורבן. זעט מען דערפֿון אַז דער לשון דאגה האָט אַ שייכות מיט שנײַדן די נעגל.

 

רב לעבן, װען מען טוט אָן די קלײדער ערב ראש חודש פֿון װען הײבט מען אָן צו צײלן דער האַלבער שעה? פֿון װען מען לײגט אַרײַן דער האַנט אין דער אַרבל אָדער נאָך מען קנעפּעלט עס צו און מען שטעקט עס אַרײַן אין די גאַטשעס? רב, די זאָקן מעג מען טױשן? רב, איך לײַד פֿון שװיצן איך מעג מיך װאַשן? און דײן פֿאַר אײנער װאָס ניצט נישט דיאָדערענט אַ גאַנץ יאָר מעג ער זיך מיט דעם באַניצן אין די נײַן טעג? און װיאַזױ איז דער הלכה מיט פּיצן די צײן? אײנדער װאָס פֿירט זיך אַז ער פּיצט יאָ יעדן טאָג מעג ער אױך פּיצן? און טאָמער ער לאָזט עס אַמאָל אױס װאָס איז דעמאָלסט דער הלכה? און מײַן האַנטיך איז שמוציק געװאָרן, און דער פּאָדלעגע איז קלעביק, און דער האָר קראַצט און אױף מײַן פּלײצע ליגט שלג כּצמר און דער קראָגן פֿון מײַן העמד איז שױן נישט דאָ אַ זכר פֿון װײַסקײט און מיר דאַרפֿן װיסן דער הלכה. און אױך װי װאַרעם מעג דער װאַסער זײַן אױף ערב שבת? איך האָב אַן עלעקטראָנישע טוש און איך קען עס אָנשטעלן פּונקט בײַ דער הלכה איז װיפֿיל גראַד מעג מען?

 

דער גרעסטער פּלא פֿון אַלעס איז אַז די זעלבער װאָס זענען אַזױ מקפּיד אַז ס'זאָל גײן פֿון זײ אַ ריח ניחוח כּדת משה וּישראל אױף זכר לחורבן װעלן זיך זעצן עסן אַ טעלער פֿלײש כמו שכּתוב אױפֿן יאָרצײַט פֿון דעם אר"י ז"ל וכמאמר הכּתוב אין הקומץ משביע תלמידי האר"י. אין מײַן שיל האָט עמעצער געמאַכט אַ סיום און דער עולם האָט זיך גערעגט אַז מען געבט נישט פֿלײש. ס'איז פּשוט אַז די אירע פֿאָרן װי אַ באַן אױף שינעס. כּל זמן מען איז אױף די שינעס קען מען טון װאָס מען װיל און עס איז נישט מעלה ומוריד. און אַז אַ מענטש פֿאַלט אַרױף אױף די שינעס און װערן צוטרױטן איז פֿאַרפֿאַלן והאלקים אנה לידו. דער באַן פֿאָרט צו שנעל אַז מען זאָל זיך קענען צוטון מאַכן פֿון די יחידים. דער חורבן הײבט זיך אָן װען גײט אַראָפּ פֿון די שינעס. דעמאָלסט װײסט מען נישט רחמנא לצלן װוּ עס װעט זיך אױסלאָזן. אײַ אױף די שינעס הרגעט מען אױך אַמאָל מענטשן און מען עסט פֿלײש אין די נײַן טעג, שאַט נישט. אױף די שינעס מעג מען. זאָל מען זוכה זײַן אַז הימים האלו יתהפּכו לששון ושמחה און מען זאָל זוכה זײַן צו גאולה האמיתית בעגלא דידן.

נכתב על ידי , 23/7/2004 20:57  
15 תגובות   הצג תגובות    הוסף תגובה   הוסף הפניה   קישור ישיר   שתף   המלץ   הצע ציטוט



67,288
הבלוג משוייך לקטגוריות: החיים כמשל , דת , פילוסופיית חיים
© הזכויות לתכנים בעמוד זה שייכות לקטלא קניא אלא אם צויין אחרת
האחריות לתכנים בעמוד זה חלה על קטלא קניא ועליו/ה בלבד
כל הזכויות שמורות 2025 © עמותת ישראבלוג (ע"ר)