שױן, מען זיצט שױן אױף די פּלעצער, ענדלעך האָט זיך יעדער שױן מסדר געװען די געפּעק, מען האָט שױן געפֿינען פּלאַץ איבער אַ צװײטענס קאָפּ װײַל דער היט דאַרף אױפֿנעמען אַ גאַנצע שאַפֿער, און סײַװי איז דאָרט געװען לײדיק און װאָס שטערט עס דען יענעם, זה נהנה וזה לא חסר, און דאָך האָט ער געקוקט און געפּלאַצט. זאָל ער פּלאַצן! אַ רשע מרושע, ער דאַרף עס נישט אָבער אַבי נישט אַ צװײטער. דאָס איז אַלעס פֿאַריבער און מען האַלט שױן בײַם הנני העני פֿונעם לאַנגע שמונה עשרה פֿונעם פֿלי װען דער מאָגן דרײט זיך און מען שװערט זיך אַז דווקא דער עראָפּלאַן איז אַ בעל מום און בײַ דעם פֿלי װעט עס אַרױספֿאַלן פֿון דער הימל און דווקא נאָך עס האָט זיך געהױבן אַז בײַם פֿאַלן זאָל זײַן כּדי להמית. מען קוקט זיך אום און מען מאַכט אַ חשבון אַז לאָמיר שױן זאָגן מען איז כּולו חייב זען דאָך אױס די שכנים גאַנץ פֿײנער מענטשן און חלילה להמית צדיק עם רשע. דער פּחד אָבער במקומה עומדת. מען דערװאַגט זיך נישט אױסצוטראַכטן די מחשבות במלואם װײַל אל תפֿתח פּה לשטן און טאָמער װעט דער בעל דבר אָפּלײענען די מחשבות װעט עס אים אַרײַן לײגן אידײען אין קאָפּ װאָס אָן דעם װאָלט אים נישט אײַנגעפֿאַלן. מען טראַכט נאָר די חלילהס צװישן די פּחדים װאָס טראַכטן זיך אומגעטראַכט און צװישן דער שיר המעלות ממעקים און למנצח יענך װאָס זאָגן זיך אומגעזאָגט. און אַז מען זאָגט זײ להכעיס נישט איז עס מיט מער כּוונה װי װען יאָ געזאָגט.
מען פֿליט שױן, דער מאָגן האָט שױן מקיים געװען שבע יפּול צדיק וקם און האָט זיך שױן אַצינד באַזעצט, די הענט כאַפּן זיך שױן נישט אָן אין די הענטלעך אױף נישט אַראָפּצופֿאַלן און די נשמה ליגט שױן נישט צװישן די ליפּן. מען קען זיך שױן ערלױבן אַ בליק אױף די אַנדרע ערליכע ייִדן. אײנער װיקעלט שױן אױף זײַן זילבער פּאַפּיר צו עסן זײַן סענדװיטש װאָס זײַן פֿרױ האָט אים געמאַכט מיט ליבשאַפֿט, איבערגעצױגן דאָס זעמל מיט אַ לײַלעך פֿון פּוטער, געדעקט מיט אַ קאָלדערע פֿון טונאַ און אױסגעשפּרײט קישעלעך פֿון פּיקעלס. ער דאַרף נישט װאַרטן ביז די לאָמפּן פֿון די ויסעו גאַרטלעך פֿאַרלעשן זיך אױף זיך גײן װאַשן אין דער בית הכּסא נאָך אַראָפּלײגן דאָס דעקל פֿון דער שיסל, זעקס מאָל דריקן דער קראַן צו האָבן אַ באַזונדערע כּוח גברא אױף אַ יעדער װאַש, אױפֿמאַכן דאָס ריגל מיט דער אַרבל כּדי נישט אָנצורירן מעטאַל און דערנאָך זיך טריקענען אין די הױזן אױפֿן װעג צום זיץ. דאָס אַלעס איז נישט נײטיק װײַל ייִדן האָבן ערפֿינדן מזונות זעמלעך, װאָס נאָך דער ערפֿינדונג פֿון די ען אײ, אונטערהעמדער מיט ארבע כּנפֿות, װעלקראָױ אױף ספֿר תורה גאַרטלעך און דער גרעסטער ערפֿינדונג פֿון אַלע, פּלאַסטיקער פֿאַר שטרײַמלעך װאָס מען מעג אָנטון אפֿילו װוּ עס איז נישט דאָ אַן עירוב, נאָך די דאָזיקע זאַכן איז מזונות ברױט אַװדאי צװישן די אױבערשטע צען ערפֿינדונגן דער זײַט פֿון מכירת חמץ און היתר עיסקא.
איז אָבער דאָ אײן פּראָבלעם אַז מזונות ברױט װערט אױס מזונות אַז מען עסט עס אכילת קבע. כּלומר כּל זמן ס'איז מזונות איז עס מזונות אָבער אַזױ װי ס'װערט ברױט איז עס אױס מזונות. אַזאַ סאָרט ראָבאָטישע מזונות װאָס טױשט זיך װי אַ כאַמעלעאָן. ס'איז ברױט װי חמר איז אַן אײזל. װױנט עס אין זילבער פּאַפּיר איז עס מזונות, עסט מען עס אױף אַ סעודה, טונקט מען עס אײַן אין פֿיש יױך אָדער אין אַ ראָסעל װערט עס המוציא. און װאָס איז די הלכה אַז מען שמירט עס מיט פּוטער? אַ שאלה.
און אַ גרעסערע שאלה איז װאָס פּאַסירט אַז מען עסט מזונות ברױט אַלץ אַ חלק פֿון אַן עראָפּלאַן סעודה? די אָ סעודה װאָס מען טײלט געװענדלעך אױס פֿאַר אַלע אַנדרע סעודות, װען מען שפּירט בחוש אַז אהבת עולם אהבתנו ה' אלקינו אַז מיר באַקומן די ערשטע, און װען מען מאַכט עס אױף און מען פֿאַרגלײַכט עס מיטן שכןס נישט כּשרע עקװיװאַלענט איז בעל כּרחו יענה אמן און ס'װערט מקויים יכּירו וידעו כּל יושבי תבל כּי טוב סחרה מכּל סחורה. די שאלה איז װערט דער ברױט װאָס קומט מיט דער סעודה פֿאַרעכענט פֿאַר קבע אָדער עראי? װעל איך אײַך זאָגן. פֿאַר אַ פּאָר יאָר איז אַװעק אַ רב, איך קען מיך נישט דערמאַנען זײַן נאָמן, װאָס נאָך ער איז אַװעק האָב איך געלײענט זײַנע לױבן אַז ער האָט געפּסקנט אַז אַ סעודה אױף אַן עראָפּלאַן איז שטענדיק אַ סעודת עראי און מען דאַרף זיך נישט װאַשן צו דער מזונות ברױט. הערט איר, ס'האָט געלעבט אַ ייִד איטליכע אַכציק יאָר, געװען ערגעץ װי אַ רב, אַװדאי אױפֿגעהאָדעװעט אַ פֿאַמיליע, וזה חלקו מכּל עמלו אַז נאָך ער האָט אױסגעהױעכט זײַן נשמה האָט מען נישט עפּעס אַנדערש געזאָגט נאָר אַז ער האָט מחדש געװען אַז מזונות איז מזונות אפֿילו אױף אַן עראָפּלאַן. שישו ושמחו אמעריקען אײרלײַנס און לופֿטהאַנזאַ װאָס האָבן אװדאי געשיקט בלומן אױפֿן לוייה װײַל זײַן פּסק האָט אײַנגעשפּאָרט צענדליקע אַנטשולדיגונגס פֿון די װאָס װילן זיצן דווקא לעבן דער פֿענצטער װײַל אַצינד דאַרפֿן זײ נישט אַריבער קריכן זײערע שכניםס שױס זיך צו גײן װאַשן על נטילת ידים און מים אחרונים אין צוגאָב צו נעגל װאַסער, דאַװענען שחרית און געװױער װערן די לעצטער נײַעס פֿון חיים הערש װאָס זיצט פֿינעף רײַעס אין פֿאָרענט. און אַז דער רב איז אַרױף געקומן אױף יענער װעלט האָט די גאַנטע פּמליא של מעלה אַװדאי אױסגעשריגן פּנו מקום אױף דער רב װאָס האָט אַזױנס מחדש געװען. און אַז לױט דער בעל שם טוב איז דער זיבן יאָר קריג געװען נאָר צוליב אַז אײן צדיק זאָל זאָגן שבח והודיה צום באַשעפֿער איז אַכציק יאָר פֿון אײן יחיד טאַקע נישט קײן געפֿערלעכע פּרײַז אױף אַ בורא מיני מזונות. װיפֿיל קריגן װעט מען אָבער דאַרפֿן צו קאָמפּענסירן אױף די אײַנגעשפּאָרטע ברכת המזוןס?
לאָמיך אָבער פֿאַרגינען מײַן שכן זײַן סענדװיטש װײַל לאָמיר זיך נישט נאַרן װאָס פֿאַר אַן אַנדרע הנאה האָט אַן ערליכער ייִד חוץ פֿון אַ דיכטל פֿון אַ הינדל, אַ געברוטענע שטיקל סטײק און אַ טונאַ סענדװיטש מיט פּיקעלס? ואם תאמר װאָס איז מיט אַ טשײַניז, װעל איך אײַך זאָגן אַזױ. אמת, ס'איז נישט אַ קלײנע הנאה אָבער ס'איז אַזױ נײַ און פֿריש אַז ס'איז נאָך נישט אַרײַן אין דער פּסיכי פֿון אונזערע פֿאָלק. ס'איז נישט הא לחמא עניא די אכלו אבהתנא, ס'איז נישט דאָ דערבײַ דעם זכרנו את הדגה את אשר אכלנו װאָס ס'איז דאָ בײַ אַ שטיקל שניצל אָדער העלזעל. ס'איז טאַקע כּשר אָבער דאָס מאַכט עס נאָך נישט ייִדיש. און אױסער עפּעס צו פֿאַרבײַסן פֿון װאָס נאָך קען אַ ייִד געניסן? בײטהאָװענס נומער נײַן האָט אַ קול אשה און דאָס זעלבע אױף פֿיגאַראָױ חתונה, אין דער באַהאַמאַס איז נישט דאָ אַ הײמישע הכשר אָדער חלב ישראל, אַ מענטשלעכער ביך אַז ס'איז נישט װעגן ליבע איז עס סתם ביטול תורה, ספּאָרט איז חוקות הגױ, טיאַטער חזיר טריפֿה, טעלעװיזיע סתם נאַרישקײטן אָן זינען, קינאָ אביזרייהו דגילױ עריות, און דינען דער זין אױף אַ פּלאַזשע גילױ ממש. איז װאָס קען אַ ייִד יאָ טון? מען דאַרף זיך דאָך אַמאָל אַביסל אױסלופֿטערן. ער קען פֿאָרן קײן שװײץ און זאָגן פּשיִ יאַ אױף דער דינע לופֿט װאָס ער שפּירט אין אַלע בײנער, אָן שליטן פֿאַרשטײט זיך װײַל ס'איז אַ סכּנה און מען דאַרף דאָך דערצו קענען, ער קען זאַמלן קלײנע פֿלעשעלעך ברױנפֿן װאָס מען טײלט בחנם אױף די פֿליגערס, ער קען זיך קױפֿן אַ שישי אָדער ער קען פּראָסט עפּעס טועם זײַן. ממילא עסט מען. מען עסט אַױ פֿיל אױף יוצא צו זײַן אױף אַלעס אַנדערש װאָס מען קען נישט טון. מען עסט װײַל דאָס לאָזט מען אונז נאָך. מען עסט װײַל ס'איז גוט און אַ גוטער גולאַש איז נאָך אין יעדענס פֿאַל אַזױ גוט װי קאַװיאַר און פֿױ גראַס. און אױף אַן עראָפּלאַן עסט מען װײַל אַז מען קען נישט קוקן אױף די פֿילמן, אױף דער נײַעס, אױף די סטיוערדעסן, אױף די אין־פֿלי מאַגאַזינען, אױף די צײַטונגן װאָס מען טײלט אױס בלײַבט איבער גאַנץ װײניק װאָס יאָ צו טון. אַז ס'חשקט זיך נישט לערנען דעם טאָגעדיקן דף אָדער זאָגן תהילים עסט מען.
איך בין אַ מוציא שם רע װײַל מײַן שכן אױף צװײטן זײַט פֿון דער אינזל האָט למעשה יאָ געהאַלטן אַ גמרא, יקרה היא מפּנינים און ער כאַפּט אַרײַן אַ שטיקל גמרא װען ער קען נאָר. װען מען האָט אָנגעהױבן װײַזן דער נײַעס אױפֿען עקראַן האָט ער אַרױף געקוקט אָבער אָן אָנצוטון די העדפֿאָנס. מה נאה אילן זה, מה נאה ניר זה איז מתחייִב בנפֿשו אָבער 'װי אינטערסאַנט איז דער טעלעװיזיע פּראָגראַם' שטײט נישט און ממילא מעג מען. עפּעס האָט מען געװיזן װעגן די לאַגערן און דער שכן האָט זיך אָנגעטון די העדפֿאָױנס מיט אַ שינויִ מיט דער בריק אונטער דער גאָמבע אַנשטאָט איבער זײַן קאָפּ. כּל העולם כּולו גשר צר מאד איז אַ רמז אױפֿן בריק פֿון די העדפֿאָױנס און אינו דומה דער װאָס גײט זײ בריש גלױ אָנגעטון למהדרין צו דער װאָס טוט זײ אָן כּלאחר יד. מעשה יצר געװען װײַל כּיון דאידחי אידחי און אַז ס'איז געװען אָנגעטון איז עס שױן געבליבן אָנגעטון.
איך האָב מיך דערמאַנט אין מײַנע ישיבישע יאָרן. איך האָב געהאַט געהאָרעװעט אַ גאַנצע זמן און װען איך בין אַהײם געפֿאָרן אױף פּסח בין איך געװען אינגאַנצן אױסגעאַרבעט. איך האָב מיך געזעצט אױפֿען עראָפּלאַן נאָכן דורכגײן דער לופֿט פֿעלד על טהרת הקודש און אפֿילו נישט אָנגעקוקט דער פֿרױ װאָס האָט געזוכט מײַנע אױגן בײַם פּאַספּאָרט קאָנטראָלע. כּל הדרכים בחזקת סכּנה און בײַם זיץ איז געװען דער מאַגאַזין, איך האָב עס אױפֿגעהױבן און אױפֿגעמישט צו זען דער מאַפּע פֿונעם פֿלי און דער בעל דבר האָט מיר געזאָגט אַז װאָס קען דען זײַן נישט כּשר מיט אַ מאַפּע, מען מעג דאָך קענען אַביסל גיאָגראַפֿיע. דורכבלעטערענדיק האָבן מיר באַגעגענט רעקלאַמן פֿאַר די פּערפֿומען, והריחו ביראת ה' איז נאָר אױפֿן ריח. די רעקלאַמן איז אָבער אַ באַזונודערע פּרשה. דער יראת שמים פֿון אַ גאַנצער זמן איז מיר אַרױסגעפֿלױגן מיט אײן אַזאַ שמעקעדיקע רעקלאַם, דיוטי פֿרי טון זײ רעקלאַמירן אָן צו זאָגן דעם באַהאַלטענען פּרײַז אין רוחניות, פֿון אײנס האָב איך שױן געדאַרפֿט זען אַלע, זײ האָבן פֿאַרקױפֿט ריחות און ריחא מלתא הוא מיר צו פֿאַרדאַרבן די אױגן און דער נשמה. דער האָראָװאַניע פֿון אַ זמן און דער אוצר פֿון אַ לעבן איז געבליבן אין דער טאַש פֿון 39F.
דער שכן האָט זיך אױסגעטון די העדפֿאָױנס, און זיך געלײגט שלאָפֿן. שלאָפֿן איז אױך אַן עבודה װאָס מען ערלױבט אונז נאָך און בפֿרט װען ס'איז ביחידות. דאָס האָט מײַן שכן אױך געטון װי אַ ייִד און זיך אַראָפּגעלײגט דער קאָפּ אױפֿן טישל. שטײט אין ספֿרים הקדושים אַז גאָט װעט נעמן דער שפּײעכץ װאָס רינט װען מען שלאָפֿט איבער אַ ספֿר און מיט דעם אױפֿװעקן תחיית המתים. איך האָב נישט געזען צו ער האָט געהאַט אַ גמרא אונטער זיך אָבער פֿון שלאָפֿן מיטן קאָפּ אױף צוריק װאָלט נישט געװען װאָס צו זאַמלן און די טױטע װעלן חלילה בלײַבן טױט. נאָך אַ פּאָר מינוט פּראָבירן און דער דזים האָט זיך נישט אַנטװיקעלט האָט זיך אָנגעהױבן דער סעודה װאָס לכאורה איז געװען מזונות. אין מוקדם ומאוחר בתורה און דאָס װאָס איך האָב אױבן געשריבן אם אינו ענין להתם תנהו ענין לכּאן. אַז ס'איז געװען מזונות איז בלױז אַ השערה װײַל ס'קען מעגלעך זײַן אַז ער האָט זיך געװאַשן אין דער הײם, געהאַלטן אַ שטיקל ברױט צו דער האַנט און געגעסן דאָ דאָרט אַ שטיקל אָן ס'זאָלן פֿאַריבער גײן צװײ און זיבעציק מינוט אָן אַ שטיקל ברױט. אַלעס איז מעגלעך און איך װײס בלױז אַז ער איז זיך נישט געגאַנגן װאַשן.
נאָכן סעודה האָט ער זיך װידער פּראָבירט לײגן און דאָס מאָל האָט ער געהאַט אַן אַנדרע עצה. ער האָט גענומן אַ האַנטיך און עס אַרומגעװיקלט זײַן קאָפּ , כּמנהג באַבאַ סאַלי, און אױך אַרום די אױגן און אַזױ אַראָפּגעלײגט זײַןקאָפּ. װיפֿיל נאָך אירע אױפֿן פֿליגער קלערט איר האָבן געהאַט אַ האַנטיך אין זײערע טאַש אַרױסצוציען װי אַ מכשף ציט אַרױס אַ העזעל פֿון אַ היט? נאָר הוא הדבר אשר דברתי אַז וחמושים עלו בני ישראל מארץ מצרים.