לדף הכניסה של ישרא-בלוג
לדף הראשי של nana10
לחצו לחיפוש
חפש שם בלוג/בלוגר
חפש בכל הבלוגים
חפש בבלוג זה

קטלא קניא

אַ טאָג אַ מלאך, אַ טאָג אַ גלח - יהי רצון ס'זאָל זײַן תמיד אַ געלעכטער

כינוי: 

מין: זכר





מלאו כאן את כתובת האימייל
שלכם ותקבלו עדכון בכל פעם שיעודכן הבלוג שלי:

הצטרף כמנוי
בטל מנוי
שלח

RSS: לקטעים  לתגובות 
ארכיון:


<<    אוגוסט 2004    >>
אבגדהוש
1234567
891011121314
15161718192021
22232425262728
293031    

8/2004

וקטלא הלך לדרכו: אל המנוחה ואל הנחלה


גאָט קען מאַכן װיצן. ראשית כּל אַז ער איז הכּל יכול מיז ער דאָך דאָס אױך קענען. אָבער קענען איז נאָך נישט אַלעס. בײַ אונז אין בית־המדרש איז דאָ אַ ייִד װאָס מען זאָגט אױף אים אַז ער קען גאָר גוט דאַװענען. למעשה גײט ער אָבער קײנמאָל נישט צו משום טעם הכּמוס. טעם הכּמוס איז שטענדיק דער בעסטער טעם װאָס מען קען געבן. ס'איז אַ טראָמפּ קאַרט. ס'איז אַ טעם װאָס קײנער האָט נאָך נישט אָפּגעװענדט און נאָך מער ס'איז אַ טעם װאָס ס'פֿאַלט קײנעם אַפֿילו נישט אײַן אַז ס'לאָזט זיך אָפּװענדן. זאָגט טעם הכּמוס און ס'איז דרײַ פֿערטל קבלה, זאָגט טעם הכּמוס און איר האָט באַלד געװינען דעם אַרגומענט. האָט דער בעל תפֿלה, דער קענער הײסט עס, אַ טעם הכּמוס און כאָטש ער דאַװענט קײנמאָל נישט זאָגט  מען אױף אים גאָר גרױסע זאַכן. און װאָס איז מיט די בחורים און יונגעלײַט װאָס קענען גוט לערנען אָבער מען זעט זײ קײנמאָל ניש בײַ אַ גמרא און װער רעדט נאָך פֿון די מבינים אױף װײַנען און משקאות װאָס טאָקײַער װײַן פֿון קדם איז בײַ זײ װי פֿון די שבעת המינים, אַסטי סופּאַמענטי פּאַקט אײַן אַלע שאַמפּאַניעס און זײערע שװיגערס אײ ליקער איז לעילא לעילא? אלא מאי קענען אַלײן קען װערנאָר אױך.

 

גאָט אָבער, נישט נאָר אַז ער פֿאַרשטײט צו יומאָר ער שיסן אַ פּאָר װעטלעך אױך. צום בײשפּיל די הײליקע לאַנד רופֿט ער אָן אל המנוחה ואל הנחלה. איך מײן זבת חלב ודבש מהיכי תיתי. מילעך קומט אין זעקלעך ממילא רינט עס מער װי פֿון קאַרטאָנען און איבעראַל איז קלעביק װי האָניק. ז' מינים פֿאַרװאָס נישט. די פּירות זענען נישקשה. אָבער אל המנוחה ואל הנחלה? אָנעסטלי. נאָך דערצו פֿאַר די ייִדן נאָך מען האָט זײ אַרױסגענומן פֿון מצרים מיט אַ צוזאָג פֿון אַ פֿעסטיבאַל פֿון דרײַ טעג און פֿערציק יאָר שפּעטער זאָגט מען זײ כּי לא באתם עד עתה אל המנוחה ואל הנחלה. אױב זײ זענען געװען פֿון דער זעלבער גינעטישע אָזערע װי די ייִדן װאָס איך קען האָבן זײ זיך אַװדאי געריבן די הענט 'אַבי נישט ערגערס' און אָנגעהױבן צו זינגן חסדי ה' כּי לא תמנו.

 

מײַן פֿליגער קומט שױן ענדלעך אָן צו דער מנוחה און דער נחלה און איך האָב מיך גערײצט מיט מײַן ייִנגל אַז װען מען קומט אַראָפּ פֿון פֿליגער דאַרף מען קישן דער ערד. ער קען מיך צו גוט אַז ער זאָל מיר האָבן געגלײבט. װען איך בין געװען אַ בחור פֿלעג איך מיך אַלץ שטיפּן נאָך דער פֿליגער איז אָנגעקומן צו זײַן דער ערשטער אַראָפּצוקומן פֿון דער פֿליגער און דערנאָך צו זײַן דער ערשטער אױפֿן אָטאָבוס װאָס נעמט די פּאַסאַזשירן צום טערמינאַל כּדי נישט צו דאַרפֿן שטײן צו לאַנג אין דער רײַ פֿון די פּאַספּאָרטן. פֿילעמענטשן שטײן אַרײַנצוגײן אל המנוחה ואל הנחלה און נישט אַיעדער האָט געדולד װען ס'װאַרט אַזױנס אָפּ. האָט מיר אַמאָל אַ חבר געזאָגט אַז װען ער קומט אָן קײן ישראל גײט ער אַלץ צום לעצט װײַל װאָס איז דען דאָ זיך אַזױנס צו אײַלן צו צוריק גײן אין ישיבה. זײַט דעמאָלסט איז בײַ מיר נישט קײן אײַלעניש. איך נעם שױן נישט אַראָפּ מײַן רענסלעך װען די 'באַפֿעסטיקט די ויסעו גאַרטלעך' לאָמפּן צינדן זיך אָן, איך שטיפּ מיך נישט דורך די מענטשן פֿאַר מיר, איך װעט מיך נישט װעלכע אָטאָבוס װעט דער ערשטע אַװעקפֿאָרן און װען איך קום אָן אין טערמינאַל שטײ איך נישט מיט די געפּעק אַז אױב מען מאַכט אױף אַ נײַע 'דלפק' זאָל איך באַלד קענען אַריבערשפּרינגן און דאָרט זײַן דער ערשטער.

 

דער טעקסי איז שױן אונטערװעגענס, ער האָט שױן געפֿרעגט צי מען דאַרף טאַקע דער מונה אָדער מען קען עפּעס אָפּמאַכן, און ער האָט שױן געצױגן מיט די פּלײצע, 'װילסט דווקא װעל איך עס אָנצינדן איך האָב נאָר געמײנט דיר אַביסל צו שפּאָרן,' און מען פֿאָרט שױן דורך דעם 'ברוכים הבאים לירושלים' אַרײַן געשניטן אין דער גראָז. אין שנים קדמוניות האָט עס אַװדאי אױסגעזען פֿאַר דער באַאַמטער װעם ס'איז אײַנגעפֿאַלן פֿאַר אַן אָריגינעלע אײַנפֿאַל אױף מקבל פּנים צו זײַן די פֿאַרלױרענע פֿון אשור און די פֿאַרשטױסענע פֿון מצרים, און װיפֿיל ייִדן זענען עס שױן דורכגעפֿאָרן און זיך געחידושט 'אַזױנס איז נישט דאָ אין אַמעריקע, סאַ װאָס די ישראלים קענען נישט.' הײַנט פֿאָרט מען עס דורך איכה נחשבו לנבלי חרש מעשה ידי יוצר. אײַ װי ס'בענקט זיך צו ישראלס נאַעװעטע און תמימות פֿאַר מען האָט פֿאַרשװעכט איר דם בתולים אױף איר פֿילע שלאַכטפֿעלדער.

 

בײַ מײַן דירה האָט מיר אָפּגעװאַרט אַ ברוך הבא פֿון װיאַזױ חרדישע ייִדן אין דער הײליקסטע שטאָט פֿון דער הײליקסטע לאַנד רעכטן אָפּ דער מצװה פֿון ייִשוב ארץ ישראל. איך בין אײַנגעשטאַנען אין אַ פֿרומע געגענט װוּ סמוך ונראה איז נישט דאָ צו זען קײן אײן ענטענע אױף אַ דאַך. מײַן דירה איז געװען געדינגן פֿון אַ פּאָר פֿאָלק װאָס האָבן זיך אַרײַנגעצױגן צו אירע עלטערן. איך בין נישט זיכער צי זײ האָבן געהאַט אַ קינד און פֿאַרדעם זענען זײ אַװעק אָדער גראָד צו מאַכן אַפּאָר גראָשן. װיאַזױ נאָר איז נישט געװען אַ גרױסע חילוק איבער דער דירה. ס'איז געװען אין אַ מקלט און דערפֿאַר איז דער לעכטיקײט פֿון דערױסן נישט געװען בשפֿע. מען קומט אַרײַן אין דער סלון און דאָרט אין דערמיט איז דאָ אַ צוגעדעקטע לאָך װוּ די אָפּגאָסן לױפֿן דורך און אַיעדער מאָל מען האָט געשװענקט דעם בית הכּבוד האָט זיך אין דער סלון געהערט מים בששון. אין דער סלון איז געשטאַנען אַ טיש און בענקלעך און צו קאָפּענס און פֿיסענס פֿון דער טיש איז געשטאַנען אַן אָנלענער בענקל. אַזױ איז אײַנגעפֿירט בײַ ייִדישע קינדער, מען קען אַלט זײַן נישט מער װי נײַנצן אָדער צװאָנציק יאָר אָבער טיש און בענקלעך האָט מען װי אַ זײדע. און װוּ זיך אַװקצוזעצן? װאָס איז דען שלעכט זיצן בײַם טיש? און װוּ קען מען עסן שבת און יום־טוב אָדער לערנען אַ שטיקל גמרא אַז נישט בײַ אַ געהעריקע טיש און און בענקלעך פֿון טונקעלע האָלץ און פֿאַרקושענטע זיצן. אײַ זיך אַביסל אָפּצוריען, זענען דערױף דאָ צװײ בעטן װאָס בײַ טאָג זענען זײ פֿאַטעלן און בײַ נאַכט בעטן. אָנגעפֿער װי מזונות ברױט. והא ראיה אַז זײ זענען פֿאַטעלן בײַ טאָג װײַל צװישן די בעטן -אין אַ תחום שבת מיט אַ האַלבן פֿון מײַן דירה איז חלילה קײן דאָפּעלטע  בעט נישט דאָ- ליגט דער סי די שפּילער. און אַז איך צינד עס אָן הער איך די אָריגינעלע גראַמן װאָס מען האָט געזינגן אױפֿן מצווה טאַנץ פֿון מײַן טײַערע בעל אכסניה. שישו והתעלסו באהבים.

 

װי איך האָב אײַך געזאָגט איז דער לעכטיקײט פֿון דערױסן נישט געװען עפּעס בשפֿע. אָבער װער דאַרף דען פֿענצטערס אַז ס'זענען דאָ לאָמפּן און װער דאַרף געלע לעמפּ אַז ס'איז דאָ פֿלאָריסענטן װאָס סײַ זײ זענען ביליגער און סײַ זײ זענען ענדלעך צו טאָג ליכט. פֿאַרדעם ניצט מען דאָך זײ אױך פֿאַר הינדלעך כּדי זײ זאָלן לײגן פֿילע אײ און זײ זאָלן נישט װאַרטן אױף דער פֿינצטער און פֿאַרדעם גײן ייִדן װי מײַן בעל אכסניה אין מקווה יעדען טאָג אַז זײ זאָלן נישט זײַן מיט זײערע פֿרױען װי הינדלעך כאָטש למעשה װאַרטן הינדלעך אױף לעכטיקײט און פֿאַר די מקווה גײערס איז עס אַ מעלה אַז ס'איז נישט דאָ פֿענצטערס װײַל אַזױ איז אַסאַך לײַכטער מאפֿיל בטליתו צו זײַן. און דאָס אַלעס איז מרומז אין דער גזירה שוה פֿון בינה מיט בינה. אתה חונן לאדם דעת ומלמד לאנוש בינה און הנותן לשכויִ בינה. פֿאַרדעם אױך האָט בײַ מײַן בעל אכסניה אױסגעזען קליניש װי בײַ אַ צײן דאָקטאָר מיט שטאַרקע װײַסע לעמפּ אין יעדן צימער פֿון דער קאָך ביז דער סלון ביז דער שלאָף צימער.

 

בײַ אַ צײן דאָקטאָר איז אָבער דאָ אַ שפּיגל אַז כּדי נאָך מען האָט אַרױסגעצױגן אַ צאָן אָדער אָנגעפֿילט אַ פּאָר לעכער קען מען זען װיאַזױ מען זעט אױס. װיבאַלד דאָ ציט מען נישט אַרױס צײן איז שפּיגל למה לי? איז קענט איר זיכן זײַן װי דער יאָר איז גרױס אַז אַ שפּיגל איז דאָ נישט דאָ. ענדלעך אין שאַפֿער אין דער סלון, דער שלאָף צימער איז צו קלײן פֿאַר שאַפֿערס, אונטער אַ טיר װאָס מען האָט נישט געקענט אינגאַנצן אױפֿמאַכן װײַל אײנס פֿון די אָנלענער בענקלעך זענען געשטאַנען אין װעג דאָרט מאחורי הפּרגוד איז געװען אַ שפּיגל. שפּיגלעך זענען נישט אַ קלײנעקײט און פֿון די שפּיגלעך װאָס די ייִדישע פֿרױען האָב זיך בײַ זײ אױסגעפּוצט אין מצרים האָט מער געמאַכט דעם כּיור. איך װײס נישט צי זיך אױספּיצן פֿאַרן מאַן איז נאָך מותר אין די קרײזן, דאָס װײס איך אַז דער שפּיגל האָט געהאַט דערין אַ שפּאַלט און איז געװען גרױס גענוג צו זען אַ פּנים, לא פּחות ולא יותר. אַז די פֿרױען דאָ פֿאַרבן זיך נישט דאַרף מען עס מן הסתם בלױז צו קענען זען צי דער היט ליגט גוט אױפֿן שײטל. צו װיסן צי אַ קלײד איז גוט אָנגעטון קען מען פֿרעגן דעם מאַן, דער ראש הכּולל, 'װיאַזױ זען מײַן תחת אױס אין דעם?' און טאָמער איז אַזאַ שאלה פֿון די זאַכן װאָס אבֿן מקיר תזעק קען מען בדיעבד שטײן אױף אַ בענקל און זיך אַרײַנקװעטשן דער גאַנצנע גוף אין אַ פּנים שפּיגל צו זען אױפֿן אינטן צי יש ליישב בדוחק.

 

דאָס קלינישקײט פֿון דער סלון ענדיקט זיך נישט בײַם לאָמפּ. אין די שאַפֿערס זענען די קינדער קלײדער אַלע שײן צאַמגעלײגט און מסודרדיק אױפֿגעהױפֿענט, די שפּילערײַען אַלע אַװעקגעשטעלט אין אַ װינקל אָבער קוקט אױפֿן װאַנט און ס'זענען נישט דאָ קײנע בילדער, קײנע מאָלונגן, קײנע סקיצן. גאָרנישט. װײַסע װענט װי אין אַ תפֿיסה. אײן בילד איז דאָ אױפֿן ספֿרים פּאָליצע. איך האָב נאָכנישט אינדראָטוצירט דעם ספֿרים פּאָליצע װאָס חוץ די טיש און בענקלעך, חוץ די קלײדער שאַפֿערס, חוץ דער פֿריזידער און דער מיקראָװאַל אױװן דערױף און חוץ דער ניסוך המים לעכעל איז אױך דאָ דער ספֿרים שראַנק מיט דער חתן ש"ס און נאָך אַ פּאָר ספֿרים. און דערױף איז אױך דאָ אַ בילד. װאָלט אפֿשר געװען אַ הוה אמינא אַז בײַ אַ פּאָר פֿאָלק פֿון אַ יאָר צװײ נאָכן חתונה װאָלט געװען אַ בילד פֿון אים און זי בײַם חתונה, זי אין איר כּלה קלײד און ער אין זײַן שפּוגל נײַ שטרײַמל. איז אַזאַ הוה אמינא בלױז האַלב אמת. אמת רוב מענטשן, כּלומר חסידישע ייִדן אין די ערשטע פּאָר יאָר נאָכן חתונה, שטעלן אַזאַ בילד אין זײערע שלאָף־צימער איז אָבער בײַ אונזער פּאָר פֿאָלק דאָ דאָרט אַ סי־די שפּילער. אױפֿן ספֿרים שראַנק ליגט דאָרט אַ בילד פֿון אונטער די חופּה אָבער די כּלה זעט מען קױם. דער בילד איז װי דער חתן נעמט אָפּ מזל טוב פֿון זײַן רבי װאָס האָט מסדר קידושין געװען. דאָס איז דער פּראַכט פֿון זײַן סלון און אַז ס'איז געװען אַ זכר פֿון דער װײַסע קלײד אין דער זײַט איז עס געװען אינגאַנצן אַ פֿסיק רישיהדיקע דבר שאין מתכוון. אָט דאָס הײסט ביטול צו אַ צדיק. נישט קײן אײן פּערזענדלעכע פּרעפֿערענס, פֿון קאָליר ביז צורה. אַלעס אין װאָס מען נױטיקט זיך דערין אױף דורך צו מאַכן דעם פּרוזדור פֿון עולם הזה איז דאָ פּלוס אַ בילד פֿונעם רבין. אױפֿן פֿריזידער זענען געװען צװײ צדקה פּישקעס און די מאַגנעטן אױפֿן טיר זענען נישט געװען 'קאָרני' װיצן נאָר 'עמערדזענסי' נומערן פֿאַר װיכטיקע שאלות צו 24/7 פּוסקים.

 

אַנו מיר האָבן שױן אױסגערעכענט די גאַנצע דירה איז צײַט אַרײַן צוגײן אין דער קדשי־קדשים פֿון דער שלאָף צימער װאָס מען לערנט אָפּ ראשית חכמה שער הקדושה פֿאַר מען גײט אַהין אַרײַן. איך האָב שױן געזאָגט אַז דאָרט איז דאָ אַ שפּילער װוּ מען קען הערן דעם בדחן. אַ בדחן, לאָמיר זיך נישט פֿאָפּן, װאַרעמט אָן און דערפֿאַר שטעלט מען אים אין דער שלאָף צימער. אַ בדחן ברענגט צוריק די זכרונות פֿון בלילה ההיא װאָס װען נישט משום יוהרא װאָלט מען דעמאָלסט נישט געדאַרפֿט לײענען קריאת שמע. אַז מען הערט דעם בדחן קומן די טרערן װאָס זענען געפֿליסן אין יענער נאַכט. און װען דער בדחן הערט אױף צו זינגן צום לעצטן מאָל און דער מוזיק נעמט איבער שטעלט זיך דער בילד װען ער האָט איר גענומן אין די הענט אַרײַן, נישט אין דער אָרעם װי װען זײ זענען אַרױס פֿון דער חופּה נאָר ממש האַנט צו האַנט, און זי האָט אַראָפּגעלײגט איר קאָפּ און זיך משעבד געװען רמ"ח איבריה ושס"ה גידיה (אײגענטלעך האָט זי נאָר שס"ד גידים) און ער האָט איר געפֿירט אַרום דער זאַל. אַלע פֿעטערס און שװאָגערס און ברידערס זענען געשטאַנען און געקוקט אױף דער ערד און פּריקרעדיק געװאַרט אַז ער זאָל איר שױן אָפּלאָזן, אַפּאָר פֿון די עלטערע שװאָגערס מיט די גאָר גרױסע בערד און גאָר דיקע װײַבער האָט געמורמעלט 'שױן גענוג, גענוג' און די יונגערע שװאָגערס האָבן מיט געשמײכעלט. די װײַבער אונטער די חתן כּלה האָבן אַלע געקוקט, חלילה נישט געקלאַטשט און כּל שכּן נישט מיטגעזינגן נאָר געקוקט װי מען קוקט אױף אײנער װאָס קאַלעכט אַ װאַנט אָדער גראָבט אױף אַ גאַס, חוץ די מאַמעס װאָס האָבן זיך געװישט די טרערן און זײ אַרײַנגעשטעקט דער טאַשטיך אין זײערע אַרבעל. שװער צו װיסן צי זײ װײנען אױף זײערע אײגענער גורל אַז אױך זײ האָבן חתונה געהאַט מיט אַזאַ שײנע דאַרע בחור מיט קױם צװײ האָרעלעך און װוּ האָבן זײ פֿאַרפּאַטשקעט אָדער װײנען זײ װײַל זײ װיסן װיאַזױ דער פּאָר פֿאָלק װעט אױסזען און אַז נאָך דער מוזיק הערט אױף שפּילן װעלן זײ אַלײן מיזן פּױקן און נישט אַיעדער איז צו דעם אַ בעלן. אַזױ האָבן זײ געטאַנצן ביז דער ברידער איז געקומן און אים צוגענומן פֿון דער כּלה, די מענער האָבן מיט אים אַביסל געטאַנצן ביז דער מוזיק האָט זיך געענדיקט מיט אַ קרעשענדאָ און יעדער האָט געשריגן מזל־טוב און זיך װידער געװינטשן אַ סאַך נחת.

 

דער חתן איז באַלד אַװעק אין אַ װינקל מיט זײַן טאַטע און ער האָט אים צום לעצטן מאָל דערמאַנט װאָס ער דאַרף מיט איר טון און אַז טאָמער ער האָט אַ פּראָבלעם קען ער אים רופֿן אָדער ער קען רופֿן דעם דיין.דערנאָך האָט מען זײ אַװעקגעפֿירט צו זײערע נײַע דירה, דער כּלהס מאַמע איז אַרױפֿגעקומן און איר געהאָלפֿן אױפֿקנעפּלן איר כּלה קלײד און זיך געשושקעט מיט איר אין דער שלאָף צימער. ער האָט געלײענט קריאת שמע אין דער קאָך מיט בכיות נוראות און געװאַרט ביז דער טיר פֿאַרקלאַפּט זיך. דער שװיגער איז שױן אױך נישט דאָ און ער איז אַרײַן אין דער שלאָפֿצימער װוּ דער לאָמפּ האָט נאָך געברענט און אין מיטן איז געשטאַנען זײַן כּלה מיט אַ טורבאַן אױף איר קאָפּ, אַ לאַנגע נאַכט קלײד און פּונקט װי ער איז אַרײַן האָט זי אַרױסגעצױגן איר אונטערהױזן פֿון אונטער איר קלײד, קלײנע װײַסע אונטערהױזעלעך מיט אַ שלײף פֿון פֿאָרענט. חתן דינן האָט זיך אַנטשולדיקט און איז צוריק אַרױס פֿון דער צימער און זײַן מאָגן האָט זיך געדרײט װי פֿאַר ער איז אַרײַן צום רבין מיט אַ קװיטל. ענדלעך איז ער צוריק אַרײַן אין דער שטיב, ער האָט פֿאַרלאָשן דער לאָמפּ און אַרײַנגעקראָכן צו איר אין בעט אין זײַן נאַכט העמד, און ער האָט אַרױף געצױגן זײַן העמד און זי איר קלײד. דער מדריך האָט אים געזאָגט אין דער פֿרי אַז דער טבע איז אַז װען מען קומט טון דער מצווה װערט דער אבר פֿאַרהאַרטעװעט אָבער בײַ אים איז עפּעס חוץ לדרך הטבע. ס'איז געװען װי צוריק לײגן צײפּוץ אין אַ טובע. מיט דאָס דעקל צוגעדרײט. ער האָט זיך געזאָרגט איבער דעם אשר צג צי מען קען עס מאַכן איבער בלוט אַלײן אָדער צי אָן אַ ביאה איז עס אַ ברכה לבטלה, אָבער אפֿשר קען מען מיקל זײַן אַז העראה איז הכנסת העטרה און ממילא איז יאָ דאָ אַ ביאה און זיך געשמיסן פֿאַר טראַכטן אין דברי תורה בשעת װען דער סידור האָט ער אײַנגעװיקעלט אין אַ האַנטיך. ער האָט אָנגעהױבן קלערן װאָס דער נועם אלימלך הײסט אין דער צעטל קטן אין זינען האָבן בשעת דער זיווג אָבער װען דאָס איז נישט געגאַנגן האָט ער געפּריװט מיט מער פּראָזײַישע מחשבות אַבי אָנצוברענגן אַ קישוי. דער בחור אָבער געט זיך נישט אַ שאָקל. אַ היכי תמצי פֿון אַן עקשן װאָס איז מקיים לעולם יהא אדם רך כּקנה. נישט צו גלײבן װאָס דער בעל דבר קען. אין ישיבה האָט ער עס נישט געקענט פּטור װערן װיפֿיל ער האָט געפּריװט און דאָ שטײט ער און נױטיקט זיך און מעשה יצר אַז ס'גײט נישט. גם זו לטובה איז אים אײַנגעפֿאַלן. אַזױ קען זי זײַן אַ מזריע תחילה װײַל ער האָט שטענדיק געחלומט פֿון מאַכן אַ פּדיון הבן.  װאָס װעט אָבער זײַן מיט בלוט? דער סוגיא פֿון מוכּת עץ און פּתח פּתוח האָט זיך אים געשטעלט פֿאַר די אױגן, װאָס װעט זײַן אַז ס'װעט נישט זײַן און ער װעט עס מיזן איבערגעבן צום דיין אין זײַן 'מאָרנינג אַפֿטער' באַריכט.

 

דאָס אַלעס טוט דעם בדחןס גראַמן עװאָקירן און דערפֿאַר ליגט עס צװישן די בעטן. שמאָלע בעטן װאָס קענען קױם פֿאַרנעמן צװײ פּערשױנען בדוחק ממש. װי אַ גרױסער נס ששה בכּרס אחד איז געװען איז שנים במטה אחד דאָ פֿיל אַ גרעסערע נס. מײַן פֿרױ זאָגט אַז נישט קײן װינדער אַז מען האָט דאָ אַזױ פֿיל קינדער, חוץ פֿון אײנעם אױפֿן צװײטן קענען צװײ נישט אַרײַן אין די בעטן. און איך בין איר מסביר אַז דאָס איז װײַל בײַ זײ איז חיבוק ונישוק שלא במקום מצווה גאָר אַ האַרבע איסור װאָס קען צופֿירן צו אפֿילו האַרבערע איסורים און ממילא מאַכט מען אַזױ די בעטן אַז טאָמער חיבוק ונישוקט מען זיך איז עס בעל כּרחך במקום מצווה. 'איך װיל נאָר קומן פֿאַר אַ קאָדל' געהער נישט צו די װאָס תורתם אומנתם.

 

גענוג פֿאַרברענגט אין דער דירה און איך בין מיר געגאַנגן דאַװענען שחרית. איך האָב צוגעקוקט די לוקסוסן װאָס די תורתם אומנתםדיקע קענען זיך ערלױבן: אָמןס אַזױ לאַנג װי חוץ־לארץדיקע יהא שמיה רבאס און נאָך אַזױ אָָָָָָמײַן כּדי ס'זאָל נישט חלילה זײַן אַן אָמן יתומה. װי דער קרימער מענטש װאָס איז געגאַנגן אַ קרימער מײַל טרעטן זײ אױס עושה שלום אַ קילאָמעטער מיט אַ האַלבן אָבער אין אַ זיג זאַג כּדי די טישן פֿון אונטן זאָלן נישט מיט גײן.

 

נאָך זיך אַביסל אָפּריען זענען מיר געגאַנגן אין אַן אײַנקױף מאַל װוּ מענער באַזיכט מען פֿאַר באָמבעס און פֿרױען קוקט מען נאָר אַרײַן אין זײערע טאַשן מה שאין כּן קלײדונג װאָס קען אױפֿרײַסן דער נשמה  איז דאָ אַ גרױסע צעטל אַז מען קען אַרײַנגײן בלױז אין צניעותדיקע קלײדונג. אין דער אַפּטײק אַנשטאָט אַ רעקלאַם פֿאַר פֿאַרזיכערטע סעקס און פֿאַר אַ קאָנדאָם מיט אַ טעם כּצפּיחית בדבש איז דאָ אַ רעקלאַם פֿאַר גאָט מיט די װערטער אני ה' רופֿאיך, דער מוזאַק אין דער מאַל איז פּסוקים פֿון תהילים אָבער נישט אין דער הינטערגרונד נאָר װי אַלעס בײַ הײמישע ייִדן מיז עס אַרײַן שרײַען אין פּנים אַרײַן. זיך אָפּצורוען האָב איך מיך באַשטעלט אַ קאַװע און דער פֿרױ האָט מיר געפֿרעגט צי איך װיל אַ קפֿה הפֿוך האָב איך געזאָגט אַז איך בין נישט אַ מהפֿך קערתו, איז געשטאַנען אײנער אין דער זײַט און געזאָגט והפֿכתי אבלם לששון. אפֿשר איז עס געװען אַן אַנדרע פּסוק אָבער אַלץ אױף אַ טעמע פֿון קאַפּױר.

 

מיר זענען דערנאָך אַהײם געגאַנגן זיך גרײטן צו דער חתונה און אױף דעם איז אַ באַזונדערע מסכת.

 

נכתב על ידי , 23/8/2004 02:27  
67 תגובות   הצג תגובות    הוסף תגובה   הוסף הפניה   קישור ישיר   שתף   המלץ   הצע ציטוט



67,288
הבלוג משוייך לקטגוריות: החיים כמשל , דת , פילוסופיית חיים
© הזכויות לתכנים בעמוד זה שייכות לקטלא קניא אלא אם צויין אחרת
האחריות לתכנים בעמוד זה חלה על קטלא קניא ועליו/ה בלבד
כל הזכויות שמורות 2025 © עמותת ישראבלוג (ע"ר)