נאָך זען דער פּראַכטפֿילע נײַע בלאָג פֿון 'דער אפּיקורס' װאָס איז סײַ געשריבן בטוב טעם ודעת און סײַ עס איז עלעגאַנט אוסגעלײגט קלער איך אױך אַריבערצוגײן צו בלאָג ספּאָט. אין יעדענס פֿאַל װיל איך טױשן דאָס אױסזען פֿונעם שטיבל. איר פֿאַרשטײט אַלײן אַז מען האָט אַ שטיבל שױן באַלד צװײ יאָר דאַרף מען דאָך אַ מקווה, אַ געהעריגע קאַװע שטיב, אױפֿפֿרישן די בתי כּבוד אַז דער עולם זאָל האָבן װוּ צו גײן הכנות, און דער עזרת נשים דאַרף מען אַביסל פֿאַרברײטערן, און אַפּאָר נײַע סידורים און חומשים אײַנקױפֿן. איך מײן יענער װאָך איז געװען קײן עין הרע אַזאַ עולם אַז פֿינעף ייִדן האָבן צוזאַמן געקוקט אין אײן חומש און פֿון זײ האָבן דרײַ מעביר סדרה געװען אין דער זעלבער צײַט און דער אַנדרע צװײ האָבן משלים געװען בײַם לײענען װאָס זײ האָבן נישט אָנגעיאָגט דורך צו רעדן בין גברא לגברא. און װען דער בעל קורא האָט געמאַכט אַ גרײַז האָט מען שיער נישט צוריסן דעם חומש אַזױ שטאַרק האָט מען גענוקעצט. בײַם דאַװענען האָט מען געדאַרפֿט אַראָפּ שלעפּן די לוין־עפּשטײן סידורים װאָס האָט אפֿילו נישט יעדער קדיש אױפֿן פּלאַץ, עד כּדי כּך. און װען דער עולם איז געקומן צום קידוש איז געװען טיש אױף בענק. מען האָט זיך געדאַרפֿט שטיפּן צו געבן לחיים און מען האָט ניטאַמאָל געקענט זאָגן מזל טוב. קײן עין הרע דער עולם װאַקסט, האַ, נישט צו גלײבן. אַבי אױף שמחות.
ברם דא עקא אַז ס'זעט מיר אױס פֿון אפּיקורסעס שרײַבן אַז מען דאַרף זײַן אַ שטיקל בקי אין די שמות שאינם נמחקים. איך האָב נישט דער צײַט זיך אָפּצוגעבן מיט זיך אױסלערנען אַ גאַנץ נײַע שפּראַך און דערצו זיך פּאָרען מיט די קאָלירן, פֿאָנטן, פּרוכתן און מעבל.
על כּן נפֿשי בשאלתי אַז טאָמער איז דאָ עמעצער װאָס קען הטמ"ל (html) און איז אױך אַרטיסטיש געשטימט און קען אױפֿקומן מיט אַ מינימאַליסטישע דיזײַן װאָס קען אָבער פֿאַרטראָגן ייִדישע גזמאות און צו דעם װיל ער מיר אױך אפֿשר העלפֿן זיך איבערצוקלײַבן מיטן שטעקל און דאָס פּעקל וגם לרבות מיטצונעמן מײַנע כּתבים, טאָמער דרײט זיך אַזאַ פֿערשױן אױף גאָטס װעלטעל יואיל נא בטובו זיך מעלדן און צוזאַמן קען מען אפֿשר אױפֿשטעלן אַ נײַע בית ועד לחכמים. פֿאַרשטײט זיך איר קענט מאַכן אַ הנצחה לעילוי נשמת אַ באַערטע אָדער אַ באַליבטע און מיר האָבן אַ מנין תלמידי חכמים װאָס װעלן לערנען דרײַ בלאָגס אַ טאָג פֿאַרן נשמה. דערצו פֿאַר דעם ריכטיקן סכום קען מען אױפֿשטעלן אַ טאָװעל, און פֿאַר אַ פּטרון זהב קען מען שרײַבן אַ פֿרישן בלאָג טאָג טעגלעך לעילוי נשמת לעבעדיקע און טױטע, שײנע און מיאוסע, רײַכע און אָרעמע, קליגע און נאַראָנים הצד השווה שבהן אַז פֿאַרשטײט איר איך זאָל האָבן עפּעס אױף שבת צו מאַכן.
אַ דאַנק פֿון פֿאָרױס.