לדף הכניסה של ישרא-בלוג
לדף הראשי של nana10
לחצו לחיפוש
חפש שם בלוג/בלוגר
חפש בכל הבלוגים
חפש בבלוג זה

קטלא קניא

אַ טאָג אַ מלאך, אַ טאָג אַ גלח - יהי רצון ס'זאָל זײַן תמיד אַ געלעכטער

כינוי: 

מין: זכר





מלאו כאן את כתובת האימייל
שלכם ותקבלו עדכון בכל פעם שיעודכן הבלוג שלי:

הצטרף כמנוי
בטל מנוי
שלח

RSS: לקטעים  לתגובות 
ארכיון:


<<    מרץ 2004    >>
אבגדהוש
 123456
78910111213
14151617181920
21222324252627
28293031   

3/2004

אַ פֿאַרשפּעטיקטע משלוח־מנות


פֿאַר איך דערצײל װאָס האָט מיט מיר פּאַסירט יענער װאָך דאַרף איך משלים זײַן צװײ גאָר װיכטיקע זאַכן װאָס זענען אַרױסגעפֿאַלן פֿון פֿריערדיקע בלאָגס. דער ערשטער איז גאָר אַ װיכטיקע מחלוקת װאָס איך האָב געהאַט מיט מײַן בני־בית זאָל זײַן געזונט.

 

דער מנהג איז אַ פּורים לײגט מען אַרײַן פֿאַר די מלמדים אין זײערע משלוח־מנות אַביסל מתנות־לאביונים. איך רוף עס לא יחרץ געלט, כאָטש איך מיז זאָגן אַז די מלמדים פֿון מײַנע קינדער דער יאָר שלאָגן ברוך־השם נישט. מײַן מנהג איז אַז איך לײג אַרײַן אין אַ קאָנװערט אַ פֿופֿציקער און דער קאָנװערט לײג איך צוזאַמן מיט דער פֿלאַש װײַן און די געבעקס צי אַנדרע עסן װאַרג. בײַ אײנס פֿון די מלמדים האָב איך געזען װי טאַטעס שטעקן דער געלט אַרײַן בײַם מלמד אין דער האַנט װען מען װינטשט אים שמחת פּורים. מען שמיערט אים דער דלאָניע פּשוטו כּמשמעו. דאָס האָט דער מעלה אַז דער טאַטע קען אַרײַן קוקן דעם מלמד אין די אױגן װען ער געבט אים זײַן מתנת יד, איך האָב דיך אינזינען, װאָס? דער חסרון דערפֿון איז אָבער אַז דער מלמד געבט עס אַ שטעק אַרײַן אין זײַן קעשענע אָן עס בודק צו זײַן צי עס איז אַ צװאָנציקער אָדער אַ הונדערטער. נאָר גאָר גרױסע חזירים געבן עס אַזױ אָפֿן כּאילו זײ צײגן אױף דעם װי דער באַשעפֿער האָט געצײגט פֿאַר משהן דער לבנה, אַ שײנע נתינה, האַ?. כּי לא דרכיכם דרכי, און מיט מײַן װעג װײסט כאָטש דער מלמד גענױ װיפֿיל ער האָט פֿון מיר באַקומן און ער באַקומט עס בדרך כּבוד. האָבן מיר בײדע פֿאַרדינט און זה נהנה וזה לא חסר.

 

איז געקומן צו די משלוח־מנות פֿרעג איך מײַן פֿרױ װיפֿיל זי לײגט אַרײַן בײַ די טיטשערס פֿון מײַן טאָכטער. זאָגט זי גאָרנישט אָבער זי האָט זײ געקױפֿט אַ מתנה. האָב איך געזאָגט געב איר אַ מתנה געזונטערהײט אָבער הלמאי זאָלן זײ נישט באַקומן אַביסל געלט. ממילא פֿאַראַיאָר האָסט דו מיר געטענהט אַז אירע טיטשטערס זענען מײדלעך און האָבן נישט קײן פֿאַמיליעס אױסצוהאַלטן מה שאין כּן די רביס. אָבער הײַ יאָר זענען איר טיטשערס אױך פֿאַרהײַראַט מיט קינדער אין שטיב איז װי די בנות צלפֿחד האָבן געטענהט למה נגרע. געלט איז דאָך נישט אַ מצװת עשה שהזמן גרמא איז מעגן זײ אױך דערפֿון געניסן. זי האַלט זיך אָבער בײַ אירס אַז איך זאָל מיך נישט אַרײַן מישן אין אירע חשבונות און פֿרױען האָבן אַנדרע מנהגים און זי מישט זיך אױך נישט בײַ די מלמדים און איך זאָל נישט קאַליע מאַכן אירע פּלענער. אײַ װאָס איז מיט שאף הן היו באותו הנס? אַ קשיא אױף אַ מעשה און ס'איז גענוג אַז זײ מיזן הערן דער מגילה.

 

איך האָב װײַטער געטענהט אַז מיר געפֿעלט נישט דער גאַנצער מנהג פֿון געבן פֿאַר די מלמדים און אַז עלטערן זענען אינטערסירט צו געבן זאָלן זײ עס אַרײַנטראָגן צו דער הנהלה און די הנהלה קען עס אױסטײלן. דער מצב איז אָבער אַז גאָט האַקט בײַ קײנעם נישט אָפּ פֿון זײערע באַלױנונג און ער צאָלט אַפּ פֿאַר איטלעכער פֿון זײַנע באַשעפֿענעישן מדה כּנגד מדה. און מלמדים װיבאַלד זײ געבן זיך אָפּ אַ גאַנצע טאָג מיט קינדער געבט זײ דער באַשעפֿער גאָר אַסאַך קינדער. איז עס זײ נעבעך באַשערט אַז מען צאָלט זײ גאַנץ װײניק פֿאַר זײערע פֿאַך אױפֿן חשבון אַז מער קינדער איז געװיס מער נחת און װיפֿיל מאָל האָב איך שױן געהערט אין שיל אַז נחת איז פֿיל מער װערד װי געלט. ביני לביני דאַרף מען אָבער די אָ קינדער פֿיטערן און אױסשטאָפֿירן און די מלמדים קוקן אױס אױף פּורים  אױף די מוציאלעך. דערװײַל האָט דער הנהלה נאָך נישט צוגעשטעלט אַזאַ אײַנאָרדענונג אַז מען זאָל קענען דורך זײ געבן פֿאַר די מלמדים, און אַז איך און אַנדרע װעלן אים נישט געבן װעט ער נישט האָבן אױף מצות און קאַרטאָפֿל מעל און ער קען נאָך קומן באָרװעס צו הלל אױף דער ערשטער נאַכט פּסח װײַל ער װעט זיך פֿאַרקױפֿן די שיך אױף ד' כּוסות װי עס שטײט בפֿירוש געפּסקנט אין שלחן ערוך. דעריבער האָט איך צו שטײַער געגעבן. האַלט איך מיט מײַן ייִדענע אַז כאָטש ס'געפֿעלט מיר נישט געב איך איז פֿאַרװאָס נישט פֿאַר די טיטשערס?

 

איז געבליבן אַז הײַ יאָר האָט זי שױן אַראַנזיערט מיט אַנדרע מאַמעס צו קױפֿן צוזאַמן אַ מתנה און זי קען נישט גײן פֿון הינטער זײערע רוקעןס מוסיף זײַן אַ מתנת יד און זײַן אַ שײנער ייִד אױף זײערע חשבון. אם ירצה השם איבער אַ יאָר װעט מען פֿריש דן זײַן דעם נושׂא והיה אם אמצא חן בעיניה װעט זי טון װי איך טו ראָטן.

 

און נאָך אײן זאַך, גאָר אַ װיכטיקע זאַך װאָס איז מיר אַרױס פֿון קאָפּ. אין אײנס פֿון די בלעטער װאָס מען טײלט אױס אין די שילן יעדער שבת װוּ עס שטײן געשריבן תורהלעך און מעשהלעך און גאָר װיכטיקע הלכות איז פֿאַר פּורים געשטאַנען הלכות פֿון פּורים. אין דער רובריק פֿון הלכות שטײט בדרך כּלל נישט קײן פּשעטלעך נאָר טרוקענען הלכות װאָס זענען נוגע למעשה. האָב איך הײַ יאָר געזען אונטער משלוח־מנות אַז מען קען יוצא זײַן משלוח־מנות מיט געבן צו אַן עבד כּנעני. איך קען אײַך נישט זאָגן װיפֿיל דאָס איז מיר צו ניץ געקומן.

נכתב על ידי , 30/3/2004 22:15  
11 תגובות   הצג תגובות    הוסף תגובה   הוסף הפניה   קישור ישיר   שתף   המלץ   הצע ציטוט
 



חטא העגל און אַנדרע זינד


יענער װאָך פֿרײַטיק צו נאַכטס דערצײלט מיר מײַן טאָכטער אַז די ייִדן האָבן געמאַכט די עגל. װאָס איז דער עגל, האָב איך געפֿרעגט. עבודה זרה. און װאָס איז עבודה זרה, זי װײסט נישט. איך האָב נישט געװוּסט װיאַזױ צו פֿאָרמיולירן מײַנע װערטער איר צו ערקלערן דער חטא העגל. איך האָב געטראַכט צו זאָגן אַז די ייִדן האָבן געזאָגט אַז דער עגל איז דער אײבישטער אָבער מיר װיסן אַז דער אײבישטער איז דער אײבישטער. דער פּראָבלעם איז אַז אױב דער עגל איז דער אײבישטער איז טאַקע דער אײבישטער דער אײבישטער נאָר דער אײבישטער איז דער עגל און ממילא װאָס איז דער זינד?

 

װעט איר זאָגן דער אײבישטער איז דער אײבישטער און דער אײבישטער איז נישט אַ קאַלב. װעל איך אײַך פֿרעגן איז זאָגט װאָס ער איז יאָ. װעט איר ענטפֿערן דער אײבישטער איז אנכי ה' אלקיך אשר הוצאתיך מארץ מצרים. װעל איך אײַך זאָגן, נו די ייִדן האָבן אױך געזאָגט אלה אלהיך ישראל אשר העלוך מארץ מצרים איז זאָגט איר פֿאַרװאָס איז דער עגל נישט דער אײבישטער, און אַז גאָט איז נישט דער עגל זאָגט װאָס ער איז יאָ? איר װעט זיך צופֿלאַמן און שרײַען װאָס הײסט, ה' הוא האלקים. װעל איך אײַך זאָגן אָבער װער איז ה'? אַז מען געבט אַ נאָמן פֿאַר אַן עגל ה' װערט ער דערמיט אַ גאָט? אװדאי נישט, איז װער איז דאָס ה'? װעט איר אַרױף גײן אַ פֿילאָזאָפֿישער שטיג און ציטירן דער רמב"ם אין זײַנע אני מאמיןס אַז גאָט איז נישט קאָרפּאָרעאַל, כּלומר ער האָט נישט אַ גוף און דער עגל איז יאָ געװען אַ דבר שיש בו ממש. פֿײַן, אָבער איר האָט אַלץ נישט געענטפֿערט װאָס גאָט איז יאָ. אַ היסטאָרישע גאָט? דער עגל האָט מען אױך געגעבן אַ היסטאָריע. אַן אַלמעכטיגער גאָט? מיר גלײבן בלױז אַז מאַכט װאָס מען זעט אין אַ שטורעם אָדער אין אַנדרע נאַטירליכע פֿענאָמינע איז דער פּראָדוקט פֿון זײַן אַלמעכטיקײט כאָטש מיר זען נישט זײַן האַנט דערין. האָבן די ייִדן דאָס און אַלע אַנדרע אײגנקײטן פֿון אדון עולם געקענט גלײבן אױפֿן עגל אױך. בלײַבט עס אַז מיר װײסן נישט װאָס גאָט איז און מיר װיסן בלױז װאָס ער איז נישט און ער איז נישט אַ קאַלב. אַ גוט מאָרגן, איך אױך נישט.

 

אפֿשר האָט משה רבינו דאָס אױך געשטערט און פֿאַרדעם באַלד נאָך דער עגל האָט ער געזאָגט פֿאַרן באַשעפֿער הראיני נא את כּבודיך, װײַז מיר גאָט װער דו ביסט. דײַן קול האָב איך געהערט, דײַנע װוּנדער האָב  איך באַװוּנדערט, דײַנע װײַזגעבונגן האָבן מיר אַרױסגענומן פֿון די כּלים אָבער װער דו ביסט װײס איך אַלץ נישט. האָט מען אים געװוּזן אַ קניפּ פֿון אַ תפֿילין של ראש.

 

שבת אינדערפֿרי האָב איך געשטעלט מײַנע קינדער אַ קשיא. פֿאַרװאָס האָבן די ייִדן געמאַכט דער עגל? װײַל משה רבינו האָט געשפּעטיקט. האָב איך זײ געפֿרעגט אױב אַזױ װאָלטן די ייִדן געדאַרפֿט אױפֿנעמן אַ נײַע פֿירער נישט אַ נײַע גאָט. װאָס האָט משה רבינוס שפּעטיקן צו טון מיט אַן עגל? אײנער פֿון מײַנע זינען האָט געענטפֿערט אַז די ערב רב האָבן שטענדיק געװאָלט אַ נײַע גאָט נאָר זײ האָב מורא געהאַט פֿון משה. אַז זײ האָב געמײנט אַז משה קומט שױן נישט האָבן זײ דערפֿולט זײערע תאװה. דער תירוץ איז מיר שטאַרק געפֿאָלן. װיפֿיל עבודה זרהס װאָלטן מיר געדיענט װען מיר האָבן נישט מורא פֿאַר אונדזערע פֿירער און זײערע שבט לויניקעס?

 

מײַן אַנדרע זין האָט דערצײלט אַ מעשה פֿון רבי ר' מילך װאָס מען האָט אים דערצײלט אין חדר. דער רבי ר' מילך האָט געזען ברוח קדשו אַז ס'איז אים איבערגעבליבן עפּעס אַן עבירה און ער האָט זיך געפּלאָגט צו דערגײן װאָס דער זינד איז. האָט ער זיך דערמאַנט אַז אַלץ קינד האָט ער פֿאַר זײַן מאַמען דערלאַנגט אַ פֿראַסק. אױף תשובה צו טון האָט ער אַרײַנגעלײגט זײַן האַנט אין אַ פֿײַער און עס פֿאַרברענט. דאָס איז געװען בײַ נאַכט. אינדערפֿרי װען ער האָט געזען אַז ער האָט נישט אַ האַנט אױף װעלכע צו לײגן תפֿילין האָט ער חרטה געהאַט אױף זײַן נעכטיקער אַקט. האָט ער מתפּלל געװען און פֿון הימל האָט מען געמאַכט אַז ס'איז אים אַרױסגעװאַקסן אַ נײַע האַנט.

 

איך האָב מיך דערמאַנט אַז װען איך בין געװען אין חדר האָט מען אױך דערצײלט דער מעשה אָבער מיט אַפּאָר ענדערונגן. בײַ אונדז האָט זײַן מאַמע באַקומן נישט אַ פֿראַסק נאָר אַ פּאַטש אױפֿן ברוסט װען זי האָט אים געגעבן צו זײגן. הײַנטיקע צײַטן קען מען דאָך נישט רעדן פֿון ברוסט װײַל דאָס פֿאַרמאָגן נאָר פֿרױען אױף די רעקלאַמן נישט הײמישע ייִדישע בנות ישראל. און װאָס װעט דער רבי טון אַז אַ ייִנגל װעט אױפֿהײבן זײַן האַנט און פֿרעגן 'רבי, װאָס איז אַ ברוסט?' איז לײַכטער אַז מען טױשט עס צו אַ פֿראַסק. דאָס װײסן אַלע תינוקות של בית רבן װאָס דאָס איז.

 

מײַן ייִנגל האָט זיך געבײזערט װען איך האָב אים אַפֿירגענומן און געפֿרעגט צי די מעשה קלאַפּט. איך האָב אים געפֿרעגט צי שלאָגן אַ מאַמע װען מען איז אַ פּיצל קינד איז טאַקע אַזאַ עבירה. איך האָב געצײגט אױף אונדזערע אײפֿעלע און געפֿרעגט צי ער װעט דאַרפֿן תשובה טון װײַל ער געבט אַמאָל אַ פּעטשעל. און לאָמיר שױן זאָגן ס'איז יאָ אַן עבירה, האָט איך אים געפֿרעגט, איז עס שכלדיק צו פֿאַרברענען דער האַנט? איך האָב אים געזאָגט אַז אױב ס'איז אמת איז עס געװען אַ טפּשות װאָס ס'איז נישט פֿאַראַן איר פֿאַרגלײַך. דערנאָך האָב איך געװאָלט װיסן צי ער האַלט אַז דער האַנט איז טאַקע.צוריקגעװאַקסן. דאָ האָט ער מיר געהאַט װאָס צו ענטפֿערן. און קריעת ים־סוף גלײבסט דו יאָ? האָט ער געװאָלט װיסן. האָב איך אים געגעבן צו פֿאַרשטײן, אָן צו ענטפֿערן דער שאלה, אַז ס'איז אַ חילוק צװישן װאָס ס'שטײט אין דער תורה און יעדער מעשהלע. טאָמער איז אָבער דער מעשה אמת איז רבי ר' מילך יענער נאַכט געװען דער גליכלעכסטער מענטש אין דער װעלט. אַ האַנט אַרױף אַ האַנט אַראָפּ, אַ פּאָר פּראָבלעמן מיט זיך בלאָזן דער נאָז יענער נאַכט און די הכנות פֿאַרן תפֿילין לײגן זענען אים אַװדאי גאָר שװער אָנגעקומן, ער האָט אָבער נישט געהאַט אפֿילו אײן עבירה. איך מיז צולײגן אַז איך האָב הנאה געהאַט אַז מײַן זין זאַפּט אײַן חסידישע לעגענדעס אין זײַנע ייִנגע יאָרן. זאָל ער זײַן סקעפּטיש אין זײַערע אמתדיקײט אָבי ער זאָל האָבן איבער װאָס צו זײַן סקעפּטיש.

 

רעדענדיק פֿון רבי ר' מילך, איך האָב שטאַרק געװאָלט פֿאָרן קײן ליזענסק הײַ יאָר, איבערהױפּט נאָך איך האָב געהערט אַז ר' יוסף חייִם גרינװאַלד פֿאָרט אױך אַהין. איך קען אָבער נישט פֿאָרן װײַל איך האָב געהאַט אַ חתונה די װאָך אין ארץ־ישראל. אײגענטלעך קומט טאַקע דער בלאָג פֿונעם הײליק לאַנד. איך האָף אי"ה װען איך װעל זײַן צוריק אין דער הײם װעל איך אָפּשרײַבן אַ באַריכט פֿון מײַן באַזוך. אױף דערװײַל האָטס מיר אַ גוטן שבת.

נכתב על ידי , 19/3/2004 06:30  
50 תגובות   הצג תגובות    הוסף תגובה   הוסף הפניה   קישור ישיר   שתף   המלץ   הצע ציטוט
 



מײַן פּורים


איך גײ אַרײַן אין אַ ספֿרים געשעפֿט און איך בעט עפּעס אױף ייִדיש. ענטפֿערט מען מיר אױף ענגליש. איך האָב מיך נישט באַלײדיקט װײַל זײ האָבן דערמיט גאָרנישט געמײנט. הקול קול יעקב אָבער האַקראַװאַט איבער אַ בלױע העמד. אין דער זעלבער צײַט קען איך נישט לײקענען אַז ס'האָט מיר געגעבן אַ שטאָך. מען װיל צו מיר נישט רעדן ייִדיש. רבונא דעלמא כּולי װי װײַט בין איך פֿאַרפֿאָרן?

 

פּורים האָט מײַן זין זיך אָפּגערעדט אַז איך בין אַ 'באָרניג' טאַטע. ער זאָגט איך בין נישט גענוג לעבעדיק. איך צינד נישט אָן דער קאַר סטעריאָ צום העכסטן, איך לײג נישט אַ גומינע הענטשקע אױף מײַן קאַר פֿענצטער װישער, איך טײל נישט אַלפֿים, איך טאַנץ נישט אױף די גאַסן, איך טרינק מיך נישט אָן און איך גײ נישט אַרײַן אין דער פּורים גײסט כּדת וכּדין. פּורים בין איך געװען מער אינטערסירט פֿאַרװאָס מרדכי האָט נישט געלאָזט אסתר דערצײלן װעגן איר ייִדישע אָפּשטאַם.

 

װען אסתר איז געװאָרן אַ קעניגן איז פֿאַר די ייִדן גוט געגאַנגן. מען האָט זײ געלײַדענט צו דער קעניגליכע מאָלצײַט און זײ זענען געקומן, און אַ ייִד מרדכי האָט געקענט זיך דרײען אין דער קעניגליכע הױף און מען האָט אים נישט געזאָגט װי אין דער ליד 'ביסט אַ ייִד גײ װײַטער'. װען ייִדן גײט גוט לײגן זײ זיך אַרײַן אין ייִדישקײט מיט אַלע גלידער און ס'שפּראָצט אױף אַיעדן טאָג אַ פֿרישער חסידישע דינאַסטי. אין אַזאַ צײַט האָט מרדכין נישט געפּאַסט אַז ער האָט אַ פּלעמעניצע װאָס האָט חתונה מיט אַ גױ. נישט װעגן זײַן כּבוד פֿאַרשטײט זיך. ער האָט זיך געזאָרגט אַז מען װעט זאָגן אױפֿן זײדן ר' שמעיס אַן אײניקל אַז זי איז נעבעך אַראָפּ פֿונעם װעג.

 

ס'קען זײַן אַז מרדכי איז געװען פֿון די סאָרט ייִדן װאָס האַלטן אַז מען מעג, נײן מען מיז, שרײַען ייִדישקײט איבער אַלע גאַסן. אַ מנורה אין טײַמס סקװער, אַ תניא אין טאַהיטי, אַ ישיבה אין טײַלאַנד, אַ מנחה אין לאַ גאַרדיע ביז דער גאַס פּלאַצט פֿאַר קנאה. מרדכיס לעבעןס בליק איז געגאַנגן אָנגעפֿער אַזױ. אַ ייִד דאַרף זיך אַראָפּלאָזן די פּיאות און שרײַען אין אַלע געסער ה' אחד ושמו אחד. די ייִדן װאָס טון נישט אַזױ און גײן צו פּאַרטיס אין שושן הבירה און לעבן אַ טאָג זײ דאַרף מען אַלע מחזיר בתשובה זײַן. און װיאַזױ איז מען זײ מחזיר בתשובה? מען נעמט ייִדישקײט פֿון דער בית־מדרש אַרױס אין דער גאַס אַרײַן און זאָלן אַלע פֿרײַע פּלאַצן. און װאָס מער מען רעגט עמעצן אױף איז אַלץ אַ גרעסערע ראיה אַז ס'אַרבעט. װי דער דאָקטער זאָגט אַז אױב ס'טוט װײ איז אַ סימן אַז ס'אַרבעט. סוף סוף איז דאָך תורה נקנית ביסורים.פֿאַרדעם האָט פֿאַר מרדכי אַנדערש נישט געטױגט װי גײן שטײן אױף די גאַסן און זיך להכעיס נישט ביקן צו המןען צו װײַזן אַז ער װערט פֿאַר קײנעם נישט נתפּעל.

 

אַז פֿון אַ ייִד קען עפּעס אױסװאַקסן חוץ פֿון צו זײַן אַ גוטער ייִד האָט מרדכי געװוּסט. פֿאַר זײַן משפּחה איז עס אָבער נישט געװען לפֿי כבודם. אַפֿילו װען אַ ייִד קומט יאָ ערגעץ אָן איז עס בלױז צו העלפֿן ייִדן. ער האָט געהאַלטן אַז אַ ייִד טאָר נישט זײַן בראש, דאָס ברענגט נאָר צרות. מען װעט באַשולדיקן אַלע ייִדן װען זאַכן טױגן נישט. בעסער איז װען דער ייִד איז באַהאַלטן אין אַ הױכע אַמט און קײנער װײסט נישט אַז ער איז ייִד. דעמאָלסט קען ער אױפֿטון, שתדלנען, אַלעדיגן בײַ די הױכע פֿענסטערס.

 

װען מען דאַרף אַ טובה פֿון די סאָרט באַהאַלטענע ייִדן זענען זײ די בעסטע זאַך װאָס איז נאָר פֿאַראַן. ייִדן שומרי תורה ומצוות פֿון די מאָדערנע סאָרטן זענען װערד אױף כּפּרות. זײ זענען צי גרױסע חכמים. זײ קענען נישט פֿאַרשטײן פֿאַרװאָס ס'דאַרף זײַן דווקא װי הײמישע ייִדן װילן. מען זאָגט זײ רב װײס ענטפֿערן זײ רעב משה, מען זאָגט זײ אַ מגן אברהם האָבן זײ אַ רמ"א. קױם װאָס זײ האַלטן שבת און זײ מײנען אַז זײ קענען שױן כּל התורה כּולה. מען טרעפֿט אָבער אַ ייִד אָדער אַ ייִדענע װי אסתר קען מען זײ סטראַשן אם החרש תחרישי בעת הזאת און זײ װערן דערשראָקן. און אַז מען באַקומט פֿון זײ דער טובה איז עס װײַל אױך זײ זענען צו אונז מודה און טיף טיף װאָלטן זײ מאָרגן אָנגטון רבינו תם גאַטשעס נאָר זײ זענען נעבעך תינוקות שנשבו. אַמאָל טרעפֿט מען אַ גױ און אים קען מען אױך פֿאַרקױפֿן אַז דאָס איז רעליגעזע עינינים. אַלץ בעסער װי אַ ייִד אַ מבין. און אַז מען באַקומט פֿון אים דער טובה איז ער אַ זעלטענער אוהב ישראל און אױך ער װײסט אַז מיר פֿאַרמאָגן דעם אמת. װײַטער אַז ס'גײט נישט װײסט דאָך אַיעדער אַז עשו שונא ליעקב און מען איז נעבעך אין גלות.

 

דאָס זענען געװען מײַנע רעיונות אױף פּורים. מוצאי שבת האָב איך איבערגעהערט װי אַ ייִד פֿרעגן אַ צװײטן װיאַזױ זײַן פּורים איז געװען. האָסט עפּעס אױסגעטײלט? פֿרעגט אײנער דעם צװײטן.  יאָ, פֿינעװערס, צענערס. יפּול מצדך אלף, הע. דאָס איז געװען נאָך שמונה־עשרה פֿאַר ויהי־נועם. דער פֿרעגער האָט װײַטער געדרשנט, פֿון אַלע װאָס גײן נאָך געלט זענען בלױז אײנס, צװײ אמתע נצרכים. ע, ע, מאַכט דער נדבן װאָס האָט שױן יעצט געהאַלטן בײַ ואתה קדוש, זײ זענען אַלע 'דזעניואין' חוץ אײנס צװײ. װיפֿיל געלט דער נדבן זאָל נישט האָבן װעט ער נישט מודה זײַן אַז ער טײלט אױס זײַן געלט לריק ולבהלה. יע, ענטפֿערט דער צװײטער, 'דזעניואין קרוקס'.

 

נכתב על ידי , 17/3/2004 01:42  
9 תגובות   הצג תגובות    הוסף תגובה   הוסף הפניה   קישור ישיר   שתף   המלץ   הצע ציטוט
 



געזיכט׃ אַ בקי אין חזקת הבתים


לאָמיך מיך צו אײַך פֿאָרשטעלן. איך הײס קטלא קניא און ביז פֿאַר אַ האַלבע יאָר צוריק האָב איך געװױנט אין װיליאַמסבורג אין דער בראָדװײ געגענט. מײַן שכן װאָס פֿלעגט צו װױנען מיט מיר טיר־בײַ־טיר און װאָס דער הױז געהער נאָך אַלץ צו אים איז נישט געבענטשט געװאָרן מיט קינדער. ער איז געװען בײַ אַסאַך דערהױבענע ייִדן אָבער לא עלינו ולא עליכם איז אים נישט באַשערט געװען קײן זרע של קימא. ער מיט זײַן פֿרױ האָבן דאָרט געװױנט אַסאַך יאָר, ער פֿלעגט צו שרײַבן חידושי תורה און זי פֿלעגט אױפֿצופּאַסן אױף קינער. אײן שײנער טאָג איז זי קראַנק געװאָרן און אַ קורצע טײַט שפּעטער איז זי אַװעק פֿון דער װעלט.

 

נאָך דער שבעה האָט מײַן שכן באַשלאָסן אַז ער פֿאָרט אַװעק אָפּרעכטן אַביסל גלות. פֿאַר ער איז אַװעקגעפֿאָרן האָט ער מיר איבערגעלאָזט די שליסלעך פֿון דער דירה און ער האָט מיר געזאָגט אַז איך זאָל עס פֿאַר אים פֿאַרדינגן, זיך אַראָפּנעמן צען פּראָצענט און דער רעשט אַרײַנצאָלן אין אַ גמ"ח װאָס ער װעט אָפּנעמן דער קרן דערפֿון אױף יענער װעלט. ער האָט מיט זיך גאָרנישט מיטגענומן חוץ פֿון אַביסל װעש און זײַן טלית און תפֿילין און אַלעס איבערגעלאָזט חוץ אַ קאָנטאַקט נומער אָדער אַדרעס. איבער די יאָרן האָב איך באַקומן פֿון אים פֿאַרשידענע גרוסן, אײנער האָט אים געטראָפֿן בײַם כּותל בעטלן און אַן אַנדרע האָט אים געזען אין אַ ישיבה אין קרית־ארבע. דאָס איז געװען פֿאַר פֿינעף יאָר צוריק און זײַט דעמאָלסט האָב איך פֿון אים גאָרנישט געהערט. איך װײס אפֿילו נישט צו ער לעבט.

 

ביקש יעקב לישב בשלווה און איך האָב געמײנט אַז אין װיליאַמסבורג װעל איך אױסלעבן מײַנע יאָרן. זענען אָבער אָנגעקומן חברה און זײ האָבן געזאָגט אַז װיליאַמסבורג געהער זײערס אױך. אַזױ װי איר װײסט אַוודאי האָבן זיך די אַרטיסטן פֿאַרליבט אין מײַן געגענט און זײ װילן פֿון מיר אָפּקױפֿן מײַן הױז און אױך מײַן שכןס הױז. זײ אָפֿערירן פֿאַר בײדע הײַזער צוזאַמן מיט דער בױדן אונטער די הײַזער ח"י מיליאָן דאָלער ($18,000,000). ברם דא עקא אַז לױט דער באַפֿעל פֿון די רבנים זאָלן מאריך ימים זײַן טאָר מען נישט פֿאַרקױפֿן פֿאַר די אַרטיסטן קײן לאַנד אָדער אַ הױז אין אַ תחום -שבת פֿון װיליאַמסבורג.

 

איך האָב געפֿרעגט אַ שאלה און מען האָט מיר געזאָגט אַז אױב מען פֿאַרקױפֿט דער הױז צוזאַמן מיט דער חמץ צו אַן אַרטיסט מעג מען. דער הױז װערט אַ טפֿל צו דער חמץ און אַזױ איז מען נישט עובר זײַן אױפֿן איסור דרבנן. און פֿאַרדעם טײַערער פֿרײַנד װענד איך מיך צו אײַך.

 

כּדי צו פֿאַרקױפֿן מײַן שכנס הױז מיז איך זײַן דערױף אַ בעל־הבית און דאָס בין איך נישט. אױסער דעם בין איך חלילה נישט אַ גנבֿ און איך װעל נישט פֿאַרקױפֿן אַ זאַך װאָס געהער נישט מײַנס. איך האָב געדינגן אַ גרופּע תלמידי חכמים אין כּולל חזון איש אין בני ברק אַז זײ זאָלן מיר געפֿונען אַ היתר. פֿאַרשטײט זיך אַז זײ האָבן נישט גענומן קײן געלט פֿאַר זײערע פֿאָרשט אָבער זײ װעלן באַקומן אַ שיבוש, נישט מער װי צװײ פּראָצענט, פֿאַר שׂכר בטילה.

 

יגעת ומצאת תאמין. נאָך זײ האָב געהערט אַז דער שכן האָט איבערגעלאָזט אַלע זײַנע חפֿצים כּולל זײַנע חידושי תורה, האָבן זײ אַזױ געפּסקנט. װיבאַלד הלומד את בן חבירו תורה איז װי ער האָט אים געבױרן זאָל מען עמעצער בעטן ער זאָל אַרײַנקוקן אין דער שכןס כּתבים און לערנען אַפּאָר חידושים און דערנאָך קען ער זיך רופֿן אַ יורש. איך טאָר דאָס אָבער נישט טון װיבאַלד איך בין אַ נוגע.

 

טײַערע חבר , איך שרײַב אײַך דעם בריװ װײַל מיר האָבן אױף אײַך געהערט אַז איר זענט גאָר אַ פֿאַרלעסלעכער ביזנענסמאַן און אױך אַז איר זענט אַ טױגליכער און איר פֿאַרשטײט שנעל אַ שטיקל חזקת הבתים. איר װיל אײַך בעטן אַז איר זאָלט מיר שיקן אײַערע אַדרעס און טעלעפֿאָן נומער און אײַערע באַנק פּרטים און מיר װעלן אײַך באַלד אַריבער פֿאַקסן צװײ בלאַט פֿון דער שכןס חידושי תורה. זײַט אַזױ גוט און פֿאַרטיפֿט אײַך נישט צופֿיל אין די חידושים װײַל איר קענט עס חלילה אָפּװענדן און איר װעט װערן אױס קינד. נאָך איר מאַכט אַ הדרן עלך װעלן מיר אַריבער פֿירן דער הױז אין אײַערע נאָמן און איר װעט באַקומן פֿינעף און צוואָנציק פּראָצענט (25%) פֿון די ח"י מיליון דאָלער. אין דער זעלבער צײַט װעלן מיר אױך איבערװײַזן צו אײַערע באַנק דער גאַנצער דירה געלט װאָס זאַמעלט זיך שױן בײַ אונדז אָן אַ היפּשע פּאָר יאָר. װי אױבן דערמאַנט איז דער קרן קיימת לעולם הבא און ממילא קענט איר געזונטערהײט מיט דעם זיך באַנוצן ביז אײַערע הונדערט און צװאָנציק.

 

מיר װילן אײַך בעטן איר זאָלט דאָס האַלט שטאַרק בסוד װײַל אַז קהל װעט געװױר װערן פֿון דעם געשעפֿט װעלן זײ האַלטן אַז זײ זענען די יורשים פֿון מײַן שכן װיבאַלד השמים שמים לה' וּװיליאַמסבורג נתן לבני יואל. אױך זאָלט איר אַזױ גוט זײַן און דערפֿון נישט רעדן אין מקווה װײַל עס איז שװער צו װיסן װער ס'באַהאַלט זיך אונטער די גרױסע הױזן און אזניים למכנסיים. עס איז זײער װיכטיק אַז מיר אַלעדיקן דאָס פֿאַר מכירת חמץ און ממילא בעט איך אײַך איר זאָלט מיר שיקן די פּרטים אומשנעלסטן.

 

איר דאַרפֿט אײַך נישט זאָרגן אַז איר װעט עובר זײַן אױף איסורים אָדער מען װעט פֿון אײַך עטװאָס צונעמן. איבער דער מכירה איז דאָ אַ װעד פֿון תלמידי חכמים װאָס כּמעט אַלע גײן שטרײַמלעך און איטליכע גײן אפֿילו װײַסע זאָקן. אײן ליטװאַק איז דאָ אָבער ער גײט אַ פֿראַק װאָס מען האָט בודק געװען און ס'האָט צװײ קנעפּלעך פֿון אונטן. חוץ פֿון דעם האָבן מיר אױך אַן אַטאָרני און אַ סי פּי אײ װאָס בײדע פֿאַרמאָגן ניטאַמאָל בשותפֿות אײן האָר אױפֿן באָרד. איר דאַרפֿט אױך אין זין האָבן אַלע מצװת ומעשים טובים װאָס איר װעט טון מיט דער געלט און דעמאָלסט װעט איר אװדאי זײַן אָפּגעהיטן. ועל כּולם װעט מען פֿאַרקױפֿן דער הױז מיט דער חמץ בײַ אַ שטאַרק פֿאַרלעסלעכע רב און איר קענט זיכער זײַן אַז אײַערע געלט װעט זײַן װײַס װי לבן למהדרין מן המהדרין.

 

איך װאַרט צו הערן אײַערע שנעלע תשובה אַז איך זאָל אײַך שױן קענען מעביר זײַן דער בית והעליה.

 

בכבוד רב,

 

קטלא קניא


Powered by: Gedoilim.con

נכתב על ידי , 7/3/2004 06:23  
31 תגובות   הצג תגובות    הוסף תגובה   הוסף הפניה   קישור ישיר   שתף   המלץ   הצע ציטוט
 



אַ טישו!


צו זינגן צו דער ניגון פֿון עננו

 

אַ טישו, אַ טישו, איך בעט אײַך מיט רחמנות אַ טישו
אַ טישו, אַ טישו, ס'מוז נישט זײַן אַ קלינעקס אַבי אַ טישו
אַ טישו אױ װײַ, ס'קען נאָר זײַן אַ 3-פּלײַ
אַ טישו אַ טישו אַ טישו

 

אַ טישו אַ טישו ס'איז אַזױ װי זאַלץ־װאַסער בײַ דער קערה
אַ טישו אַ טישו ס'װערט מיר פֿאַרחזרט דער מאַסקאַראַ
אַ טישו אַ טישו אױ ליפּסטיק אױף אַ טישו 'זנישט אַ מעלה (און גאָר אַ שאלה)
אַ טישו אַ טישו אַ טישו

 

אַ טישו מי גלה לבני זה הרז אַ טישו
אַז אַ ניגון קען מאַכן ס'זאָל רינען פֿון דער נאָז אױ אַ טישו
אױ אַ טישו אױ אַ טישו

 

אַ טישו קוקט! ס'װײנען אַלע אימהות אַ טישו
איבער אַ ניגון  װאָס איז מוקצה מחמת דמעות אױ אַ טישו
אַ טישו אַ טישו אַ טישו

 

 

אַ טישו אַ טישו װער װאָלט געגלײבט אַז ס'זאָל אַזױנס װערן
אַ טישו אַ טישו אַז פֿון אַ ניגון װאָס לאָזט זיך קױם הערן
אַ טישו אַ טישו זאָל װערן משיב הנאָז ומוריד הטרערן
אַ טישו אַ טישו אַ טישו

 

אַ טישו אַ טישו יהי רצון שתשים דמעותײַ
אַ טישו אַ טישו שענק מיך נאָך טרערן אױ װײַ
אַ טישו אַ טישו כאָטש דער ניגון איז הלוך ילך ובױך־װײַ
אַ טישו אַ טישו אַ טישו

 

אַ טישו ס'איז געבליבן נאָך אײן טרער אַ טישו
אַ טישו אױ די פּושקע'ס אינגאַנצן לער אױ אַ טישו
אױ אַ טישו אױ אַ טישו

 

אַ טישו זאָל אונדז גאָט שענקן אַ פּאָר גוטע בדחנים אַ טישו
און ס'זאָל מקויים װערן ומחה ה' דמעה מעל כּל פּנים אױ אַ טישו
אַ טישו אַ טישו אַ טישו

נכתב על ידי , 7/3/2004 06:18  
11 תגובות   הצג תגובות    הוסף תגובה   הוסף הפניה   קישור ישיר   שתף   המלץ   הצע ציטוט
 



מײַן ייִדישקײט; לא תבושי


הײַנט אינדערפֿרי האָב איך געמאַכט מײַנע קינדערס סענדװיטשעס זאָגענדיק ברכת התורה און געשניטן דער קאָקאָש קוכן בײַ ויאמינו בה' ובמשה עבדו. בײַ תחנון איז מיר אײַנגעפֿאַלן אַז אפֿשר איז עס שױן י"א אדר און װיבאַלד מגלה נקראת בי"א דאַרף מען נישט זאָגן תחנון. רעכענדיק אַז זונטיק איז פּורים הײסט עס אַז הײַנט איז נאָך דער צענטער איז מיר אױסגעקומן אַז הערשט דאַרף מען יאָ תחנונען. תחנון װען מען דאַװענט בײַם כּותל איז נישט אַזױ געפֿערלעך. ס'איז נישט דאָ קײן ספֿר־תורה ממילא דאַרף מען נישט פֿאַלן אױפֿן פּנים און מען קען טון אַנדרע זאַכן בשעת די ליפּן ריקן זיך אין תפֿלה. װי צום בײַשפּיל הײַנט אינדערפֿרי האָב איך געריקט טעקעס פֿון מײַן בשבתך צו מײַן ובלכתך (דעסקטאָפּ צום לעפּטאָפּ בלע"ז.) מאָנטיק און דאָרערשטיק איז אָבער אַ צװײטע מעשה און דעמאָלסט קען איך מיך נישט ערלױבן אַזאַ ברײטהאַרציקײט צו בורא דעלמא כּולי.

 

תחנון בכלל האָט אַ מזל אַז מען האָט עס אַװעקגעשטעלט פֿאַר אשרי־ובא־לציון װײַל אַזױ זאָגט מען עס כאָטש. מה שאין כּן אַלעס װאָס קומט נאָך קדושא דסדרא  והמבין יבין. פֿאַרדעם מן הסתם זאָגט מען והוא רחום יכפּר עון פֿאַרן סוף פֿון ובא־לציון צו האָבן אַ כּפּרה אױפֿן שיר־של־יום, קוה און עלינו. אַמאָל מיז עס מכפּר זײַן אױף מנחה־מעריב און נאָך אַנדרע עבירהלעך אױף װאָס מען קען זיך לײדער נישט העלפֿן.

 

למעשה יעצט אַז די טעג װערן לענגער װערט מנחה אַ קלענערע פּראָבלעם און גאָט העלפֿט אַז מען כאַפּט אַרײַן װאָס מער מנחהלעך. איך װײס נישט פֿאַרװאָס, אָבער װען איך דאַװען מנחה אינטערװעגענס געדױערט מײַן שמונה עשרה אַסאַך לענגער װי װען איך דאַװען אין שיל. איך רעד שױן נישט װען איך דאַװען אין דער הײם װאָס דעמאָלסט געדױערט שמונה־עשרה אַזױ לאַנג װי אַ יהא שמיה רבא. איך מײן עס איז אפֿשר װײַל אינטערװעגענס אָדער אין מײַן ביוראָ װען איך דאַװען מנחה איז עס גנײביש. כּלומר איך שטעל מיך ערגעץ אין אַ װינקל און איך מאַך מיך װי איך קוק אַרױס פֿון אַ פֿענצטער אָדער איך רעד אױף מײַן סעליולער און איך געב אַ דאַװען אָפּ. גאָט פֿאַרגעבט מיך אװדאי אַז איך ביק מיך נישט פֿאַר אים געהעריק און איך טרעט נישט עושה שלום אַ מעטער אַ טריט. פֿון דער גניבה װערט אַזאַ סאָרט װעט. װעט מען מיר כאַפּן װעט מען מיר נישט. און אַז מען װעט זיך װיל מען געװינען און מען װיל דער געװין זאָל זײַן ערלעך פֿאַרדינט אָן חכמהלעך. ממילא מיז דער שמונה־עשרה זײַן אַזאַ לענג אַז װען איך טרעט אױס עושה שלום זאָל איך האָבן דער הנאה אַז 'אײַ מײד איט' און ס'איז געלונגן צו דאַװענען אָן מען זאָל מיר פּאַקן בײַם 'גניבה'.

 

יענער װאָך דאָנערשטיק איז מיר לײדער נישט אױסגעקומן צו דאַװענען מנחה. װאָס זאָל איך טון, אָבער עס קען זיך מאַכן. איך האָב אױך געהאַט מיט מיר יענעם טאָג אַ זעמל. טאַקע אַ פֿײַנעם זעמל, אַ המוציא לכל הדיעות, אָבער אָן װאַסער. נו, װאָס איז װערד אַ זעמל אָן װאַסער? װאָס קען מען דערמיט טון? שמעקן, שמײכלן דערצו, מאַכן איבער דעם אַ שלא עשני גױ מיט אַ שהחיינו? ס'איז אָנגעפֿער אַזױפֿיל װערד װי אַ פֿרױ אָן קידושין. אפֿשר אַ גוזמא װײַל דער זעמל קען מען כאָטש ראַטעװען מיט אַ זעקל. הודו לה' מײַן זעמל איז טאַקע געקומן אין אַ פּאַפּירענע זעקל און דער װאָס װײסט, װײסט אױך אַז טאָמער האַלט מען דער ברױט דורכן זעקל קען מען עס עסן אפֿילו אָן זיך װאַשן. האָב איך געמאַכט אַ המוציא און אַרײַנגעביסן בשם ומלכות. װען איך בין אָנגעקומן צי דער סקאָרינקע בײַ עק פֿונעם זעמל איז דער שטיקל געװען צו גרױס אַרײַנצושטעקן אין מײַן מױל בבת אחת אָבער צו קלײן אַז ס'זאָל זיך לאָזן גוט אָנכאַפּן כּלאחר יד דורך אַ זעקל. איך האָב אַרײַנגעביסן אײנס צװײ מאָל אין דער פּאַפּיר אָבער ברוך השם ס'איז קײנמאָל נישט אַרײַן אַ שטיקל פּאַפּיר אין מײַן מױל. שליחי מצװה װערן נישט געשעדיקט. אַ שאלה אױף אַ ברכה װאָלט עס למעשה נישט געװען װײַל איך האָב דאָך געמאַכט אַ המוציא און פּאַפּיר אין אַזאַ מצב איז אַ דבר הבא בתוך הסעודה ממילא דאַרף עס נישט אַ פֿרישע ברכה. מיט ברכת המזון האָב איך נישט געהאַט אַזױפֿיל מזל.

 

*****************************************************

 

שבת משפּטים האָט זיך אָנגהױבן אױף אַ לינקע פֿיס. פֿרײַטיק צו נאַכטס אַ פּאָר מינוט פֿאַר איך בין אַרױס געגאַנגן אין שיל אַרײַן האָב איך  מיך דערמאַנט אַז ס'קען זײַן אַז ס'איז שבת שקלים. מײַנע קינדער האָבן מיר קאָנפֿירמירט אַז ס'איז אַזױ און איך האָב געװוּסט אַז דער װאַקאַציע װאָס מען געבט אונז פֿון מוצאי שמחת תורה איז פֿאַריבער. יעצט הײבט זיך אָן דאָס רעדל פֿריש צו דרײען, פֿון שקלים צו זכור, פֿון זכור צו פּורים, פֿון פּורים צו פּרה, צו החדש, צו פּסח צו ספֿירה, שבועות, קלאָגן, תעניתים, שופֿר, סליחות און דער גאַנצער מעשה. מיט דעם מוט בין איך געגאַנגן אין שיל מקבל שבת זײַן.

 

צו לא תבושי האָט אױסגעבראָכן אין שיל אַ געשלעגערײַ. נישט חלילה מיט הענט, מײַן פֿרײַטיק־צו־נאַכטס שיל איז נישט גענוג חסידיש אַז מען זאָל זיך דאָרט קריגן מיט הענט. ס'איז געװען אַ סכסוך איבער אַ ניגון. מסביר זײַן דער קריגערײַ דאַרף אַ הקדמה. ס'איז אַ מנהג ישראל אַז צו לא תבושי טױשט מען דער ניגון צו אַ לעבעדיקער ניגון. נאָך אַ מנהג ישראל איז אַז לעבעדיקע ניגונים גײן אױפֿן סטיל פֿון אבגב, כּלומר דער צװײטער און דער פֿערטער פֿאַל זענען די זעלביקע. נאָך אַ מנהג ישראל איז דאָ אַז בײַ די סאָרט ניגונים איז דער דריטער פֿאַל גאָר שטאַרק לעבעדיק און ס'הײבט זיך אָן אַהאַ אַהאַ אַהאַ־אַהאַ־אַהאַ. און אַ פֿערטער מנהג ישראל איז דאָ אַז דער אַהאַ זינגט מען אױף בואי בשלום. אחרון אחרון חביב איז פֿאַרהאַן אַ פֿיפֿטער מנהג ישראל װאָס שטײגט איבער אַלע אַנדרע מנהגים: אַז מען קען טון אַנדערש פֿון אַ צװײטע טוט מען. און אַז אײנער האָט אײן מנהג איז דאָ ע' פּנים װיאַזױ צו טון אַנדערש.

 

װיאַזױ צו זינגן לא תבושי איז דאָ אָן אַ שיעור מנהגים. שכל װאָלט דיקטאַטירט אַז ס'זענען דאָ פֿיר שטיקלעך צו לא תבושי און דער ניגון האָט פֿיר פֿעלער װאָלט געװען פּאַסיק אַז יעדער פֿאַל פֿונעם ניגון זאָל פֿאַרנעמן אײן שטיקל.  שכל פֿעלט אָבער אײַנצוזען אַז לױט דעם אױסשטעל װעט מען זינגן בואי בשלום מיטן פֿערטן פֿאַל. דער פֿערטער פֿאַל איז אַן אױסגעװעפּטער װיבאַלד מען האָט עס שױן אײנמאָל געהערט בײַם צװײטן פֿאַל און ס'איז נישט כּבוד זאָגן ברוך־הבא צום שבת מיט אַן אױסגעװעפּטן מעלאָדי. חוץ מזה דאַרף בואי בשלום האָבן דער אַהאַ אַהאַ פֿאַל װײַל דעמאָלסט דרײען זיך ייִדן אױס צו מערב װאַנט און זײ האָבן ליב צו קלאַטשן די הענט און מקבל פּנים זײַן דער שבת קעניגן. אַזױ אױך קענען זײ אַרײַן גײן אין מזמור שיר ליום השבת מיטן ברען פֿונעם ניגון. װאָלט אפֿשר געװען אַ סברא מען זאָל צװײ מאָל איבערזינגן דער ניגון. דער ערשטער און דער צװײטער פֿאַל אױף לא תבושי, דער דריטער און דער פֿערטער אױף והיו למשסה און נאָכדעם איבערחזרן דער ניגון. אַזױ אױס האָט מען אַהאַ אַהאַ אױף בואי בשלום און אױך די ייִדן װאָס שטײן אױף צי ימין ושמאל שטײן אױף מיטן פֿרישקײט פֿונעם ערשטן פֿאַל פֿונעם ניגון. אַ פֿײַנע סברה און אַזױ טוט מען טאַקע אױף אַסאַך ערטער.

 

איז אָבער דאָ דער גרעסטער מנהג ישראל פֿון אַלע אַז מען מיז טון אַנדערש. ס'איז דאָ ייִדן װאָס האַלטן אַז דער ערשטער מאָל װאָס מען זינגט אַהאַ אַהאַ מיז זײַן בײַ בואי בשלום צו געבן בואי בשלום דער ערשטער ביס אױפֿן יאַגעדע. ס'זענען דאָ אַנדרע גאָר הײליקע ייִדן װאָס זאָגן איפּכא מסתברא. איך בין אַ מאָל געװען בײַ אַ גרױסער רבי אױף שבת שירה און דאָרט האָט מען געזינגן דער גאַנצער ניגון, נישט װײניגער װי אַלע פֿיר פֿעלער, אױף יעדער שטיקל. אױך ער טוט נישט אַזױ יעדער שבת אָבער לכּבוד שבת שירה מיז ער שאַפֿן אַן אַמביאַנס און געבן פֿאַר זײַן עולם עפּעס אַהײמצונעמן. אַ װאַרעמען ניגון אַ האָט אַ לענגער פּאָליצע לעבן װי אַ שטיקל קיגל.

 

על כּל פּנים האַלטן מיר אין מײַן שטיבל פֿרײַטיק צו נאַכטס פּרשת משפּטים און ס'האָט אױסגעבראָכן חילוקי דיעות. זה אומר בכּה וזה אומר בכּה. אָדער בעסער געזאָגט זה מזמר בכּה וזה מזמר בכּה. דער בעל תפֿלה האָט געװאָלט זינגן דער ערשטער פֿאַל אַלײן אױף לא תבושי. אױף דער צפֿון זײַט האָט מען אָבער געװאָלט זינגן דער צװײטער פֿאַל אױך. דער בעל־תפֿילה האָט זיך אָפּגעשטעלט און געװאַרט דער עולם זאָל אָפּזאָגן לא־תבושי אָבער זײ זינגן װײַטער. װאָס קען ער און דער עולם װאָס איז מער אינטערסירט אין דער זײגער טון? דער בעל־תפֿלה אַלײן האָט שױן אָפּגעזינגן לא־תבושי קען ער עס נישט װידער זאָגן אױפֿן קול. דער עולם װײַטער קען שרײַען װי הױך זײ װילן לא־תבושי אָבער אַז ס'איז דאָ זינגער און דאַװענער געװינען אַלץ די זינגער. אױסער דעם די װאָס װילן נישט זינגן דאַװענען אױך נישט צי הױך און זײ דרימלן, שמועסן אָדער קלאָטצן. האָבן טאַקע געזיגט די זינגער, די חסידים. אַזױ האָט רבי ר' בער צוגעזאָגט אַז חסידים װעלן שטענדיק זיגן. אין דאָס קומענדיקער שטיקל האָט דער בעל תפֿלה בעל־כּרחו געענטפֿערט אמן און זײ נאָכגעמאַכט און געזינגן איטליכע פֿעלער אױפֿן שטיקל.

 

זײערע מחלוקת איז אָבער געװען אַ טיפֿע. ס'איז דאָ װאָס זאָגן אַ די פֿיר פֿעלער פֿון די ניגונים זענען מרומז צו דער שם הויה כּלומר י־ה־ו־ה. און פּונקט װי דאָרט איז די צװײטער און פֿערטער אות דער זעלבער אַזױ מיט דער ניגון. לױט קבלה איז יוד מרומז צו חכמה און אבא און הײ איז מרומז צו בינה און אמא. די װאָס האָבן געװאָלט זינגן בײדע פֿעלער האָבן געװאָלט באַהעפֿטן דער טאַטע מיט די מאַמע און מאַכן אַ ייחוד העליון. דער בעל־תפֿלה האָט אָבער געהאַלטן אַז דער ייחוד קען נאָר פּאַסירן װען משיח קומט װי ס'שטײט אַז דער שם װעט װערן קאָמפּלעט נאָר נאָך מען זיגט איבער עמלק. ס'הערט זיך אפֿשר מאָדנע אַז אַזעלכע הױכע עניִנים האָבן זיך אָפּגעשפּילט אין אַ קלײנע שטיבל אױף אַ פּראָסטע פּרשת משפּטים. אָבער אַז יוסף הצדיק מיט זײַנע ברידערס האָבן זיך געדינגן צי אַ קעלבעל װאָס מען געפֿונט אין דער מאַמעס טראַכט איז אבר מן החי צי נישט איז עס אַזױ שװער צו גלײבן אַז אין לא תבושי קריגט מען זיך איבער אַ שם הויִה?

 

אַז איך האָב נישט אַ געלעגענהײט צו שרײַבן פֿאַר פּורים װוּנטש איך אײַך אַלע אַ פֿרײליכן פּורים.

נכתב על ידי , 4/3/2004 02:33  
29 תגובות   הצג תגובות    הוסף תגובה   1 הפניות לכאן   קישור ישיר   שתף   המלץ   הצע ציטוט
 





67,288
הבלוג משוייך לקטגוריות: החיים כמשל , דת , פילוסופיית חיים
© הזכויות לתכנים בעמוד זה שייכות לקטלא קניא אלא אם צויין אחרת
האחריות לתכנים בעמוד זה חלה על קטלא קניא ועליו/ה בלבד
כל הזכויות שמורות 2025 © עמותת ישראבלוג (ע"ר)