כינוי:
מין: זכר
RSS: לקטעים
לתגובות
<<
אפריל 2004
>>
|
---|
א | ב | ג | ד | ה | ו | ש |
---|
| | | | 1 | 2 | 3 | 4 | 5 | 6 | 7 | 8 | 9 | 10 | 11 | 12 | 13 | 14 | 15 | 16 | 17 | 18 | 19 | 20 | 21 | 22 | 23 | 24 | 25 | 26 | 27 | 28 | 29 | 30 | |
| 4/2004
באָרד אַריכתא
דער 'לײטעסט' נײַעס איז אַז ל. פּ. האָט זיך אַרױפֿגעדרײט זײַן באָרד. אַ יונגערמאַן װאָס איז אַ בא בימים, דאָס הײסט אַז למעשה איז ער נאָך גאַנץ יונג אָבער ער האָט שױן קײן עין הרע אַ שטיב מיט קינדער, ועוד ידו נטויה, פּרנסה איז אַזױ אַזױ, אַביסל אין כּולל, אַביסל מיט שװאַכע קינדער, די פֿרױ פֿאַרקױפֿט טיכלעך און פּאַסט אױף אױף אַנדרע קינדער און מיט אַ שמיני שבשמינית (סעקשן אײט בלע"ז) האָט מען אױף שבת צו מאַכן און אַביסל אַװעק צו לײגן צו קענען פֿאָרן צום רבין אױף יום־טוב. דער באָרד איז אָבער אַ גאַנץ אַנדרע מעשה. אַז ס'װערט װײַס איז טאַקע אַ ברכה און אַז מען איז זוכה װערט עס װײַס בײַ די אַכצן, פּונקט באַשערט אַז מען זאָל קענען גײן אונטער דער חופּה מיט אַ הערלעכע שטרײַמל, שנײ װײַסע זאָקן, גלאַנצעדיקע האַלבע שיך, פּיאות װי אַ טעלעפֿאָן דראָט און אַ הדרת פּנים פֿון אַ באָרד װי ר' אלעזר בן עזריה. װאָס טוט מען אָבער אַז ס'װאַקסט און ס'װאַקסט און ס'װאַקסט און ס'װײסט נישט קײן עק. אַ זקן אהרן שיורד על פּי מדותיו. װאָס טוט מען דעמאָלסט? ברענען? דאָס טוט מען נאָר מיט פּיאות. שנײַדן? פֿרעג איך אײַך. די פּרױ פֿאַרקױפֿט טיכלעך און ער שנײַדט זיך דער באָרד? איז דאָ אײן עצה און דאָס איז אַז מען דרײט עס אַרױף . ס'איז נישט קײן עוולה און גאָר חסידישע ייִדן טון עס אױך, כאָטש בני־תורה און צדיקים גמורים טון עס װײניגער װי בעלי־בתים, און אין ארץ ישראל טוט מען עס װײניקער װי אין חוץ־לארץ. פֿונדעסטװעגן איז נישט דאָ קײן פֿלעק אָדער אַ סטיגמאַ באַהאָפֿטן צי דעם, און די װאָס זענען גאָר ערלעך און גאָר אױסגעאַרבעט האָבן דער ברירה זיך אַרױסצולאָזן דער באָרד פֿון פֿרײַיטיק נאָכן מקווה ביז שבת־צו־נאַכטס נאָך מלווה מלכּה. אױסער דעם איז דבר זה כּתוב בתורה ושנויִ בנביאים. אין משנה שטײט בפֿירוש בן בג בג אומר הפֿך בה והפֿך בה, והקשו המפֿרשים װאָס איז דער כּפֿל הלשון איז געבליבן אַז אײנס איז פֿאַר די פּיאות און אײנס פֿאַרן באָרד. צו דעם איז דאָ אַ קל וחומר װאָס איז אײנס פֿון די שלש עשרה מדות שהתורה נדרשת בהן אַז מה דאָך געלט װאָס מען קען נישט קײַען מעג מען דרייען קל וחומר אַ באָרד װאָס מען קײַט און קײַט איז אַװדאי אַז מען מעג דרײען און ממילא איז עס אױסגעהאַלטן לכל הדיעות. דאָס איז אַלץ לאחר מעשה, נאָך מען האָט עס שױן אַרױפֿגעדרײט און מען לעבט אַ לעבן מיט אַ קביעותדיקע גומי אין דער באָרד אַז דער זקן אהרן זאָל נישט װערן אַ יורד לתוך היױך און ערב פּסח זאָל ער נישט דאָרט דאַרפֿן מאַכן בדיקת חמץ. דער מכּה בפּטיש, כּלומר דער מעשה פֿון אַרױף דרײען אַלײן דאָס איז שױן אַ צװײטע פּרשה. הײבן הײבט זיך עס אָן מיט מחשבות װי ס'שטײט אין פּסוק סוף מעשה במחשבה תחלה. די מחשבות טראָפּן װי װאַסער אױף אַ שטײן. דער בחור איז צו לאַנג, גלעטן פֿון דער שפּאַלט אין די װאָנזע ביז צום סוף באָרד איז אַ ריס ומחצה, אַז ס'איז שױן גענוג הערן פֿונעם בני־בית ערב ובֿקר וצהרים אַז דער באָרד 'איז אַ מעס', אַז כאָטש שײנע פּיאות װאָס מען קען אַרױף שטעקן אַ פֿעדער אָן אָנצורירן אַ האָר זענען אַ הידור מצווה איז אַ לאַנגע באָרד בל־תוסיף, אַז ער שפּירט זיך פּריקרע מיט זײַן באָרד און גאָר אומבאַקװעם װען ער קומט צװישן מאָדערנע ייִדן װען ער האַלט אַז מען זיגלט אים אָפּ מכּוח זײַן באָרד װאָס ער האָט נישט אײַנגעפֿלאַנצט, ער האָט עס געמאַכט שפּראָצן און ער האָט נישט דיקטאַטירט אַז מען טאָר עס נישט 'אָנרירן' און פֿאַרװאָס זאָל ער, װאָס האָט אַסאַך מער נחת פֿון זײַנע קינדער װי זײ פֿון זײערע געלט, פֿאַרװאָס זאָל ער װערן באַזיגלט מיט אַ סטעמפּל על חטא לא לו? נמנו וגמרו און ער האָט באַשלאָסן אַז דער באָרד קען מען אַרױפֿדרײען. די אײנציקסטע שאלה איז װען, װען איז דער שעת הכּושר אַרױס צו ברעגן, אָדער אַרײַצולײגן מן הכּוח אל הפּועל? זאָל ער עס טון אױף אַ יום־טוב, לאָמיר זאָגן אָנקומן אין שיל מיט זײַן נײַע 'הער־סטײַל' אױף דער ערשטער נאַכט פּסח? קען ער דאָך אָבער נישט װײַל ס'האָט נישט אַ טעם. אַ נײַע שטרײַמל לכּבוד יום־טוב אָדער אַ נײַע בעקיטשע ממילא, אַזױ איז מען דאָך מכבד דעם יום־טוב, אָבער אַן אַנגעדרײטן באָרד? װאָס איז דען דער גדולה? ער טוט עס דען אױף שענער אױסצוזען, אױף צופּוצן זיך? װײַל ער מאַכט דערפֿון אַן עסק? ער טוט עס װײַל... װײַל.... שװער צו זאָגן אָבער זיכער נישט װײַל ס'שטערט אים דעם צלם אלקים, װײַל ער שעמט זיך אַז ער איז אַ הײמישער ייִד. װעט ער עס מיזן איבערלאָזן אױף אַ פּראָסטע װאָכנטאָג. װען ער פֿרעגט מיך װאָלט איך אים געראָטן אַז ער זאָל אױפֿשטײן פֿרי צו דער זיבן אַזײגער מנין װאָס דעמאָלסט דאַװענען די בעלי־בתים װאָס געבן נישט אַזױ אַכט אױף די ענינים. דאָרט װעלן מן־הסתם זײַן אַפּאָר אירע פֿון זײַנע חברה און זײ װעלן באַמערקן און װײַטער דערצײלן. אַזױ ביז ער קומט אָן דאָס נעקסטער מאָל אין שיל װעט ער שױן מיזן לאָזן דער באָרד אײַנגעדרײט װײַל אַז ער װעט עס װידער אַרױסדרײען װעט מען זאָגן אַז ער שעמט זיך מיט דעם און דאָס איז סתם אַ ליגענט. איך האָב אים למעשה געזען דאָס ערשטער מאָל פֿרײַטיק נאָכמיטאָג. ער האָט מיך אָנגעקוקט און באַלד אַװעקגעקוקט װײַל ער האָט נישט געקענט סובל זײַן אַז אונזערע אױגן זאָלן זיך טרעפֿן. איך האָב געהאַט שטאַרק מיטלײַד מיט אים װײַל איך קען דער געפֿיל. די ערשטע פּאָר מאָל װען איך בין אַהײם געקומן מיט מײַן קורצע רעקל, קאָלירטע העמד און פֿיל פֿאַרביקע קראַװאַט האָב איך געהאַט ענדלעכע געפֿילן. זאָל איך פֿאַרמאַכן מײַן מאַנטל אַז מען זאָל נישט זען דער קאָנטראַבאַנד און דערבײַ זיך אײַנרעדן אַז ס'איז מיר טאַקע קאַלט כּדי נישט צו זײַן אַ שוטה אין מײַנע אײגענע אױגן, אָדער זאָל איך אָפֿן לאָזן מײַן מאַנטל און אָנפֿײַפֿן דער װעלט? און אױב מײַן מאַנטל איז אָפֿן זאָל איך גריסן מענטשן װאָס איך װאָלט אַנדערש נישט געגריסט זײ צו װײַזן אַז איך װער פֿאַר זײ נישט נתפּעל און איך באַהאַלט מיך נישט פֿון זײ אָדער זאָל איך זײ איגנאָרירן מכּוח איך האָב זײ אַלע אין בױדעם? און די װאָס איך גריס יאָ געװענדלעך זאָל איך יעצט גריסן אַגוטן און אױסזען כּאילו איך דאַרף זײערע הסכּמה אָדער זאָל איך בלױז אַראָפּ ברענגן מײַן גאָמבע כּמנהג װען צװײ הײמישע קאַרס גײן זיך פֿאַרבײַ? און װאָס טו איך מיט די צדיקים װאָס אַזױ װי זײ זען מיר אין בגדי עשו װילן זײ מיר דווקא יאָ גריסן און מיר זאָגן אַז זײ זענען נישט אַזױ פֿאַרגעטאָט װי זײ מײנען אַז ס'דאַכט זיך מיר? דאָס איז אױך נאָך נישט אַלעס. מיטאַמאָל באַמערק איך אַז איך האָב אַ מױל. זאָל איך עס פֿאַרמאַכן און אַזױ באַהאַלטן אַ שמײכל װאָס בושה קען אָנברענגן אָדער זאָל איך עס אָפֿן לאָזן און חושש זײַן אַז אפֿשר װעלן זיך מײַנע ליפּן אומװעלענדיק ריקן און ס'װעט נתגלה װערן װאָס טוט זיך בײַ מיר אין מוח? פֿאַרמאַך איך מײַן מױל און איך האַלט עס אױף אײן פּלאַץ און אַזױ װי יענער גײט דורך באַטראַכט ער מיך מיט אַ קרומע אױג און גריסט מיך אָן קוקן אין מײַנע אױגן. ער שעמט זיך אױך פֿון מיר, ער װײסט נישט צי ער זאָל זאָגן 'קטלא, זעסט גוט אױס' אָדער זיך נישט צו טון מאַכן װײַל 'אַ גרױסע גדולה, ער מײנט אַז מיט דעם װעט ער געפֿעלן בײַ די גױים. ס'װעט אים גאָרנישט העלפֿן ער בלײַבט װײַטער אַ ייִד. סײַװי, װײסט װיפֿיל חבירים איך האָב װאָס גײן אַזױ?' און אַזױ װי איך גײ אים דורך און איך מײן אַז דער קריזיס איז שױן פֿאַריבער געט זיך מײַן צינג אַ שטעק אַרױס צו לעקן מײַנע ליפּן און יצא שכרו בהפֿסדו. מײַן שכן האָב איך געזען פֿרײַטיק נאָך זײַן מקווה, איך האָב אים גאָרנישט געזאָגט און אים בלױז געגריסט. ער האָט מיך געגריסט אָן צו קוקן אױף מיר. דער באָרד איז שײן אײַנגעדײט און איך מיז זאָגן ער זעט אױס אַסאַך בעסער. ער האָט פֿאַרשטײט זיך נישט עובר געװען אױף קײן שום איסור און אַז מען קען מבער זײַן חמץ מיט פֿולע שאַפֿערס, מאַכן אַ רשות היחיד מיט אַ שטריקל און פֿון אַ דאַך מאַכן אַ דופֿן עקומה איז מען אַװדאי יוצא מצװת באָרד אריכתא כאָטש ס'איז באַהאַלטן װי אַן אַפֿיקומן. און װי אַן אַפֿיקומן קען מען עס אַרױסציען פֿון איר באַהעלטעניש און אַז ס'איז נײטיק קען מען עס טון פֿאַר חצות. אין מקווה אױך װעט מען נאָך אַלץ זען װער ס'האָט דער לענגסטער און ער װעט װײַטער קענען שטאָלצערהײט שאַמפּוען דעם פֿולן לענג. און פֿאַר דער גאַס װײַזט מען אַזױ אױך נישט דער בריתך שחתמת בבשרינו איז װעט מען דאָרט אױך נישט זען דער בחןטע ייִדישע צורה. יעקב אבינו האָט אױך געזאָגט למה תתראו, װאָס דאַרף מען בײַ אַנדרע אַרױס נעמן די אױגן?
| |
דער זרזיר מיטן עורב
פֿרײַטיק צו נאַכטס האָט אײנער געזאָגט אין שיל אַז קאַפּיטאַלע שטראָפֿן בײַם בי"ד הגדול זענען געװען אַ יקר המציאות און אַז אַ בי"ד האָט געהרגט מער װי אײן מאָל אין זיבעציק יאָר איז עס געװען אַ בי"ד קטילא. דער שפֿתי חכמים אױף זײַן מערקונג איז געװען פֿאַרשטײט זיך אַז אשר נתן לנו תורת אמת און אונזערע לעגאַלע סיסטעם שטײט מיט אַ קאָפּ העכער פֿון אַלעס װאָס דער װעלט האָט צו פֿאַרקױפֿן סײַ בײַ אונז אין מערב און קל־וחומר װי אין די מדינות װוּ מען איז נאָך אַלץ מקיים מות יומת הנואף והנואפֿת. האָב איך מיך אָנגערופֿן און װאָס איז מיט די פֿיר הונדערט מכשיפֿות װאָס שמעון בן שטח האָט געהרגט. ער האָט מיך אָנגעקוקט און געגעבן אַ װױװע 'שױן' כּאילו 'שױן װײַטער, די מיט דײַנע מעשות', און די תורה האָט געזיגט. שבת פּרשת שמיני איז מיר אײַנגעפֿאַלן אַ קשיא אױפֿן גמרא אַז חז"ל האָבן נישט געװיסט װאָס דאָס איז אַ זרזיר האָבן זײ געקוקט מיט װעם עס חברט זיך. זײ האָבן געפֿונען אַז עס דרײט זיך מיטן עורב און זײ האָבן געזאָגט דער באַװוּסטער אַפֿאָריזם 'פֿאַרװאָס איז דער זרזיר געגאַנגן צום עורב? נאָר פֿאַרדעם װײַל זײ זענען פֿון דער זעלבער באַנדע.' איז מיר שװער געװען אַן אײַזענע קשיא, אַ װעלטס קשיא, אַ באָמבע קשיא, און די קשיא גײט אַזױ. אפֿשר איז דער זרזיר גאָר אַ רײנער עוף, אַ צדיק גמור. אײַ, פֿאַרװאָס גײט עס צום עורב? איז פּשוט, עס װיל דעם עורב מחזיר בתשובה זײַן, ס'קאָסט דעם זרזיר בלוט אַז דער עורב איז אַ תינוק שנשבה און װײסט נעבעך נישט פֿון עפּעס אַנדערש. עס האַלט עס נישט אױס אַז דער עורב זאָגט נישט אַידערע אינדערפֿרי זײַן פּרק שירה און װען עס זאָל נאָר האָבן דעם טעם פֿון זינגן זמירות װאָלט עס באַלד געקומן צו לױפֿן װי דער פּסוק זאָגט טעמו וראו כּי טוב ה', דער זרזיר װיל אױפֿװײַזן פֿאַרן עורב אַז פֿון קאָפּערניקוס ביז גאַלילײאױ ליגט אַלעס אין דער תורה. און פֿאַרװאָס דװקא אַ מענטשן פֿרעסער װי אַן עורב און נישט עפּעס אַ קלײן שלימזלדיק טמאנע פֿײגעלע איז אױך פּשוט. אַז דער זרזיר װעט אַרײַנכאַפּן דעם עורב װעט עס קענען װײַזן פֿאַר אַלע פֿײגלעך פֿונעם אָדלער ביזן אַלבאַטראָס 'געב אַ קוק אַפֿילו דער עורב װאָס האָט שױן טועם געװען עולם הזה מיט אַלע מפֿרשים האָט שױן אױך אײַנגעזען דעם אמת און פֿון דעם איז אַ ראיה ברורה אַז אײַער לעבן איז אָפּגעװענדט מכּל וכּל'. װאָס זאָל איך אײַך זאָגן, איך דרײ מיך שױן אַרום באַלד צװײ װאָכן מיטן קשיא און סגעבט מיר נישט קײן מנוחה. איך האָב געטראַכט אַז אפֿשר איז דער זרזיר געפֿאָרן קײן באַנקאָק און דאָרט איז מען נישט מחזיר בתשובה אָבער דאָס קלאַפּט נישט. דאָרט זענען הײַנט־צו־טאָג דאָ אױף יעדער פּתח של זונות אײן מחזיר בתשובה און אײן שומר אַז דער מחזיר בתשובה זאָל נישט װערן אַ מחזיר נשמות. אפֿשר איז דער עורב גאָר אַ באַאַמטער אין דער פּוטין רעגירונג אָבער דאָרט אױך טוט מען אױף אָן אַ שיעור פֿאַר ייִדישקײט. און װער רעדט נאָך בײַ די אָליגאַרכן איז עס לאין שיעור ולאין ערך װײַל כּל הגדול מחבירו יצרו גדול הימנו ממילא בײַ הױכע פֿענסטערס איז דאָ מער מחזיר בתשובה צו זײַן. אַפּנים דער קשיא בלײַבט מיר שװער, פֿאַרשטײט זיך אַז חז"ל זענען חלילה נישט אָפּגעפֿרעגט און אַז זײ זאָגן אַז אַ זרזיר איז טמא איז עס טמא למהדרין. און אַז מיר איז שװער איז עס װי חסידישע ספֿרים געבן צו פֿאַרשטײן אַז קשיות קומעןן פֿון קליפּות און עבירות און פֿאַרדעם פֿרעגן נישט חסידים צו פֿיל קשיות װײַל זײ האָבן נישט ליב מודה צו זײַן אַז זײ זינדיגן אױך. אַז מיר װעלן אָבער תשובה טון װעט אונז גאָט אװדאי אױפֿלײַכטן די אױגן, אמן.
| |
מפֿטירין אחר הפּסח
איר װעט מיר מיזן מוחל זײַן אַז סײַ נאָך פּורים און סײַ נאָך פּסח ברענג איך צו שלעפּן תורות אױפֿן יום־טוב נאָכן יום־טוב װי שמן־זית נאָך חנוכּה און אַלטע כאַלאַטלעך נאָך קריעה רײַסן. ס'איז אַ מחלוקת צװישן די װאָס האַלטן עבר זמנו בטל קרבנו און אַנדרע װאָס האַלטן טעות לעולם חוזר און אני הקטן פּסקן אַז הלכה כּבתראי. פּסח האָב איך באַמערקט אַז ס'זענען דאָ צופֿיל מעשות פֿון עם־הארצים אױף פּסח. למשל מײַן שכןס ייִנגל האָט דערצײלט אין שיל אַז זײַן רבי האָט דערצײלט אַז אַן עם־הארץ האָט געזאָגט אַנשסטאָט משעה שיש מצה ומרור מונחים לפֿניך, בשעה שיש מצה ומרור מחותנים לפֿניך. מײַן ייִנגל האָט אַהײם געברענגט אַ מעשה אַז אַן עם־הארץ האָט געזאָגט בײַ די פֿיר זינען אחאָאָאָאָאָאָד חכם, אחאָאָאָאָאָאָאָד רשע און אַזױ אױף אַלע פֿיר אחדס װי דער אחד פֿון שמע ישראל. אַן אַנדרע מעשה איז דאָ פֿון אַ רבי װאָס איז געגאַנגן אין שטאָט הערן װי אַנדרע ייִד פֿירן זײערע סדר און ער האָט אונטערגעהערט װי אַן עם־הארץ זאָגט ברוך אתה ה' גאל ישראל און ער שטעלט זיך שמונה־עשרה. (אײגנעטלעך, האָט ער דאָס געמיזט זען נישט הערן. אפֿשר האָט עס פּאַסירט בײַ דער װױעריסטישע צדיק זי"ע). מיר איז שװער געװאָרן דער אָבסעסיע מיט עם־הארצים אױפֿן חג המצות. מה נשתנה היום־טוב הזה מכּל הימים טובים. די װערטלעך דערצײלט מען נישט אױף סוכּות און אױף די ד' מינים, נישט אױף די אַנדרע הײליקע טעג און נישט אױף די קלײנע ימים טוביםלעך. דאַרף מען דאָך פֿאַרשטײן װײַל הלא דבר הוא. איז מיר אײַנגעפֿאַלן אײער נעכטן אין דער טוש אַזאַ הסבר. דער יום־טוב פֿון פּסח איז אױסגעצײכנט, יוניק, מיט דעם אַז די ריטואַלן, די מנהגים, די מצװת זענען אַלע אױף אַ בעסיק לעװעל. ס'איז, צו ניצן אַן ענגלישע אױסשפּרעך, אַ גראָזװאָרצל יום טוב. פֿאַר יום־טוב לױפֿט מען טאַקע צו אַ רב הערן זײַן שבת־הגדולדיקע פּערל װערטער, פֿאַרקױפֿן דער חמץ, כּשרן דער כּלים, קױפֿן מצות, טישטעכער, זילבער פּאַפּיר און עסצײג מיט זײערע הכשרים און מיט טאָנען פֿון שאלות. קומט אָבער בײַם סדר נאַכט און יעדער ייִד איז אַ מלך, אַ גדול בישראל אַ ראש בית אב. דאָס איז נאָך נישט אַלעס. די רעבעס, די הײליקע ייִדן, די גדולי בישראל אשר מפּינו הם חיים מיזן פּסח נאַכט זײַן פּראָסטע ייִדן.
| |
בײַם פֿעטער אליעזר דוד אױפֿן סדר
װאָס זאָל איך אײַך זאָגן אױף מײַנע סדרים? לעילא לעילא איז חוזק געמאַכט. דער ערשטער נאַכט זענען מיר געװען אין דער הײם און די קינדער האָבן געפֿרעגט די קשיות אַז ס'איז געװען אַ ברכה צו מאַכן, מײַן אַרבל איז נישט אײן מאָל אַרײַן אין דער װײַן, פֿאַרװאָס די קיטל מאַכערס מאַכן אַזעלכע ברײטע אַרבל װאָלט געדאַרפֿט זײַן אַ באַזונדערע קשיא, די פֿלעקן אין דער הגדה פֿון פֿאַריאָר האָבן זיך ברוך השם אַלע אױסגעטריקענט, די דברי תורה פֿון מײַן זין זענען געװען הפֿלא ופֿלא, ער האָט געקענט זאָגן תורות פֿון אַ הגדה אױף ייִדיש װאָס ער האָט באַקומן פֿון זײַן רבי פֿאַר משלוח־מנות, די כּזיתים, די זאַלץ־װאַסער, דער חרײן, דער אפֿיקומן, איך זאָג אײַך װוּ מען דרײט זיך איז עס געװען ממש כּימי צאתינו ממצרים. אַזױ האָט עס מיר אױסגעזען. איך בין אָבער אָנגעקומן די צװײטע נאַכט צו מײַן טאַטע אין דער הײם און איך האָב געזען אַז איך װאָלט געדאַרפֿט אױסלאָזן נרצה מיט אַ נאַכט פֿריער. די חסידישע ספֿרים זאָגן אַז מען פֿאָרט צו אַ רבי כּדי געװױער צו װערן אַז דאָס װאָס מען מײנט אין דער הײם װערט פֿאַררעכענט פֿאַר עבודת השם זעט מען בײַם רבין אַז ס'איז פּיגול לא ירצה. אָט אַזױ האָט אױסגעזען מײַן סדר כּלפּי דעם פֿעטער אליעזר דודס בײַם טאַטן אין דער הײם. דער פֿעטער אליעזר דוד איז געקומן צו פֿאָרן פֿון אַנטװערפּן מיט דער מימע בײלא וכל יוצאי חלציהם קײן עין הרע אױף קײן שום ייִד און איך האָב געהאַט דער זכייה צון זען װאָס דאָס הײסט אַ סדר. מײַן סדר איז געװען װי אַ בדיקת חמץ לעכטל קעגן דער אור שבעת הימים און דאָס איז אױך נאָר כּדי לשבר את האוזן. אײַ האָט דער פֿעטער אליעזר דוד געפֿיערט אַ סדר מיטן טאַטן צוזאַמן, דער טאַטע איז אָבער שיער נישט צוגאַנגן אין דער היץ. די קינדער האָבן נאָך אפֿילו נישט געזאָגט קדש און ער האָט זיך באַװיזן אין אַ קיטל מיט אַ זײַדענע װײַסע גאַרטל אַן אמה על אמה ברום אמה. אליהו הנביא זאָל עס נאָר זען װאָלט ער עס אים בײַ אים צוגענימן. נישט אױף אָנצוטון נאָר אױף אַרױף צו שװעבן אין הימל דערױף. דער פֿעטער אליעזר דוד האָט געמאַכט אַ קידוש און ס'איז געװען אַ קידוש במקום סעודה. און אַז דער פֿעטער אליעזר דוד האָט זיך געװאַשן ורחץ האָט מען ניטאַמאָל געדאַרפֿט אַ ברכה. איך קען אײַך גאָרנישט שילדערן װי דער פֿעטער אליעזר דודס כּרפּס האָט אױסגעזען. די כּװנה פֿון פּטרן דער מרור איז מער װערד געװען װי פֿופֿצן כּזיתים מרור וחזרת ביחד. אַז מען האָט געבראָכן דער מצה אױף יחץ האָט דער פֿעטער אליעזר דוד נישט געלאָזט כאַפּן אַן אפֿיקומן װי פּראָסטע ייִדן כּמוני. חלילה וחס! ס'איז עפּעס פּורים? ס'איז ליל התקדש חג און ס'װערן אַנטפּלעקט אורות איז װעט מען זיך אָנהײבן צו ראַנגלן מיט די קינדער צו זען װער איז אַ גרעסערע גבור, בתמיה? הס מלהזכּיר! דער פֿעטער אליעזר דוד אַז ער האָט נאָר װאָס צובראָכן דער מצה האָט ער אױפֿגעפּאַסט אױפֿן גרעסערן האַלב כּבבת עינו. נישט װײַל ער האָט געקאַרגט אױף אַ מתנה. אין עניות במקום עשירות און פּסח אױף דער נאַכט איז דער פֿעטער אליעזר דוד אַ מלך מלכי המלכים. װעט זיך אײנער טראַכטן אַז אַ גרױסע גדולה זײַן אַ מלך פּסח אױף דער נאַכט. װעלכע ייִד איז דען נישט װי אַ מלך װען ער טרינקט אױס די כּוסות אױסגעצױגן װי אַ שײַך אױפֿן פֿאַטעל? װעל איך אײַך זאָגן דער חילוק. דער פֿעטער אליעזר דוד איז נישט װי אַ מלך נאָר אַ מלך ממש. אַז אין מלך בלא עם זענען אַלע אַרומיקע זײַנע סוביעקטן, אַלע װאָס זיצן בײַ זײַן סדר זענען װי קנעכט, װי די אָרימעלײַדט אין דער דובנער מגידס משלים. און דער פֿעטער אליעזר דוד איז דער נמשל, און אױך דער מושל. איך זאָג אײַך ס'איז ממש געװען װי דער רבי זי"עס הושענות. דער פֿעדער קען עס גאָרנישט שילדערן, דער שפּראַך איז צו אָרעם עס אױסצודריקן און דער סופּער־שאָסײַ צו ענג צו פֿאַרנעמן אײן קנײטש אױף דער פֿעטער אליעזר דודס שטערן װען מײַן טאָכטער האָט געזינגן 'דײַ דײַ דינו.' גױישע ניגונים בײַם הײליקן סדר טיש! און ער איז נעבעך אין דער פֿרעמד, שכינתא בגלותא און ער קען אפֿילו נישט זאָגן אַ 'נו'. אױף זײַן עניוות אַז ער האָט נישט מוחה געװען װעט מען נאָך שרײַבן גאַנצע קאַפּיטלעך אין שבחי אליעזר דוד. ס'איז געקומן צו די כּזיתים און װוּ איז דער אױג װאָס קען בלײַבן טריקן צוצוקוקן דאָס צאַרטקײט און אײדלקײט מיט װאָס ער האָט אױפֿגעפּאַסט אַז די מימע בײלא זאָל אױפֿעסן די כּזיתים, װוּ איז דער האַלץ װאָס װערט נישט דערשטיקט צו זען װי דער פֿעטער אליעזר דוד האָט גענומן צוריבענע חרײן פֿאַרן כּזית, עס צאַמגעדריקט ביז ס'איז געװען אַזױ גרױס װיס אַ קנײדל און געמאַכט על אכילת מרור. ער האָט זיך צוהיסט איבער דעם, צוּװײנט איבער דעם, טײַכן טרערן זענען אים גערונען פֿון דער נאָז, די פֿאַרבן אױף זײַן פּנים האָבן זיך געביטן פֿון רױט װי צװיקל ביז װײַס װי חרײן װען ער האָט עס צוקײַט דער כּזית ברמ"ח איבריו ושס"ה גידיו. עילם שת כּסאו להציל ידידיו, גאָט האָט געשטעלט זײַן היסב בעט לעבן דעם פֿעטער אליעזר דודן אַז ער זאָל נאָך קענען מקיים זײַן כּורך זכר למקדש כּהלל. ס'איז געקומן צו דער אפֿיקומן און דער פֿעטער אליעזר דוד האָט געבעטן דער מצה האָט אײנער פֿון די שקצים עס נישט געװאָלט פּראָדוצירן. אַ צװײטער ייִד װאָלט זיך גענומן אַ שטיקל מצה פֿון אַן אַנדרע שאַכטל און אַלעדיקט אַ געשעפֿט. איז אַ צװײטער ייִד טאַקע פֿאַרדעם נישט דער פֿעטער זאָל זײַן געזונט. מען האָט געקענט בײַ אים בעטן עד חצי המלכות און װער רעדט נאָך בני חיי ומזוני און ער װאָלט עס גערן געגעבן אַבי זיכער צו מאַכן אַז דער כּזית פֿונעם אפֿיקומן איז דער זעלבער װאָס האָט געטאַנצן בײַם הקפֿה פֿון יחץ. װי ער האָט אױסגעפֿרעגט די קינדער אַז עס איז נישט געװען אינטער אַ בעט אָדער אין דער בית הכּבוד אָדער חלילה אין אַ מקום שמכניסים בו חמץ. װען איך בין געװען אַ ייִנגל פֿלעגן מיר האָבן אַ הגדה װוּ בײַ נשמת זענען געװען אױסגעמאָלט אַלע חיות פֿונעם װאַלד אַרום דער בלאַט און פֿון אינטן איז געװען דוד המלך מיט זײַן האַרפֿע. די לײב מיט דער בער און אַלע אַנדרע חיות האָבן אַלע געגאַפֿט פֿון דער מתיקות פֿון דודן און זײַן תהיליםל. אָט אַזױ האָב מיר זיך געשפּירט זיצענדיק בײַם פֿעטער. מײַן שװעסטער איז אַװעקגעגאַנגן מיט אירע קינדער נאָכן פֿערטן כּוס װײַל ס'איז בײַ איר געװען אַזױ װי די בני־ישראל נאָך הערן אנכי און לא יהיה לך. נרצה האָבן מיר געזאָגט אױף יוצא צו זײַן װײַל די גמרא װאָלט אױף אַזאַ נרצה געפֿרעגט פּשיטא. חסל סידור פּסח האָט זיך געזאָגט איכהדיק. איך האָב מורא געהאַט צו זאָגן לשנה הבאה בירושלים װײַל װער װײסט צי דאָרט װעלן מיר זיך אַזױנס פֿאַרדינען. איך בין טאַקע געבליבן ביז חד גדיא אָבער נישט אױף שיר השירים װײַל ס'איז דאָ אַ שיעור װאָס דער מענטשלעכע אױער קען אױסהאַלטן. אַז איך בין אַרױסגעגאַנגן אױף דער גאַס איז עס געװען מאור גדול לאפֿילה. אָט אַזױ איז געװען דער לעכטיגקײט פֿון דער פֿעטער אליעזר דודס אַ סדר.
| |
זמן חירותינו
װאָס איז דאָס חירות, פֿרײַהײַט? בפּשטות מער נישט זײַן פֿאַרשקלאַפֿט װי מען איז געװען אונטער פּרעה. דאָס איז אָבער נישט גענוג געװען װײַל די ייִדן װאָלטן געקענט װערן אימאַנציפּירט אונטער די עגיפּטן. אַז ס'האָט געדאַרפֿט זײַן יציאת מצרים הײסט עס אַז פֿרײַהײַט איז נישט בלױז נישט זײַן אונטער יענעם נאָר ס'איז אַ פּאָזיטיװע זאַך. זײַן אונטער דער אײגענער רשות. און דער פֿרײַהײַט פֿון מצרים הײסט עס איז אַז די ייִדן זענען געװאָרן זײערע אײגענע בעלי־בתים. נאָר ס'איז מערקװעדיק אַז דער גרעסטע פֿײַערונג אין דער ייִדישע טראַדיטציע, חג הפּסח, האָט אַ געװיסע ענדלעכקײט מיט דער גרעסטע ייִדישע טראַגעדיע פֿון די מאָדערנע צײַטן אָדער אפֿילו פֿון אַלע צײַטן. נאָך יציאת מצרים איז מצרים געװאָרן 'יודנרײן' אַ װאָרט װאָס איז פֿאַרבינדן מיט דער גרעסטער אומגליק פֿונעם ייִדישן פֿאָלק. המבלי אין קברים במצרים איז אין דער מדבר געװען אַ רעטאָרישע שאלה און די שמחה פֿון פּסח איז אַז ס'איז דאָרט נישט איבערגעבליבן אַ ייִד. נאָך יציאת אשכּנז איז לקחתנו למות געװען אַ ביטערע פֿאַקט און הא דייקא איז דער אומגליק אַז מען האָט אױסגעלײדיקט גאַנצע מדינות פֿון אירע ייִדן. דער פּאַראַדאָקס איז אַן אינטערסאַנטע װײַל דער פֿראַגע װאָס דאָס איז פֿרײַהײַט און בפֿרט ייִדישע פֿרײַהײַט איז אַ שאלה עד היום הזה. איז עס אַז מען לאָזט ייִדן װױנען אין אַ מדבר אַבי זײ זאָלן קענען מקבל זײַן דער תורה אָדער ליגט דער חירות אין קענען זײַן גלײַך מיט אַיעדן און װױנען בידידות מיט שכנים אַז ס'זאָל זײַן ושאלה אשה משכנתה? איז גלות מצרים טאַקע געװען פֿיר הונדערט יאָר װײַל מען האָט געװױנט אין דער פֿרעמד אָדער איז עס געװען בלױז צװײ הונדערט און צען יאָר װײַל מען רעכענט נאָר די יאָרן װען מען האָט זײ צוגענומן די בירגער רעכטן? די שאלה און די סתירה חזרט זיך הײַנט איבער װען ייִדן שאַפֿן זיך זײערע אײגענע געטאָס אין בני ברק צי אין װיליאַמסבורג און װען אַנדרע װילן זיך אַרײַנציען טוט מען זײ אַנגרײפֿן. איז דאָס אַ חלק פֿון גאולה אַז מיר קענען רופֿן אַ טערעטאָריע אַן אײגענער און דערפֿון אױסשליסן אַנדרע אָדער איז עס אַ גלות װי מיר זענען אונדזער אײגענע פֿאַנגערס און אַן אמתע גאולה איז װען מיר האָבן דאָס זיכערקײט אױפֿצושטעלן אונדזער קראָם אױפֿן אינטערקולטורע רשות הרבים? די שאלה אױף אַ גרעסערע פֿאַרנעם איז אױך אױפֿן געשטעל פֿון מדינת ישראל. און װען מיר זענען אין גלות בײַ אַנדרע קען אונדז גאָט אַרױסנעמן גױ מקרב גױ, אָבער װען דער גלות איז אַן אײגענער װאָס טוט ער דעמאָלסט? נעמט עס טאַקע אַ דרױסענדיקער שונא זיך צו פֿאַרדינען אַ גאולה? װאָס איך װײס יאָ איז אַז פֿרײַהײט מײנט נישט אָן פֿליכטן און אָן אחריות. פֿאַרקערט ס'מײנט פֿליכטן װאָס מען װעלט זיך אַלײן אױס און װאָס מען גלײבט אין זײ אַלײן. דער אין לך בן־חורין אלא מי שעוסק בתורה זאָגט אױך אנא עבדא דקודשא בריך הוא. אלא מאי ער איז פֿרײַ װײַל ער אונטערטעניקט זיך פֿון זײַן פֿרײַ װילן און גלױבן, מה שאין כּן דער עבד עברי װאָס כאָטש ער זאָגט אהבתי את אשתי את אדוני ואת בני לא אצא חפֿשי איז ער אַלץ אַ קנעכט װײַל ער דינט זײַן פֿרױ פֿון זײַן װילן אָבער צו זײַן האַר איז ער געצװינגן. דער חירות פֿון יציאת מצרים איז געװען אַז מער האָט מען נישט געדאַרפֿט דינען פּרעה און מען איז געװען פֿרײַ מקבל צו זײַן דער תורה. אַז מען האָט געדאַרפֿט גײן אין דער מדבר איז טאַקע געװען אַ גלות. זאָלן מיר אַלע האָבן אַ כּשרן פּסח און יעדער זאָל געראַטעװעט װערן פֿון זײַן אײגענער גלות.
| |
מה אספּרה, מה אספּרה
װער קען רעדן װער קען זאָגן װאָס שבת הגדול באַדײַט? בײַ מיר האָט עס באַדײַט אַז פֿרײַטיק־צו־נאַכטס האָט איך אַראָפּגעביסן אײנס פֿון די צײן פֿונעם פּלאַסטיק גאָפּל, שבת אינדערפֿרי האָב איך שיער נישט אײַנגעשלינגן מײַן לעפֿל און װען איך האָב געשניטן דער חלה האָב איך דורכגעשניטן דער טעלער וגם לרבות דער טישטעך. איך האָב געזאָגט מײַן פֿרױ אַז איך גײ דאָס שרײַבן האָט זי געזאָגט אַז איך בין מגזים. האָב איך איר געזאָגט און ואילו לא הוציא הקב"ה את אבותינו ממצרים הרי אנו ובנינו ובני בנינו משועבדים הייִנו לפרעה במצרים איז נישט אַ גוזמא. און איז דען נישט דער מחלוקת אין דער הגדה גענױ װיפֿיל מכּות די מצרים האָבן געכאַפּט נישט אַ מחלוקת פֿון װער קען מער מגזים זײַן? נאָר װאָס דען גזמאות אין טאַטענס טאַטענס אַרײַן איז אױך אַ מנהג ישראל. אין אַ האָטעל זענען מיר נישט געגאַנגן װײַל מיר קענען זיך נישט ערלױבן אַזעלכע לוקסוסן און אױך װײַל איך האָב נישט ליב װען אַנדרע מענטשעןס טײַערע נשמהלעך טאַנצן מיר אױפֿן קאָפּ. ס'איז גענוג די מאַמע װאַרפֿט זײ אַרױס פֿון דער הײם און זײ קומן אין שיל אַרײַן, דאַרף איך זײ בײַם טיש אױך? ס'הײסט טאַקע שבת הגדול אָבער דער טעם דערפֿון איז דער זעלבע פֿאַרװאָס די צװײ פּסוקים פֿון קידוש שבת אינדערפֿרי הײסט קידושא רבא. אַזאַ סאָרט לשון סגי נהור אַז דער שבת װאָס מען דאַרף אױסשװענקן די כּלים אין דער באַד צימער װײַל די אָפּגאָסן אין דער קאָך טאָר מען נישט ניצן אַ מעת־לעת פֿאַר מען כּשרט זײ איז אַ ספּעציעלע גרױסע שבת. נישט מײַנע קינדער און נישט איך האָבן געקענט פֿאַרשטײן פֿאַרװאָס די בני־ישראל האָבן געדאַרפֿט צובינדן דער שאָף פֿונעם קרבן־פּסח דװקא צו אַ בעט אָבער מעשה שהיה כּך היה און דערפֿאַר עד כּאן אומרים בשבת הגדול. װי מען זאָגט אױף ייִדיש גרױס אין דער ערד. דאָס איז צו פֿאַרשטײן אַז עד כּאן אומרים און דער רעשט דאַרף מען טון, װי איך װאָס איך בין אױף געװען ביז די פֿריע שעות צו כּשרן מײַן קאָך. ס'האָט אײנער אַמאָל געטײַטשט ורב כּמה שאמר רבבה, דער רב טוט װאָס די רביצין הײסט. מײַן רביצין איז געװען מײַן דײן װען איך האָב געכּשרט מײַן קאָך. איך בין קײנמאָל נישט זיכער צי איך האָב שױן דאָ געגאָסן און צי דער װאַסער איז אױך אַהין אָנגעקומן און צי אַלע װאַסער האָט טאַקע געזיט איבער דעם שטײן. ס'איז אָנגעפֿער װי װען מען פּוצט זיך די שיך און ביז מען ענדיקט דעם צװײטן זײַט שיך האָט זיך שױן דער ערשטער זײַט אױסגעטריקנט און מען איז נישט זיך צו מען האָט דאָרט אױך געפּוצט. מײַן דיין שטײט איבער מיר און זי פֿאַרזיכערט מיר אַז ס'איז אַלעס כּדת וכּדין און דער קאָך איז כּשר למהדרין מן המהדרין. דאָס איז אױך אַ חלק פֿון עד כּאן אומרים װײַל מחיית עמלק איז זײער אַ גרױסע מצווה און מען איז עס מקיים מיט אַ שבת זכור אײן מאָל אַ יאָר און אַז מען װיל זיך אָנשטרענגן זאָגט מען 'זײכער' און 'זעכר'. זכור את אשר עשה לך פּרעה איז ניטאַמאָל אַ מצווה און װיפֿיל געלט און מי קאָסט עס אָפּ און אַלעס אַז ענדלעך װען מען קומט אָן צום סדר זאָל מען אונדז זאָגן שפּרעה לא גזר אלא על הזכרים ולבן בקש לעקור את הכּל. אַז דער בעל הגדה האָט געהאַט אַ 'סענס אָװ יומאָר' קען קײנער נישט לײקענען. די גאַסן זענען פֿיל מיט ישיבה בחורים אין די װײַסע העמדער, ציצית שפּראָצן זײ פֿון די הױזן אַרױס, פֿאָרן אַרום אין געדינגענע קאַרן מיט דיסקאָנטן פֿון אַװיס װאָס זײ באַקומן װײַל כּל ישראל ערבים און לױט ר' חיים איז ערבות אַ שותפֿות און אַז ערבות איז אַ שותפֿות איז נישט דאָ בײַ דעם גזל עכּו"ם און טעות עכּו"ם קען מען פּסקנען לקולא װײַל לױט דער אברהם פֿריד װאָס שרײַט אַרױס פֿון דער קאַר פֿענסטער איז יחיד ורבים הלכה כּרבים. די מײדלעך דרײען זיך אױך אַרום מיט די קלײדער װאָס קומן זײ אָן ביז די שיך, װאָס רעד איך שיך, ביז די װײַסע סניקערס. און חוץ אַז איר האָט אַ פֿעטיש פֿאַר דיקע װײַסע שטרימפּ װאָס זענען געזאַמעלט בײַ די קנעכל קען איך אײַך פֿאַרזיכערן אַז איר װעט נישט בעסער פֿאַרשטײן שיר השירים נאָך זײ באַטראַכטן. אין שיל איז געװען אַזאַ יונגערמאַן װאָס איז אַהײם געקומן צום שװער אױף פּסח. ער איז אָבער אַהײם געקומן מיט אַ פּאָר װאָכן פֿאַר ראש־חודש װײַל מזל־טוב ס'איז אים געבױרן געװאָרן אַ בן־זכר און ער דאַרף גײן אין כּולל און ממילא קען ער זיך נישט אַן עצה געבן אָן זײַן שװיגער. װײַטער כּולל װעט ער נישט פֿאַרפֿעלן װײַל דער סימן שלחן ערוך װאָס ער לערנט אין הר־נוף איז נישט אַנדערש פֿון דער סימן אין לײקװאָד ממילא חוץ פֿון דער אװיר ארץ ישראל איז נישט קײן חילוק צי ער איז דאָ צי דאָרט. ער איז אַ ליטװישער גײַ, פֿון די ישיבישע טיפּן, זײַן באָרד איז גאָר קורץ אָבער װען ער מאַכט זיך זײַן קאַװע אינדערפֿרי נאָך ער ענדיקט זײַן פֿאַרטאָגס כּולל װאָס הײבט זיך אָן זיבן אַזײגער װען בלױז צוריק געבליבענע אַרבעטורער דאַװענען און ענדיקט זיך אַ פֿערטל פֿאַר אַכט װען איך קיש דער מזוזה דעמאָלסט מאַכט ער זיך זײַן קאַװע און ער זינגט זיך אונטער אױפֿן העכסטן קול 'געלט' און 'מי שאמר' פֿון ליפּא שמעלצער און ער איז סופּער קול לשיטתו. ער האָט אָבער אין זיך עפּעס אַ חסידישע שורש נשמה װײַל ער פֿילט אָן זײַן קאַװע יום השישידיק און װען ער טראָגט עס אַרױס אינדערױסן עס צו טרינקן מיט זײַן ציגאַרעטעל גיסט ער אױס אינטערװעגענס אַזױ פֿיל װי מען שפּריצט בײַ דם, צפֿרדע. בלױז אײן קלײנער חילוק אַז אונטער זײַן טעפּל ליגט נישט אַ טאַץ. עולם ס'איז ערב פּסח און ס'איז דאָ אַרבעט איבערן קאָפּ איז זײַט מיר מוחל, און אַז איך װעל האָבן אַ פּאָר מינוט װעל איך אם ירצה השם שרײַבן אַ פֿאַרשפּעטיקטע שבת־הגדול דרשה. אױף דערװײַל איז מיר אײַנגעפֿאַלן בײַם הפֿטרה פֿון שבת הגדול אַ רמז פֿאַרװאָס רבנים, משגיחים, בעלי דרשנים, ראשי ישיבות און ראשי סעמינאַרן קענען נישט רעדן אָן צו שרײַען. װײַל מען האָט געזאָגט אין דער הפֿטרה וגערתי לכם באכל ולא ישחית לכם את פּרי האדמה, איז אַ רמז אַז אױב מען װיל נישט די פּירות זאָלן פֿאַרדאָרבן װערן מיז מען שרײַען ודו"ק.
| |
והגדת לבנך
יענער װאָך איז מײַן ייִנגל אַהײם געקומן פֿון חדר און דערצײלט אַז ער לערנט אין חדר תורות אױף דער הגדה און אם ירצה השם בײַ דער סדר װעט ער זײ איבערזאָגן. ס'איז מיר שװאַרץ געװאָרן פֿאַר די אױגן. נישט װײַל איך װיל נישט הערן תורות בײַם סדר; איך בין געגרײט אױף צו זײַן ביז זמן קריאת שמע של שחרית און דורכרעדן דעם נס פֿון יציאת מצרים. אָבער װאָס װעל איך פֿון אים הערן? שײנע תורהלעך און פּשעטעלעך, קשיות װאָס זענען נישט געשטױגן פֿאַרענטפֿערט מיט תירוצים װאָס זענען נישט געפֿלױגן, און װער רעדט נאָך פֿון פּשטים װאָס זענען נישט אױסגעהאַלטן נישט על פּי פּשט און נישט על פּי מענטשלעכקײט. ס'קומט למעשה קען איך אים נישט זאָגן איך װיל נישט הערן װײַל אַז ער האָט געלערנט מיז איך אים אױסהערן. איך קען אים אױך נישט צופֿיל אױספֿרעגן אױף װאָס ער זאָגט װײַל ער װערט אַנטױשט אַז דאָס װאָס האָט זיך געהערט אַזױ געשמאַק בײַם רבין אין כּתה און װאָס ער קוקט אַזױ שטאַרק אױס מיר איבערצוזאָגן איז נישט מער װי אַן אָנגעבלאָזענע אײ. הער איך אים אױס, איך האָב הנאה אַז ער קען עס איבערזאָגן מיט אַ טעם אָבער איך בײַס מיך די ליפּן אױף די שטותים װאָס מען געבט זײ צו פֿאַרקױפֿן. דאָס איז דער פּרײַז פֿון שיקן די קינדער צו חדרים װאָס די עלטערן האַלטן פֿון זײ אַזױ װײניק. אַ קול רױמט מיר אַרײַן אין אױר׃ אַבי נישט ערגער. אין אַנדרע שולן קומן קינדער מיט ביקסן און מעסערס. אַ אַנדרע קול ענטפֿערט צוריק׃ טיפּש אײנער און װאָס איז מיט די אַלע שולן װוּ מען טראָגט נישט מעסערס און מען לערנט יאָ עפּעס אױס? אָנהײב װאָך איז ער אַהײם געקומן און געזאָגט אַז מען טאָר נישט אַרבעטן חול־המועד. ער האָט אַזױ געלערנט אין הלכה. איך האָב אים געקענט אַרױס ציען אַ שלחן־ערוך און אים װײַזן אַז אױף אַ דבר־האבוד מעג מען יאָ אַרבעטן. איך האָב אים אָבער געװאָלט אױסלערנען אַז זאָל זײַן אַז עס שטײט יאָ אין הלכה איז עס אױך נישט עק װעלט. נישט אַלעס װאָס מענטשן טון איז אױסגעהאַלטן על־פּי הלכה און מנהג שפּילט אױך אַ ראָלע. איך װײס נישט צי עס האָט געפּועלט און ער האָט עס נישט אַזױ לײַכט אָנגענומן. האָפֿענטלעך װען ער װעט עלטער װערן װעט ער פֿאַרשטײן װאָס מיר האָבן גערעדט. פֿרעגט זיך די שאלה׃ פֿאַרװאָס זאָגן די מלמדים די אַלע זאַכן פֿאַר די קינדער? זײ װײסן אָנגעפֿער די סאָרט שטיבער פֿון װוּ די קינדער קומן איז פֿאַרװאָס זענען זײ נישט סענסיטיװ צו דער ספּעציפֿישע גײסט פֿון זײערע תינוקות של בית רבן? דער תירוץ איז אַז ראשית כּל טראַכטן זײ נישט. אַזױ האָבן זײערע מלמדים מיט זײ געלערנט און אַזױ לערנען זײ מיט זײערע תלמידים. דאָס הײסט נישט אַז זײ האָבן אױסגעפֿאָרשט אַנדרע מיטלן פֿון פּאַדאַגאָגיע און עס אױסגעשלאָסן צוליב חדש אסור מן התורה וכּדומה. נײן, זײ האָבן ניטאַמאָל משים לב געװען צום ענין. כּך קבלתי מרבותי און דער מעטאָד איז נאַטירליך און שױן. סע ליגט עפּעס טיפֿער דערין אױך און דאָס איז אַז די מושלי בכּפּה האָבן אַן אינטערעסע אַרײַן צושטעקן אַ פּירוד צװישן די דורות. 'דיװײַד ענד רול' הײסט עס אױף ענגליש. מיט דעם אַז זײ קענען אָפּפּסלן דעם לעבעןס שטײגער פֿון די עלטערן װערט אַ הױלקײט און אין דעם קענען זײ אַרײַנטרעטן. מיט 'זײ' מײן איך נישט יחידים אָדער אַ חסידות נאָר דער סיסטעם בכללות. װיבאַלד אַז זײ קומן מיט כּוח התורה האָבן זײ דער אױבישטער האַנט װײַל די קינדער הערן פֿון די טאַטעס אױך אַז תורה איז דער בעסטער סחורה. ממילא אַז זײ לערנען אַ שטיקל קיצור שלחן ערוך װוּ ייִדישקײט איז אַראָפּגעלײגט נישט שװאַרץ אױף װײַס נאָר בלױז שװאַרץ איז בײַ די קינדער קאָנפֿירמירט אַז אין דער הײם קלאַפּט נישט אַלעס. און אַז אין דער הײם קלאַפּט עס נישט װערן זײ נתפּעל װען זײ הערן פֿון משוגענע חומרות. לאָמיר געבן אַ דוגמא. אַ טאַטע נעמט זײַנע קינדער צום פּלאַזשע אָדער אין אַ קינאָ. אין חדר האָט דאָס קינד געהערט אַז בײדע זענען אבי אבות הטומאה. דער טאַטע װײסט אױך װאָס מען לערנט אױס די קינדער אין חדר אָבער ער װיל זײ יאָ נעמן. אָדער װײַל ער האַלט אַז מען מעג אָדער װײַל ער האַלט נישט אַסאַך און פּשוט ער װיל זײ נעמן. ער קען נישט פֿאַרענטפֿערן אַלע פּסוקים און מאמרי חז"ל װאָס דער מלמד קען אױף אים אַרױפֿװאַרפֿן אָבער והוא רחום יכפּר עון און אַזױ װיל ער. פֿאַר די קינדער זאָגט ער אַז זײ זאָלן נישט דערצײלן אין חדר אָדער ער זאָגט זײ גאָרנישט. ער זאָגט זײ גאָרנישט װײַל ער טוט עס נישט מחמת אידיאַלאָגיע, װײַל ער האָט נישט אַן אַלטערנאַטיװע פֿיליזאָפֿיע, ממילא האָט ער זײ נישט װאָס צו זאָגן. דאָס קינד הערט בפֿירוש אין חדר אַז מען טאָר אַזױ נישט טון און אין דער הײם זעט ער װי מען טוט קאַפּױער. דאָס חזרט זיך איבער אױף אַנדרע אופֿנים אױך. אין חדר האָט מען געזאָגט אַ חומרא װאָס אין דער הײם טוט מען נישט. דאָס קינד קומט אַהײם און ער איז מחמיר. דער טאַטע זאָגט אים גאָרנישט װײַל 'װאָס קען דען שאַטן אַ חומרא?' לאָזט אײַך נישט נערן׃ דעם טאַטען שטערט עס אָבער װאָס זאָגט מען פֿאַרן קינד? גײ נישט אין מקווה יעדן טאָג, ס'איז נישט נײטיק? שאָקל דיך נישט װי אַ פֿערד בײַם דאַװענען? מעגסט עסן יענער הכשר אױך? דער טאַטע האָט מורא אַזױנס צו זאָגן װײַל ער האָט נישט אַ תירוץ פֿאַרן קינד. תלמידי בעל־שם זענען געגאַנגן אין מקווה. אין שלחן־ערוך שטײט אַז מען דאַרף דאַװענען מיט כּװנה. עסן נישט כּשרע זאַכן פֿאַרשטאָפּט דער קאָפּ צום לערנען. רעדט זיך דער טאַטע אײַן אַז ער האָט הנאה. און אַז ער האָט נישט קײן הנאה איז כאָטש אַביסל װײניקער זײן פּחד װאָס מער רעדט אים אײַן אַז פֿון נישט נאָכזאָגן יהא שמיה רבא ביז שמעקן בשמים איז בלױז אַ קאַצן שפּרונג. אַז מען פֿרעגט אים װאָס איז מיט דײַן זין ענטפֿערט ער 'ער װעט עס אױסװאַקסן', אָדער 'לאָז אים, ער מײנסט ער ערענסט'. די זעלבע טענה װאָס מען זאָגט אױף יעדער מטורף און אַפֿילו אױף רוצחים װי ברוך גאָלדשטײן און יגאל עמיר. אפֿשר זענען זײ גערעכט. ס'שטײט רחמנא ליבא בעי, נישט מוחא בעי.
| |
|