כינוי:
מין: זכר
RSS: לקטעים
לתגובות
<<
מאי 2004
>>
|
---|
א | ב | ג | ד | ה | ו | ש |
---|
| | | | | | 1 | 2 | 3 | 4 | 5 | 6 | 7 | 8 | 9 | 10 | 11 | 12 | 13 | 14 | 15 | 16 | 17 | 18 | 19 | 20 | 21 | 22 | 23 | 24 | 25 | 26 | 27 | 28 | 29 | 30 | 31 | | | | | |
| 5/2004
שובו בנים שובבים חוץ...?
זײַט ל"ג בעומר קיצעלט מיר עפּעס פֿריש. ס'האָט זיך אָנגעהױבן פֿרײַטיק־צו־נאַכטס ערב ל"ג בעומר װען אין מײַן שיל האָט מען געזינגן בר יוחאי און ואמרתם כה לחי נאָך לכה דודי. מײַנע קינדער זענען געװען מיט מיר אין שיל און מיר האָבן אַלע שײן מיטגעזינגן און אינדערמיט איז מײַן האַרץ אַביסל שיטער געװאָרן פֿון די טראַדיציאָנעלע ניגונים און פֿון די שײנע געבלימטע װערטער, כאָטש זײ ערהאַלטן נישט קלײנע גזמאות װי נעשה אדם נאמר בעבורך. געזינגן דורך אַ ציבור ייִדן אַיעדער איבער זײַן סידור װײַל מען קען נישט די װערטער פֿון אױסענװײניק און דער אײַנפֿאַכער ניגון האָט מיר אַרומגענומן און אפשר גאָר אײַנגענומן. און ס'איז מיר דורך אַ הירהור תשובה. אפֿשר טו איך נישט ריכטיק אַז איך שפּעט אַלעס אָפּ און איך מאַך אַ חוכא וטלילא פֿון כּל דבר שבקדושה. װאָס װאָלטן מײַנע קינדער געטראַכט װען זײ װײסן װאָס איך זאָג און טראַכט און װאָס װעלן זײ זאָגן אַז אײן טאָג װעלן זײ געװױער װערן סאַראַ תנא קמא זײ האָבן פֿאַר אַ פֿאָטער? װאָס װעלן מײַנע גוטע פֿרײַנד, שכנים, קרובים טראַכטן װאָס די מערסטע פֿון זײ האָבן מיר קײנמאָל שלעכטס נישט געטון און פֿון אַסאַך האָב איך גאָר אַ טובה. אמת זײ זענען נישט פּערפֿעקט אָבער װער איז דען יאָ? און אַז זײערע חסרונות האָבן אַ ייִדישן טעם האָבן פֿאַרדעם זײערע מעלות אױך איז װאָס בין איך זײ שטענדיק דן לכף חובה? און װאָס איז דער פּרײַז אַז מען זאָל מיר דערװישן? איז עס מיר טאַקע װערד צו דאַרפֿן גײן אין גלות קינד און קײט אַבי זיך צו קענען פֿרײַװיליג אױסשפּרעכן. און װעלכע געזעלשאַפֿט איז דען יאָ מקרב אַן אינערליכע שװאַרצזעער? דעם אמתן געזאָגט איז עס נישט דאָס ערשטע מאָל װאָס עס פֿאַלט מיר אײַן אַזעלכע געדאַנקן. איך בין אַמאָל געזעצן מיט דרײַ חסידישע ייִדן װאָס האָבן מיך אױף עפּעס געדינגן און אין מיטן איז מיר דורך אַ שװאַרצע װאָלקן. זײ האָבן מיר נאָר געדינגן װײַל זײ רעכענען מיר װי אַ הײמישע און זײ קענען זיך מיט מיר דורכרעדן אױף מאַמע לשון און װאָס געב איך זײ פֿאַר דעם צוריק? יאָ איך געב זײ אַ סערװיס און זײ צאָלן מיר פֿאַר דעם אָבער װאָלטן זײ מיר געדינגן װען זײ װיסן פֿון מײַן לײַכטשעציקײט צו זײערע אָדער אונזערע לעבענס שטײגער? אַמאָל װערן אַזעלכע מחשבות נולד פֿון אַ פּחד אַז מײַן פֿאַרפּאַסער װעט װערן אַנטפּלעקט, אַמאָל בײַ אַ לויה װען איך טראַכט און װאָס װעט מען אױף מיר זאָגן, אַמאָל נאָך אַ טרױעריקע אומגליק, אַמאָל בײַ אַ חתונה צי סתם אַ שמחה און אַמאָל פּראָסט אַזױ אָן אַ סיבה. ביז הײַנט זענען זײ אָבער נאָר געװען יוצא ונכנס און איך האָב מיך צוגעװױנט צו לעבן מיט אַזעלכע מחשבות. זײַט ל"ג בעומר גײן זײ שױן נישט אַװעק. אפֿשר האָט עס צו טון מיט דעם אַז מײַנע קינדער װאַקסן אונטער, אפֿשר װײַל װען איך קראַץ מיך דער קאָפּ איבער אַ ספֿר פֿילט זיך אָן דעם בלאַט מיט אַ מחנה פֿון האָר, אפֿשר מחמת דרוקענישן בײַם אַרבעט און אפֿשר גאָר װײַל איך בין אַזױ פֿיל צװישן גויים קומט מיר אױס מער צו זען און הערן אַז עשוס עולם הזה איז איבערגעטריבן.זײערע לעבן איז טאַקע לײַכטער אין פֿיל אַספּעקטן אָבער מיר האָבן גענוג זיך צו רימן מיט אונזער אַנדערשקײט. אַזעלכע מחשבות לױפֿן מיר שױן אַריבער זײַט ל"ג בעומר און אין עקסטרעמע מאָמענטן פֿאַלט מיר אײַן מחני נא מספֿרך, איך מעק מיר אױס דער גאַנצער מעשה און פּטור אַן עסק. איז מיר אײַנגעפֿאַלן, נײן, מען דאַרף מאַכן תשובת המשקל באותו מקום, באותו זמן ובאותו אשה. איך װעל מיר װײַטער שרײַבן װאָס גײט מיר דורך מײַן מײנונג. װעט עס באַקומן אַן אַנדרע פּנים איז הכּל ריוח און אַז נישט איז אַ סימן אַז מען װיל נישט מײַן תשובה. איז נישט. דערװײַל מיז איך מיך גראַפּלן מיטן מײַן געבורטס פֿעלער פֿון נישט זײַן אַ ליטװאַק װאָס קען זינגן מנוחה ושמחה איבער אַ קאַלטע יאָגורט און פֿון נישט זײַן אַ חסיד װאָס אַ שטיקל הערינג איבער שלש־סעודותדיקע לשון הרעס איז גן עדן התחתון. אױף להכעיס װאַרעמט מיך אָבער אָן אַ בר יוחאי און איך שעפּ נחת פֿון תורתו מגן לנו/היא מאירת עינינו. האָט ר' שמעון יאָ געשריבן דעם זוהר האָט ער נישט געשריבן דעם זוהר, פֿון בר יוחאי שעפּ איך װײַטער אַ פֿאַרגעניגן. איז זאָל איך עס לײקענען? צו װאָס, אַז די פּאָר תענוגים װאָס ס'זענען מיר געבליבן זאָל איך אױך נישט האָבן? און אַז אַזױ פֿיל ייִדן פֿאָרן צו אים און װערן דאָרט אינספּירירט װיל איך מיך פֿון זײ נישט אױסשליסן. גלײב איך יאָ גלײב איך נישט אַז דוד האָט געשריבן אַלע הונדערט און פֿופֿציק קאַפּיטלעך תהילים כּולל על נהרות בבל, אין די טרערן װאָס מען פֿאַרגיסט איבער זײ גלײב איך זיכער. איז מײַן גורל צו זײַן פֿאַרעלנט אױף אַן אינזל פֿון אפּיקורסות און אַגנאָסטישקײט אין דער מיט פֿון אַ רױשענדיקן ים פֿון אמונה. די װאַלן אַרום מיר װערן אַלץ העכער, איך באַװוּנדער זײערע קראַפֿט, איך װער אױפֿגעפֿרישט פֿון זײערע קילן שפּריץ אָבער איך װיל פֿון מײַן אינזעל נישט אַראָפּקריכן. און אױף צו שװימן אין דער ים מהיכי תיתי, אָבער זיך אַרױף זעצן אױפֿן שיף מיט אַזעלכע קאַפּיטאַנען איז מיר ענדערשער דאָס ביסל װאָס איך האָב אױפֿן אינזל. אױפֿן שיף װיל איך נישט אַרױף און איך בעט בלױז אַז מען זאָל מיר לאָזן זיך נאָכשלעפּן אין אַ ראַטירשיפֿל. נישט װײַל תמות נפֿשי מות ישרים. איך װיל לעבן דעם לעבן און איך װעל לעבן דעם לעבן. װאָס זאָל איך אָבער טון אַז איך קען מיך אין דעם נישט אינגאַנצן אײַנטינקן? האָט מיר גאָט געגעבן דעם בלאָג, אַן ערי מקלט, מײַן פּלאַץ װי מען קען מיך נישט און װי איך קען מיך אײַנװיקלן אין שחורים און רעדן אױף מײַן נוסח. אַז ס'איז נישט צו גאָט זאָל עס כאָטש זײַן צו לײַט און אַז נישט עולם הבא װעל איך מיך באַגעניגן מיט עולם הזה. זעט אָבער אױס אַז װען גאָט װיל שטראָפֿן אַן אַפּיקורס שיקט ער אים אַרײַן אַ הרהור תשובה אין האַרצן. נ"ב׃ איך האָב אַװעקגענומן הערות פֿון דעם שטיקל װײַל איך װיל נישט און איך דאַרף נישט חזק ואמץן. איך בין נישט איוב און װערט מיר נישט זײַנע רײַטגעבערס. אין אײן זאַך בין איך מאמין באמונה שלימה אַז װי שלעכט גיהנום זאָל נישט זײַן איז זײַן יענעםס נעבעך פֿיל ערגער. מײַן מלאכה איז צו שרײַבן און אײַערס איז צו לײענען און הנאה האָבן אָדער זיך רעגן. איך פֿאַרדין דערפֿון אַז דאגה בלב איש ישיחנה איז טוט מיר צוליב און פֿאַרגינט מיר אַזױ פֿיל.
| |
זמן מתן תורתינו
שבועות איז געװען נישקשה. מען קען זיך נישט אָפּרעדן, דער ענדע פֿון ספֿירה איז אַ לאַסט אַראָפּ פֿון די פּלײצע. מען דאַרף זיך מער נישט יעדער נאַכט דערמאַנען צי מען האָט נישט עפּעס פֿאַרגעסן מיט אַ נאַכט פֿריער. מען קען שױן הערן אַביסל געזאַנגן און דער װאָנזע דאַרף שױן נישט אַרײַן קריכן אין דער יױך. דער ערשטער נאַכט יום־טוב צװישן מנחה און מעריב איז געזעסן אַ ייִד און געלערנט דער פּרשה פֿון קבלת התורה מיט זײַן זין. האָט ער געטײַטשט דעם רש"י אױף ותגד לבני ישראל, דברים הקשים כּגידים אַז גידים איז טײַטש ביטערע גראָזן. רופֿט זיך אָן אַ ייִד װאָס איז געזעסן אין דער זײַט אַז זײַן רבי פֿלעגט צו טײַטשן כּגידים װי אָדערן, װײַל אָדערן זענען זײער שטאַרק און דיק. שבועות בײַם טיש האָבן די קינדער דערצײלט דער מעשה פֿון ר' מאיר און ר' דן. איך האָב שױן נישט געדענקט די פּרטים פֿון די מעשה האָבן די קינדער מיך אױפֿגעפֿרישט מײַן זכּרון. ס'איז אַ פּלא װי די ייִדישע לעגענדעס מישן אַרײַן הלכה אין אַלע זײערע מעשות. װען די ברידער גרים זאָלן האָבן געװען ייִדן און נישט דײטשן װאָלט די שטיף מאַמע פֿון חייִם און גיטל (הענסל ענד גרעטל) אװדאי געגאַנגן פֿרעגן אַ שאלה װעלעכע ברכה מען מאַכט אױף קינדער שלא הגיעו לחינוך, און צי דאָס איז נאָר בײַ אַ ייִנגל אָדער אַ מײדל האָט דער זעלבער הלכה. ר' מאיר איז דאָך אָבער יאָ אַ ייִדישע מעשה האָבן זײ דערצײלט אַז ער האָט געגעבן זײַן פֿרױ אַ גט מכּוח אַ פּשעטל. װיבאַלד ער האָט געדאַרפֿט אָנקומן צום צװײטן זײַט סמבטיון האָט ער דאָך געדאַרפֿט מחלל שבת זײַן. און אױפֿן װעג אַהין איז עס טאַקע געװען פּיקוח נפֿש צו ראַטעװען די ייִדן פֿונעם גלח אָבער װאָסאַראַ פּיקוח נפֿש איז דאָ אױפֿן װעג צוריק? ר' דן קען דאָך גײן אָן אים. אײַ זײַן פֿרױ? זײַט װען איז אַ פֿרױ פּיקוח נפֿש, ער װעט איר גטן און געפֿונענן אַ נײַע פֿרױ אױף צװײטן זײַט אַבי נישט מחלל שבת צו זײַן. האָט איך געפֿרעגט מײַן זין אַז דער סמבטיון איז דאָך נישט דער לענג פֿון דער װעלט און ממילא האָט ער געקענט אַרום גײן אַנשטאָט אַריבער גײן, איז װאָס דאַרף מען מחלל שבת זײַן? האָט מײַן זין געזאָגט אַז איך פֿאַרשטײ נישט דער מעשה. די עשרת השבטים האָבן געלעבט אױף אַן אינזל אין מיטן דעם סמבטיון און ממילא איז געװען אומעגליך צו זײַ צוצוקומן חוץ אַז מען האָט מחלל שבת געװען. און איך האָב מיך דערמאַנט פֿון דער פּיוט װאָס מען זינגט פֿרײַטיק צו נאַכטס סמבטיון הנהר/שבכל יום הוא רץ ונמהר/יוכיח בו מנוח/תשיב למין אשר שואל. און װיפֿיל מינים זענען געבליבן מיטן צינג אינדערױסן װען מען האָט זײ געזאָגט סמבטיון? אַ שטײן איז זײ אַרײַן אין מױל. שבועות זענען מיר אױף געװען װי גוטע ייִדן. אַביסל געדרימעלט, אַביסל זיך געטענהט איבער די שײטלן און אַביסל אױסגעהערט אַ שיעור. תיקון איז שױן נישט פֿאַר מײַנע נערװען. איך קען נישט אַזױ פֿיל זאָגן, און ס'קומט מיר אַרױס פֿון דער נאָז סתם זאָגן און זאָגן אַבי יוצא צו זײַן. ל.ט. איז אַהײם געגאַנגן האַלב צװײ, האָט אים עמעצער געפֿרעגט צי ער גײט שױן אַהײם װײַל זײַן זין שלאָפֿט שױן און װער ער אים קענען אײַנרעדן אַז ער איז אױף געװען דער גאַנצער נאַכט. אין מקווה בײַם עלות בין איך נישט געלאָפֿן און איך האָב אױך אױסגערעדט פֿאַר קדושת כּתר אָבער אקדמות האָט מיך אָנגעװאַרעמט. דער בעל קורא האָט מיר געלײגט טרערן אין די אױגן בײַ מנן ומאן הוא רחימך און שפּײאַכץ אין דער מױל בײַ דער שור הבר מיטן בר פּלוגתא זײַנער. נאָכן מילכיקן קידוש האָט מען געזינגן די צװײ ערלײַ עליונים ששוס און כּד יתבין ישראל און טוב לי און אױך אױפֿן פּריפּעטשיק. מײַן טאָכטער זאָל זײַן געזונט האָט געזינגן ליטל הר סיני און שבועות איז קאָמינג, און איך האָב געדאַרפֿט מוסרן די ייִנגלעך אַז זײ האָבן פֿון איר געשפּעט. שבועות צו קידוש האָבן מיר געהאַט צו גאַסט אַ פּאָר פֿאָלק פֿון קרית יואל, האָט זי דערצײלט אַז די פֿרױען װאָס גײן אַלץ שפּיצלעך זענען נישט צופֿרידן אַז מיטאַמאָל מײנט אַיעדער אַז מען קען זיך סתם אַזױ אָנטון אַ שפּיצל. האָב איך געטײַטשט לא כּל הרוצה ליטול את השײטל יבא ויטול, נישט יעדער קען זיך אױסטון דער שײטל, מען דאַרף זיך צו דעם אױסאַרבעטן ערשט. שבת פּרשת נשא איז ברוך השם פֿײַן אַריבער. צו מנחה איז צוגעגאַנגן אַ יונגערמאַן װאָס זײַנע שיןס האָבן זיך געהערט װי צו גרױסע גאַלאָשן אין אַ רעגן. אױף קבלת שבת איז דער בעל תפֿלה געװען אַ ייִד װאָס האָט נישט געקענט קײנע ניגונים אױף לכה דודי. איז דאָ בײַ אונז אייִן בית המדרש אַ ייִד האָט ער אױך אַן אײדעם. און דער אײדעם איז אַ זײַדענער יונגערמאַן. ער דאַװענט װי אַ למד װאָװניק, ער שאָקעלט זיך און ברענט בײַם דאַװענען. מאַכט זיך אַז בײַ בעמוד ענן װען ער שאָקעלט זיך אין װאַרטונג אױפֿן פֿלאַם פֿון בואו ונצא גײט צו אים צו דער שװער, רױמט אים עפּעס אַרײַן אין אױער און קאַפּוט. דער התלהבות איז אַרױס פֿון דער פֿענסטער, ס'װערט מיטאַמאָל שטיל אין שיל און ס'שפּירט זיך װי אַ לאָמפּ האָט זיך פֿאַרלאָשן. מײַן חשד איז געװען אַז דער שװער האָט געזאָגט פֿאַרן אײדעם אַז ער זאָל זיך אַביסל באַרוהיקן. דאָ איז אַ שיל נישט אַ ישיבה. קײן גאַנצע חושד בכּשרים בין איך נישט געװען מחמת מעשה שהיה. דער שװער האָט אױך מערערע זין. אַמאָל האָט מען צוגעשיקט דעם זין צום עמוד שבת נאָכמיטאָק אױף מנחה און דער זין האָט נישט געהאַט קײן חשק צוצוגײן. רופֿט זיך אָן דער טאַטע ברוב עם הדרת מלך 'איך הײס דיר בגזרת כּיבוד אב זאָלסט צוגײן.' דער זין האָט זיך געייִשובט אָבער דער טאַטע איז בײַ זײַנס אַז כּיבוד אב. טאָמער איך געדענק גוט האָט זיך אױפֿגעהױבן אַ יונגערמאַן און איז באַלד צוגעגאַנגן און אַזױ געראַטעװעט דעם מצב אַז דער זין זאָל נישט געשטרױכעלט װערן אין נישט פֿאָלגן און דער טאַטע זאָל נישט אפֿשר דערלאַנגן. אַן אײדעם איז טאַקע נישט אַ זין אָבער איך האָב געמײנט אַז ער האָט אים משתיק געװען. קומט אָבער לכה דודי און ס'שטעלט זיך אױס אַז ער האָט סך הכּל געבעטן זײַן אײדעם אַז ער זאָל אונטערהעלפֿן דעם בעל תפֿלה מיט אַ ניגון. עי"ש׃ מיר האָבן שױן איטליכע מאָל געבעטן דעם עולם אַז מען זאָל נישט קומן צו פֿאָרן װײַל מיר האַלטן זיך נישט ראוי זיך אײַנצוּװיקלן אין אַ פּעלץ און אַפֿילו סטראָקעס גײן מיר נאָר װײַל דער זײדע איז אַזױ געגאַנגן און דער שװער האָט אונז גענומן אױף דעם תנאי. דער זמן התגלות איז נאָך נישט דאָ און אפֿילו ר' גרשון קיטובער װײסט נאָך פֿון אונז נישט צו זאָגן. אײַ װעט איר פֿרעגן פֿון בר־פּחתי, איז דרײַ זאַכן. אײנס, תנא הוא ופּליג, צװײט, דחק ונכנס והשלישית איז ער געקומן לראות און נישט ליראות כאָטש ס'איז געװען אַ געװאַלדיקער קידוש השם אַז ס'איז מקויים געװאָרן לעין כּל דער מאמר חז"ל כּל הבורח מן הכּבוד וכו' און בזכות דעם איז ער טאַקע געװען אַ רואה ואינו נראה.
| |
שיר השײטל
ס'איז געװעזן אַ שײטל אַ לאַנגן ס'איז אַרױס אױף איר גאָר שלעכטע קלאַנגן מ'אָט געזאָגט אױף איר לענג אַז ס'מאַכט הױזן צו ענג און טאָר פֿאַר אַ ייִד נישט באַלאַנגן ס'איז געקומן אַ שײטל צו פֿאָרן מ'אָט געזען אַז זי האָט נישט קײן האָרן 'שמעתי מאפֿרתי לך לטירופּאַטי און דאָרט װעט מען דיר אינגאַנצן אָפּגאָלן' אױך איז פֿאַראַן אַ רב הײסט ער דינער אַ גאַנץ שװאַכער הוה אמינא מ'אָט געפּסקנט ברכתו איז שכּוחו וגבורתו/(נישט שנתן מחכמתו) און ער'ז געװאָרן אַ מר בר רבינא ס'האָט געפּסקנט רבינו אלישוב װאָס מוריד הגשם והרוח משיב אַז אַ שײטל פֿון האָר איז אסור, איז קלאָר וכתב בשם המלך אין להשיב זענען געקומן צו שרײַען די פֿרױען װאָס ייִדישע שטיבער טון בױען לא ידעי רבנן מאי היא הינדויִזם ואביזרייהו און מען טאָר מער אַ רב נישט געטרױען ס'איז נישט נײטיק צו אָנטון אַ שפּיצל אַ שײטל געבט אױכעט אַ קיצל ס'איז קלאָר װי דער הײַנט רבנים האָבן אונז פֿײַנדט און זײַ װילן אונז אָפּטון אַ שפּיצל איז געװעזן אַ ייִד אָן אַ דירה אױף לד בעומר געמאַכט אַ מדירה כאָטש ער האָט נישט קײן געלט שטײט ער אין קװעלט װײַל אױף אַ שײטל זאָגט ער כּל חמירא ס'איז געװעזן אַ פֿרױ אין בית שמש װאָס האָט געפֿונען אַ האָר אין דער קרעמעש אונטער איר טורבן ניט דאָ קײן זכר לחורבן מיז זײַן אַז ס'קומט פֿון איר מאַןס חומש נאָך אַ פֿרױ איז דאָ הײסט זי הענא זי האָט תמיד געפֿאָלגט אַלע מענער אַ סינטעטישן מאָפּ האָט זי געלײגט אױף איר קאָפּ און פֿלײַסיק געלערנט צאנה וראנה אױך איז דאָ אַ פֿרױ װאָס הײסט שפּרינצא צו שבועות געפּרעגלט אַ בלינצע פֿון אַ כּשרע תגלחת האָט זי באַקומן אַ קרחת און פֿון איר שײטל איז געװאָרן היכי תמצי תחתונים ששו ועלזו אױף הױך אַז שײטלך זענען אַרױף אין אַ רױך אין אַ ייִדישע סטעטשקע נישט דאָ מער אַ געטשקע ברוך הנותן ליעף כוח
| |
נשים בציון עינו

הוציאוה ותשרף (Jewboy)
װידער הזמן קצר והבעל־בתיתע דוחקת אָבער װי קען מען נישט שרײַבן אין אַזעלכע זמנים װען דער װעלט האָט זיך פֿאַרלױרן דעם קאָפּ און זיך פֿאַרברענט דער האָר. איך װײס אַז דער שטױב זעצט זיך שױן און מען רעדט שױן פֿון אַנדרע זאַכן אױך. זײַט אָבער זיכער אַז ס'קומט יעצט יום טוב און די גלאַנציקע סינטעטישע שײטלעך זענען שױן אַ װאָך אַלט און הײבן שױן אױסצוזען װי אַ װישבעזעם און אין פֿילע ייִדישע שטיבער װעלן פֿרױען זיך שעמן אַרױסגײן אױפֿן גאַס. און אַז דער יצר הרע װעט זײ זאָגן אַז די אַנדרע שײטלן זענען נישט אַזױ טרײף װי מען האָט געמײנט זענען זײ שױן ברוך השם פֿאַרברענט און זי װעט מיזן בײַקומן איר נסיון. אױף געװײנען פֿון ריבה אחת איז דער באַשעפֿער געגאַנגן קוקן הכצעקתה און איבערגעדרײט סדום איז װיפֿיל ריבות װעט ער הערן דעם יום־טוב?
איך לײען שױן אַז מען שרײַבט מי כעמך ישראל אױף דאָס העלדישקײט פֿון די פֿרױען. ס'װעט נישט לאַנג געדױערן און די מעשה װעט אַרײַן גײן אין די לעגענדעס פֿון אונזער פֿאָלק. איר װעט באַלד הערן פֿון פֿרױען װאָס װאַרטן שױן אַ יובל צו טראָגן און זענען מיט אַ מאָל געהאָלפֿן געװאָרן און פֿון קינדער װאָס זײערע לוקימיע איז פֿאַרשװינדן געװאָרן און די גרעסטע דאָקטױרים קענען עס נישט מסביר זײַן און אַלעס װײַל די פֿרױ אָדער אַ מאַמע האָבן זיך אױסגעטון די עבודה זרה פֿון קאָפּ. ס'זענען געװיס דאָ גענוג פֿרױען װאָס האָבן פֿון זיך אַראָפּ געװאָרפֿן דער עבודה זרה מיט אַ לשם יחוד אָבער װאָס זאָל איך טון אַז איך קען זײ נישט באַװוּנדערן. פֿאַר יעדער לשם יחודניק זענען דאָ צען ברוך (אָדער פֿאַרקערט) דיין אמת ניקעס.
נאַט אײַך עדות פֿון מײַן פֿרױ װאָס כאָטש זי איז פּסול לעדות איז זי נאָך אין יעדענספֿאַל אַזױ פֿאַרלעסליך װי די עדים פֿון הודו.
אײן פֿרױ האָט געזאָגט אַז זי האָט זיך נאָך אין איר לעבן נישט אַזױ געקריגט מיט איר מאַן.
נאָך אַ פֿרױ האָט געזאָגט איר מאַן לאָמיך זען גײ דו אין כולל אַרײַן מיט אַ רױטע טי־שירט װעסט דו װיסן װיאַזױ עס שפּירט זיך גײן אױף דער גאַס מיט אַ סינטעטישע שײטל.
נאָך אײנער אַז פֿרױען שטעלן איר אָפּ אױפֿן גאַס היתכן דו גײסט נאָך מיט דײַן יומען הער שײטל.
נאָך אײנער אַז זי מיט איר טאָכטער האָבן געװײנט װיאַזױ זי זעט אױס.
אַ מאַן האָט מיר געזאָגט אױף שבת אַז ער האָט נישט אײַנגעטײלט זײַן פֿרױ װאָס צו טון און האָט איר געזאָגט טו װי דו װילסט. זי האָט געזאָגט אַז טאָמער מיז זי אױסטון איר שײטל בלײַבט זי ענדערש אין דער הײם און זי װעט נישט אַרױסגײן.
נאָך אײנער אַז די שײטלמאַכערס האָבן אױסגעקױפֿט אַלע סינטעטישע פֿון די מעקלערס און מאַכן ריזיגע רווחים. איך האָב צו דעם געזאָגט אַז די שײטלמאַכערס האָבן פֿאַרלױרן אַסאַך געלט. בײַ די רבנים װאָס װעלן יעצט געבן אַ הכשר װעט עס זײַן רײן רווח.
נאָך אַ פֿרױ האָט דערצײלט אַז איר מימע װאָס גײט איר אײגענע האָר האָט פֿון איר געלאַכט אַז איר האָט געמײנט ביז הײַנט אַז איר זענט פֿרום, זענט איר געגאַנגן מיט אַן עבודה זרה אױפֿן קאָפּ.
נאָך אײנער האָט געזאָגט אַז כאָטש זי האָט זיך איבערגעטון דאַרף זי גײן נאָך יום טוב אױף אַ חתונה 'און װאָס מײנסט דו איך װעל גײן מיט דעם?'
מײַן פֿרױ זאָגט אַז ביז הײַנט זענען 'סקין פּאַרטינגס' געװען אסור מחמת גילוי עריות. יעצט אַז סינטעטישע שײטלן קומן אַלע מיט סקין פּאַרטינגס זענען זײ מיטאַמאָל מותר געװאָרן. ממש עת לעשות לה'
װאָס האָבן מיר דאָ צו רעדן פֿון װײַבערישע מעשות, װײסן מיר דען נישט אַז דמעותיהן מצויות? און די טרערן פֿון זײערע מסירת נפֿש װעלן צוזאַם פֿליסן מיט זײערע ערב־שבדיקע טרערן און ס'װעט גײן פֿאַרן כסא הכבוד און זײ װעלן טון גוטע שידוכים. דערװײַל װעט מען זאָגן אױף די רבנים אַז תש כוחם דהיתירא כנקבה אָן צו מערקן אַז די נקבות זענען די בעלי כוח און די רבנים די האַרץ־לױזע, געפֿיל־לױזע דיקטאַטורן װאָס װײסן נישט װאָס דער װאָרט 'דיגניטי' מײנט װײַל די מוני המצוות רעכענען עס נישט אױס און דער רמ"א ברענגט עס אױך נישט אַראָפּ. זײ װײסן פֿון כבוד התורה אָבער נישט פֿון כבוד הבריות. זײ שטעקן זיך אױס די כשר חזיר פֿיסלעך און זאָגן זײ האָבן נישט געהײסן פֿאַרברענען אָבער זײ האָבן נישט געהײסן פֿאַרלעשן װײַל די אותיות מ־ו־ת־ר זענען אױסגעריסן פֿון זײערע קלאַװיאַטור. איך האָב שױן אײנמאָל געברענגט דער מדרש װאָס רופֿט אָן די סנהדרין רױבערס װײַל זײ אסרן מיטן כּוח פֿון דער תורה. אָבער נאָך װי רױבערס.
שבועות האָט גאָט אונז אַלע געגעבן די תורה און װי קורח האָט געטענהט כל העדה כלם קדושים, כולם שמעו דברים בסיני מפּי הגבורה. ער איז טאַקע געװען קורח אָבער אַ פּיקח, אַ קליגער ייִד איז ער אַלץ געװען. איך מײן אַז איך האָב פֿאַראַיאָר געשריבן אַז שבועות בעינן לכם מרמז צו זײַן אַז מען קען פֿאָלגן די תורה און געניסן פֿון דער װעלט אױך.
האָט מיר אַלע אַ גוט יום־טוב.
| |
לרבים השואלים
טרם אתחיל לדבר און נאָך אײדער איר הײבט אָן צו לײענען לאָמיך אײַך פֿאַרזיכערן אַז אין קטלא קניא איז נישט דאָ קײן שום חשש פֿון תקרובת עבודה זרה. שױן די לעצטע פֿיר און צװאָנציק שעה זינגן מיר אַלע מײַנע פֿאַרבינדונגן מאַשינען און מען פֿרעגט מיר צי קאַליאַנאַ קאַטאַ און קטלא קניא זענען קרובים און צי מיר זענען נישט אפֿשר מחותנים און צי איך בין פֿון די חוסטער קאַלאַניאַס אָדער פֿון די שיניעװע. ממילא בין איך מוסר מודעה אַז מיר זענען נישט פֿון דער זעלבע גזע, מיר זענען נישט געגאַנגן אין דער זעלבער חדר און מיר זענען נישט פֿאַרבינדן נישט בזה און נישט בבא. אַצינד קען איך רוּיק שלאָפֿן אַז איך שטײ נישט צו פֿאַרלירן מײַן מנין און אי"ה אױף שלש־סעודות װעט מען װײַטער קענען מאַכן אַן אלקינו. דאָס זענען אַלעס גוטע װערטלעך איבערצודעקן דער סקאַנדאַל און דער עקלהאַפֿטיקײט פֿון די לעצטע פּאָר טעג. איך װײס נישט צי מען דאַרף װײנען אױף דער טפּשות פֿון די מאַסן צי אױף דער רשעות פֿון די פֿירער. היות ס'איז ברוך השם דאָ גענוג טפּשות בײַ די פֿירער און אױך פֿעלט נישט רשעות בײַ די מאַסן װעלן מיר שױנען אונזערע טרערן כּי רבים הם און תופֿס זײַן אומנות אבותינו און לאַכן. הײבן הײבן זיך אָן די שאלות בײַ אַ ראַבײַ דונער, אײַנע הער ראַבינער פֿון דױטשלאַנד װאָס אַ דאַנק דער רציחה פֿון פֿראַנץ פֿערדינאַנד אין סאַריײַבױ האָט ער אָפּגעשאָקעלט זײַן פּױלישקײט צו װערן אַ יעקע. אין דער פֿאַרלױף פֿון יאָרן איז ער אָנגעקומן קײן ענגלאַנד און עובר געװען אױף לא תחרוש בשור וחמור יחדיו און געװאָרן אַ מישלינג פֿון אַ יעקע מיט אַ ליטװאַק. צוריק מיט אָנגעפֿער אַ יאָר האָט מען דעם ראַבײַ דונער דערװעלט אַז ער זאָל זיצן אױף רבנות שטיל אין אַנטװערפּן. אָבער װיבאַלד אַז מען האָט געװעלט פֿאַר זײַן קאַנדידאַטיע און דערצו זענען געװען געגענערס האָט ער ברוב ענותנותו אָפּגעזאָגט דאָס רבנותשאַפֿט. איז ער דערנאָך געבליבן װי אַ הינדל אָן אַ שוחט און ער האָט אָנגעכאַפּט דער חלף אין דער האַנט און זיך גענומן צום עבודה. און װער האָט פֿאַרדעם מורא צו האָבן? נו װער? אַזױ װי די גמרא זאָגט אױף ייִדן נאָך אַן פֿליענדיקע שטערן אַז די װאָס זענען געװױנט אין מכּות זײ דאַרפֿן פֿאָרכטן די ערשטע, אַזױ זענען פֿרױען מיט אַן אַרבײַטסלױזע רב. האָט ער זיך גענומן צו די שײטלן. כּמה מעלות טובות למקום עלינו און װעלכע מעלה שטײגט דען איבער דער שײטל? כּבודו הרמה איז אַריבער געפֿאָרן קײן אינדיע און דער רעשט װי מען זאָגט איז היסטאָריע. היסטאָריע איז אָבער נישט קײן קלײניקײט, שאל אביך ויגדך, און מען דאַרף דורכטון על מה ולמה יצא הקצף? אַנשטאָט זיך טענהן צי עס איז יאָ תקרובת צי נישט לאָמיר באַהאַנדלן די באַהאַנדלונגן פֿון די כּלי קודש װײַל אַז שיחת חולין של תלמידי חכמים צריכין לימוד איז כּל שכן האַרבע איסורים. קומט צו גײן אַ שלוחא דרחמנא און ער פֿאָרט אַראָפּ קײן אינדיע בודק זײַן דער חשש איסור דאורייתא. װאָס הײסט דער פּסוק זאָגט דאָך וירד ה' לראות מאַכט רש"י אַז דיינים דאַרפֿן גײן אַלײן בודק זײַן, און אײַ דער פּסוק זאָגט אױך ושפֿטו העדה והצילו העדה אַז אַפֿילו אײנער זאָגט לזכות טאָר מען נישט הרגנען, שױן רעדסט דאָך װי אַן עם־הארץ. דאָרט רעדט מען פֿון הרגנען מענטשן און דאָ רעדט מען דאָך סך־הכּל פֿון אַביסל פּרנסה װאָס איז סײַװי באַשערט מראש השנה ועד ראש השנה. על כּל פּנים איז אונדזערע הער ראַבינע אַריבער קײן אינדיע און געמאַכט זיבן חקירות און זיבן דרישות װי מען קען פּטור װערן פֿון די שײטלן װאָס האַלטן אין אײן לענגער װערן און רחמנא לצלן װער װײסט װוּ זײ װעלן זיך אױסלאָזן. װיפֿיל איסורים האָט מען שױן געמאַכט און ס'העלפֿט אַ רעטעך. ער האָט זיך געפּלאָגט און ענדלעך האָט ער געשאָסן אַ קאָטער. ער האָט געפֿונען אַן עקזאָטישע נײַע איסור װאָס זײַט אליהו האָט זיך געקריגט מיט איזבלן האָבן נאָך עבודה זרות נישט אָנגעמאַכט אַזעלכע צרות פֿאַר פֿרױען. שױן צענדליקע מאָל װאָס מען אסרט שײטלן מחמת אביזרײהו דגילוי עריות װאָס איז יהרג ואל יעבור, אָדער װי מען זאָגט אױף ענגליש, 'שײַטעלס טו קיל פֿאָר', און ביז אַ מעת לעת זענען די צעטלעך איבערגעקלעבט מיט אַ לויה פֿון אַ דלפֿון און אַ פֿרישע ספֿר פֿון אַן אביון. יעצט אָבער האָט מען געפֿונען עבודה זרה און דאָס װעט קנאַקן. און אַז ס'װעט אײנער זאָגן אין איסור חל על איסור װעט מען אים באַלד ענטפֿער שוטה שבעולם, לעבור עליה בשני לאװין. איז געקומן צו לױפֿן אונזערע ראַבינער. אתי ואייתי, אַ פֿאַריקטער מיט אַ פֿאַרוק און ער האָט זיך געטראָפֿן מיט דער מלאך חבלה װאָס שומרט דער טיר פֿון גיהנום און װי די מרגלים האָט ער געברענגט צו שלעפּן שײטלן אױף שטאַנגן און געזאָגט ושם ראינו את הנפֿילים, מיר האָבן אַלײן געזען װי ס'פֿאַלט אַראָפּ דער האָר. נאָר מיר קענען אײַך נישט זאָגן דער נאָמן פֿון דער עבודה זרה װײַל ושם אלהים אחרים לא תזכּירו על פּיך, מיר האָבן נישט געקענט אַרײַן גײן אין דער לשכּת הגזית טאַקע אין קאַליאַנאַ קאַטאַ װײַל עס איז אַ בית שעובדין בה עבודה זרה נאָר מיר האָבן מברר געװען וזה פּריה, גיט אַ קוק אָן דאָס איז דער האָר. איז געגאַנגן דער אפֿרתי, װי דער תרגום יונתן זאָגט גברא פּליג, און איבערגעגעבן פֿאַר זײַן גורו װאָס דער הער ראַבינער האָט אים איבערגעגעבן און מען האָט באַשלאָסן אַז האָר לחמא עניא, אַז האָר בבזתא, האָר בשביא און האָר במלקיותא, איבער האָר מעג מען שלאָגן און ברענען און קאַליע מאַכן דער לעצטער פּרנסה װאָס מען קען האָבן אין דער זײַט װאָס מען דאַרף זיך צו דעם נישט אױסבילדערן, מען קען עס פֿירן פֿון דער הײם, די מוכסין קענען דערפֿון נישט אױסגעפֿונען װײַל ס'איז הײמישע קליענטן און נשים צדקניות קענען עס טון װען זײערע מענער זיצן און שטײגן. ברא כּד חטי אבוהי לקייה אָבער נשי כּד חטי שלאָגן זײ די מועצת גדולי התורה וחכמיה וסופֿריה װאָס זײ האָבן בירושה אַז לו תהיה לאשה כּל ימיו און אַז מען נײט אַ פֿרױ פֿאַרדינט מען אַ פֿרױ. גדול כּבוד הבריות שדוחה לא תעשה שבתורה איז געזאָגט געװאָרן פֿאַר מאָדערנע ייִדן װעמן די צדיקי עולם נעמן אַרום און קישן װיבאַלד זײערע װײַבער גײן אינגאַנצן אָן שײטלן און דאָס איז פֿיל פֿיל בעסער װי חלילה דינען עבודה זרה. רעדט אױך נישט פֿון הפֿסד מרובה װײַל אַז זײ האָבן קײנמאָל נישט פֿאַרדיענט װי קענען זײ װיסן װאָס ס'מײנט פֿאַרלירן? הפֿסד מרובה בײַ זײ מײנט די גזירות פֿון דער רעגירונג און צו דעם מעג מען אַלעס טון װי מען זאָגט דרײַ מאָל אַ טאָג ומלכות הרשעה מהרה תעקר. לסיום הענין איז גדולה הסרת השײטלן יותר פֿון אַלע איסורים ביז הײַנט. ברוך השם ס'איז געלונגן, כּבוד שמים איז נתרבה געװאָרן און ס'איז מקויים געװאָרן לעין כּל ובכל אלהי ההודויים אעשה שפֿטים און װי בײַ קריעת ים־סוף שטײט דער גאַנצער װעלט און גאַפֿט אַז ביז אַ מעת לעת נאָכן איסור האָט סאָניאַ גאַנדי געװינען די װאַלן. כּידוע איז זי נאָך קײנמאָל נישט געגאַנגן אַ שײטל פֿון תקרובת און טאַקע פֿאַרדעם, אַזױ װי בײַ יעל אשת חבר הקיני, זענען די זכותים פֿון פֿרױען בײַגעשטאַנען שאף הם היו באותן הנס און דער באַשעפֿער האָט געברענגט אַ ישועה פֿאַר הודו דורך אַ פֿרױ. הודו לה' קראו בשמו.
| |
הזמן קצר...
איך מיז בײַ אײַך מחילה בעטן, אײגנטלעך פֿאַרװאָס בעט איך מחילה? איך בין דען עמעצן עפּעס שולדיג? אָבער ייִדן זענען דאָך רחמנים בישנים און גומלי חסדים און קײנמאָל מײנען זײ גאָרנישט, חלילה, סתם אַ טשעפּער, 'איך האָב גאָרנישט געמײנט. אױ, איר האָט זיך באַלײדיקט,זײַט מיר מוחל כאָב באמת גאָרנישט אין זין געהאַט.' און צו אַ צװײטן, 'איך האָב נישט געװוּסט ער איז אַזױ סענסיטיװ, כאָב באמת גאָרנישט געמײנט און זײַט דעמאָלסט זאָגט ער מיר נישט גוט שבת.' איך האַלט נאָך אָבער בײַ מײַנס אַז איך בעט אײַך איבער אױף נישט שרײַבן און אױף קורץ שרײַבן, אין רבנישע ליטעראַטור רופֿט זיך דאָס קצירת האומר, איז שױן מענינא דיומא אױך, אָבער הזמן קצר און עוללים שאלו ללחם וכו' וכו'. און גלײבט מיר אַז איך װאָלט נישט געטאָרט שרײַבן װאָס זאָל איך אָבער טון אַז אַרום מיר טוט זיך אַ װעלט און המקרא אומר דרשני און ממש עת לעשות לה' הפֿרו תורתיך. לדוגמא, װי קען איך אײַך נישט דערצײלן אַז יענער װאָך שבת האָבן איך אונטערגעהערט (אײגנטלעך, פֿאַרװאָס אין ענגליש איז 'אָװערהערד' און אין ייִדיש איז אונטערגעהערט?) װי אַ ייִנגל דערצײלט זײַן חבר 'אונז האָבן אַ פֿעסטער נײער רבי, מיסטער שװאַרץ', 'אַ רבי מיסטער שװאַרץ?' װוּנדערט זיך דער חבר. 'יאָ, ער דעצײַלט פֿעסטע מעשות' און אַז הײַנט אינדערפֿרי איז געװען אַ װיכּוח בײַם בין־השמשות פֿון צװישן דער שטילער און הױכער שמונה־עשרה צי עס איז דאָ תשעה עונים אָן דער צדיק װאָס דאַװענט נאָך צי ס'איז שױן דאָ נײַם אָמן זאָגערס אָן אים. איך האָב נישט גוט געצײלט און יענער הײבט זיך אױף דער שיך צי איך דאַרף נישט אפֿשר די פֿינגער פֿון זײַנע פֿיס צו צײלן. און אַזױ כּהנה וכּהנה עשה ה' אלקים עמדי, זאָל מיר גאָט שענקן דער כּוח און דער צײַט צו קענען דערצײלן בלױז אַ שפּיץ פֿינגער פֿון דער הלך ילך פֿון זײַן געראָטן פֿאָלק. אױף דערװײַל איז לײדע דאָס אַלעס פֿאַר הײַנט און טוב מעט בכוונה...
| |
|