כינוי:
מין: זכר
RSS: לקטעים
לתגובות
<<
יוני 2004
>>
|
---|
א | ב | ג | ד | ה | ו | ש |
---|
| | 1 | 2 | 3 | 4 | 5 | 6 | 7 | 8 | 9 | 10 | 11 | 12 | 13 | 14 | 15 | 16 | 17 | 18 | 19 | 20 | 21 | 22 | 23 | 24 | 25 | 26 | 27 | 28 | 29 | 30 | | | |
| 6/2004
בעשרה מאמרות...
איך האָב יענער װאָך שבת געלערענט מיט מײַנע קינדער פּרקי אבות, בעשרה מאמרות נברא העולם. בין איך זײ מסביר אַז בײַ בריאת העולם שטײט צען מאָל ויאמר אָנגעהױבן בײַ ויאמר אלקים יהי אור און די משנה פֿרעגט אַז מען האָט געקענט באַשאַפֿן דער װעלט מיט אײן מאמר. פֿרעגט מײַן זין װאָס האָט געדאַרפֿט שטײן. איך האָב געװאָלט זאָגן אַז גאָט האָט געקענט זאָגן אין אײן מאָל אַז ס'זאָל װערן לעכטיק און הימלן און ימים און בײמער און אַלע אַנדרע באַשעפֿענישן. רופֿט זיך אָן מײַן אַנדרע זין אַז ס'װאָלט געקענט שטײן ויאמר אלקים יהי עולם. מיר איז עס נישט געפֿאָלן. ממילא יהי אור, ליכטיקײט איז ליכטיקײט. אײַ װען מען האָט עס געזאָגט איז נאָכנישט געװען אַזאַ באַשעפֿעניש? װעט מען זיך אַן עצה געבן װי רש"י אױף נחל אשכּול אַז על שם העתיד. אָבער װען גאָט זאָל זאָגן יהי עולם, װאָס װאָלט דערפֿון אַרױסגעקומן? אַ נאָרמאַטיװע װעלט? ס'איז נישט פֿאַראַן אַזאַ זאַך און גאָט זאָל אונז אָפּהיטן פֿון אַזאַ אָנשיקעניש. און װאָס װאָלט געװען מיט שבת אַז גאָט װאָלט אין אײן זאָג באַשאַפֿן דער גאַנצער מעשה? ס'איז אַ שאָד קאַליע צו מאַכן אַ משנהס אַ קשיא מיט קשיאס אױפֿן קשיא, איז װעלן מיר זיך נישט צופֿיל אָפּשטעלן בײַם קשיא װײַל נישט דאָס איז די משנה אױסן. פּונקט װי דער רבי בײַ שלש סעודות װעלן מיר זיך אױסדרינגן װאָס ס'איז דאָ זיך אױסצודרינגן און אַז די קשיא קלאַפּט נישט װעט דער תירוץ עס משלים זײַן. בעל כּרחך מיזן חסידים האַלטן אַז דער ענדע כּשרט די מיטלן װײַל אַז נישט דאָס פֿאַרשטײ איך זײ אינגאַנצן נישט. מײַן טאָכטער װיל װיסן אױב דער אײבישטער האָט אונז ליב פֿאַרװאָס געבט ער אונז אַ יצר־הרע. איך האָב איר געזאָגט אַז אַזױ װי אירע לערערן געבט איר עקזאַמן װײַל זי װיל אַז די קינדער זאָלן זיך אָנשטרעגן און ענטפֿערן אַזױ אױך דער באַשעפֿער. זי איז נאָך צו יונג צו פֿרעגן אַז אירע לערערן געבט נישט פֿראַגעס װאָס מען קען זײ נישט פֿאַרענטפֿערן. נאָך האָט מײַן זין מיר געפֿרעגט אַז די משנה זאָגט אַז פּי הבאר איז באַשאַפֿן געװאָרן בין השמשות און אין דער סדרה האָט ער געלערנט אַז ס'איז געװען בזכות פֿון מרים. שפּילט אַ ראָלע, מן הסתם זענען געװען צװײ בארות. פֿרײַטיק צו נאַכטס בײַ מנחה האָב איך געהאַט אַ געװאַלדיקע נסיון. די מעשה איז אַזױ געװען. פֿרײַטיק אינדערפֿרי בין איך שפּעט אױפֿגעשטאַנען און איך האָב געלײגט תפֿילין, געזאָגט די ד' פּרשיות אָבער לײדער נישט אָנגעיאָגט צו דאַװענען. איך האָב מיך פֿאַרלאָזט אַז אונטערװעגענס אָדער אינדערפֿרי אין דער ביוראָ װעל איך געפֿונען אַפּאָר מינוט און געבן אַ דאַװען. מעשה יצר און בײַ קבלת שבת פֿאַר בואו ונצא דערמאַן איך מיך אַז איך בין גאָט שולדיק אַ שמונה עשרה. אינדערױסן איז נאָך געװען ליכטיק און ס'האָט מיך געטריבן גײן דאַװענען אַ צװײטער מנחהדיקע שמונה עשרה פֿאַר שחרית װעגן. װאָלט איך געמוזט אַרױסגײן זיך שטעלן שמונה עשרה, װאָלט מײַן זין מיר נאָכגעקומן און געפֿרעגט װאָס איז דאָס פֿאַר אַ מעשה. איך בין אױך געװען מיד און דערצו האָב איך געהאַט אַ שאלה צי מען קען דאַװענען אַ צװײטער מנחה שמונה עשרה נאָך אַזאַ לאַנגע הפֿסק פֿון דער ערשטער. ואל תביאנו לא לידי נסיון ולא לידי בזיון, האָט אַ רבי געטײַטשט אָדער נסיונות אָדער בזיונות. דאָס מאָל איז לײדע געװען אַ בזיון.
אַ לײענער שרײַבט מיר אַז ער האָט הנאה מיר צו לײענען אָבער ביז כּפֿירה. עד כּאן. איך װײס נישט װוּ איך האָב לעצטענס געשריבן כּפֿירה אָבער לאָז שױן זײַן. דער פּראָבלעם מיט אַסאַך פֿון מײַנע קריטיקער איז אַז זײ מײנען אַז דאָס לעבן איז אַזױ װי גײן אױף אַ חתונה. זאָל איך גײן זאָל איך נישט גײן? ער איז טאַקע געװען בײַ מײַן ערשטע זכר אָבער נאָר װײַל איך האָב עס דעמאָלסט געמאַכט בײַ מײַן שװער און ער װױנט אַ האַלבער בלאָק אַװעק. זײַט דעמאָלסט האָב איך שױן געמאַכט שמחות קײן עין הרע און ער האָט זיך נישט באַװוּזן. למעשה אָבער קען מען נישט פֿאַרגלײַכן אַ קידוש צו אַ חתונה אוז ס'איז פֿאָרט זײַן ערשטער קינד. און װען מען גײט שױן יאָ, זאָל איך גײן אַ שטרײַמל צי מיטן קאַפּעליטש. אַז איך װעל גײן אַ שטרײַמל װעט מיך אַ האַלבע שטאָט פֿרעגן, 'און װאָס ביסט דו דאָ אַ מחותן?' װײַטער אַז איך װעל בלײַבן מיטן קאַפּעליטש װעט מיר קײנער נישט אָנקוקן און איך בין דאָך למעשה יאָ אַ ראשון בשני. און דער מחותן װעט האָבן שברון לב אַז איך קום נישט אָנגעטון בגדי שבת. ער האָט מיר אפֿילו געבעטן אַז זײַן מחותן האָט אַ גרױסע משפּחה און בײַ זײַן משפּחה, הײסט עס אונזער משפּחה, איז נישט דער מנהג צו האָבן ששה בכּרס אחד און די פּאָר קרובים װאָס ער האָט יאָ גײן נישט בערד און ער דאַרף אַפּאָר שטרײַמלעך אױף זײַן זײַט אױך. װי דער מנהג איז בײַ ייִדן װען עס קומט צו קלײדונג געפֿונט מען אַ פּשרה. יענער װאָך זאָגט רש"י אױף אם נתן תתן את העם הזה בידי אַז די ייִדן האָבן נישט געװוּסט װיאַזױ דאָ צו דאַװענען װײַל דער שונא האָט זיך אָנגעטון אין אַ צװײטענס פֿאָלק קלײדונג. װען זײ זאָלן פּראָסט דאַװענען װאָלט דער בוחן כּליות נישט געװוּסט פֿון װעם זײ רעדן. האָבן זײ ערפֿינדן אַ פּאַטענט, אַ קאָפּשטיק און געזאָגט העם הזה און זײ האָבן באַװינקעלט דעם באַשעפֿער אַז ער האָט בלית ברירה זיך נישט געקענט אַרױסדרײען און ער האָט געמיזט קומן צו זײערע הילף. און װאָס איז דער פּשרה? אַז מען גײט ביזן זאַל מיט אַ קאַפּעליטש און מען נעמט דעם שטרײַמל מיט אין דאָס שאַכטל. אַזױ װי מען קומט אָן אין דער זאַל געבט מען זיך אַ טו איבער און מען װערט באַלד העכער מיט אַ קאָפּ. מײנען מײַנע קריטיק אַז אָנגעפֿער אַזױ לעבט מען אָפּ דאָס לעבן. מען שטײט אױף אינדערפֿרי, מען קוקט אַרױס פֿון פֿענסטער און מען טראַכט װעלכע דעות זאָל איך הײַנט אָנטון און װיאַזױ זאָל איך זײ פֿאַרקניפּן. קריטיק מײַנער, איך װײס נישט װי איז בײַ אײַך אָבער בײַ מיר גײט עס נישט אַזױ און איך שטעל מיך פֿאָר אַז בײ אַנדרע אױך נישט. איך קען נישט זאָגן אַז ס'כאַפּט זיך נישט אַמאָל אַרײַן אַ כּפֿירהלע ליפּוי הלשון אָבער כּפֿירה ממש? איך שרײַב נישט מער װי מײַנע ספֿיקות און די קשיות װאָס פֿאַלן מיר כּסדר אײַן. איך צװינג מיר נישט די קשיות פּונקט װי איך צװינג מיך נישט צו גלײבן. אָדער גלײבט מען אָדער נישט, קײן בחירה איז אָבער אױף דעם נישט דאָ.
| |
שבת פּר' קורח
אַ נישקשהדיקן שבת. פֿרײַטיק צו נאַכטס האָט געדװאַװענט בײַ אונדז אין שיל אַ חזן הגדול. אָבער װאָס הײסט אַ חזן הגדול. האָט איר געדאַרפֿט פֿון אים הערן אַ מקולות מים רבים אדירים. נישט קײן הײמישע מעשות, װי משה מרדכי, ער מײנט ער קען דאַװענען װײַל ער קען זעצן יאָסעלעס אמר ר' אלעזר אמר ר' חנינא צו ממקומך. דאָס איז געװען אַ חזן מיט טעם, מיט אַ קול, מיט נוסח, מיט אַ קאָפּ שטימע, ער קען זעצן די װערטער, אַ ריכטיקע געלערענטע זינגער מיט אַלע מפֿרשים, אָן אַ שטרײַמל, איך מײן אַפֿילו נישט אַ זינגער, אַ טענאָר רופֿט מען דאָס, איך זאָג אײַך אָן אַ גוזמא אַ פּאַװאַראָטי. און האָט ער אַראָפּגעלײגט אַ דאַװענען פֿון לכו נרננה אָנגעהױבן ביז ושמו אחד. יעדעס װאָרט אױסגעטײַטשן װי צוריק אין חדר. כּי אתה ה' עליון אױף אַרױף, ה' למבול ישב מיט אַ גאָס, צורי ולא עולתה פּערפֿעקט װי פּערפֿעקט קען נאָר זײַן, און כאָטש איך װײס נישט דער טײַטש פֿון ואנפּהא נהירין בנהירו עלאה קען איך אײַך זאָגן ס'איז גאָר עפּעס העכערס. אָבער ושמרו האָט איר געדאַרפֿט הערן, נישט ממש ושמרו, איך מײן ביני. איז דאָס געװען אַ ביני, נישט אַ בײַני איבײַן בנײַ ישראל נאָר אַ בײני װי נאָר אַ בײני קען זײַן. אַלע טעמים פֿון לשד השמן ביז צפּיחית בדבש אַז מען האָט פֿאַרגעסן אַז דער מאָגן איז נאָך לער. דער ביני איז געשטאַנען און שטײט נאָך אַלץ װי אַן אות היא לעולם. חייִם, דער קאַרפּאַטישער ייִד אָן אַ באָרד װאָס דאַװענט בײַ אונז און האַלט אין גאַנצן נישט פֿון חסידישע מעשות איז אױך נתפּעל געװאָרן. ער שרײַעט אַלץ אױף די יונגעלײַט אַז װען זײ גיסן זיך אָן אַביסל יי"ש אין אַ בראָנפֿן גלעזל זאָלן זײ אױפֿהײבן דאָס גלעזל װײַל אַז נישט שיט זיך עס אױס אױפֿן טיש. ער האָט נישט גרעסערע דאגות פֿאַר אַ קידוש נאָר לײגן די פּלאַסטיקס אױף די טישטיכער אין מיטן אנעים זמירות. װען ס'איז דאָ תיקון לױפֿט ער אַלץ צו שנײַדן דער לעקעך בשעת װען אַנדרע בײַטן זיך איבער די תפֿילין פֿון רש"י צו רבינו תם. און ער האָט געקװעלט אױף דעם בעל תפֿלה. ער האָט געטראָגן אױפֿן פּנים אַ שמײכל פֿון נקמה 'זעט עטץ חסידים, דאָס איז נישט קײן שטיקעס, דאָס איז אַ חזן, אָט אַזױ הײסט געדאַװענט' און געמאַכט מיטן פֿינגער צו צײגן סאַראַ חזן דאָס איז. נאָכן דאַװענען װען מען האָט שױן געטאָרט אױסרעדן הער איך װי ל. ד. זאָגט פֿאַר זײַן שכן 'איך האָב הנאה פֿון אַזאַ דאַװענען אָבער דער עולם דאָ פֿאַרשטײט נישט צו דעם.' פֿאַרשטײט איר מיר, דערנאָך זאָגן זײ אַז אני הקטן בין מוציא לעז אױף כּלל ישראל. איך זאָג אַז דער װאָס האָט הנאה זאָל װײַטער הנאה האָבן און זיך באַלעקן די פֿינגער. װײַטער דער װאָס פֿאַרגינגט נישט דעם בעל תפֿלה צו זאָגן אױף אים אַז ער יכולט נישט שלעכט, און ער פֿאַרגינט זיך נישט הנאה צו האָבן דאָ און דאָרט און פֿאַרגינט אױך נישט אַנדרע זײערע הנאה װײַל 'זײ פֿאַרשטײן נישט' זאָל מוחל זײַן זיך װײַטער פֿאַרטיפֿן אין זײַן עלים לתרופֿה און חלילה נישט אַרױסקוקן װײַל מען קען אים כאַפּן לאַכן מיט די קינדער און שמײכלן מיט די ערװאַקסענע וכן לא יעשה. אַהײמגעקומן האָט מען גערעדט בײַם סעודה פֿון קורח ועדתו און צו יום שבת קודש הוא האָט מען געזינגן דער ניגון פֿון משה אמת ותורתו אמת. שבת אינדערפֿרי אױפֿן װעג אין שיל האָב איך געזען אַז אַ פֿאַמיליע האָט זיך אַרײַנגעצױגן אין אַ הױז װאָס איז לעצטענס געשטאַנען לײדיק. אַז איך האָב געזען קינדער בײַם פֿענצטער האָב איך געלױבט דעם פֿון אױבן אַז הרחיבי מקום אהלך. ס'איז מיר אײַנגעפֿאַלן אַז דער טעם פֿאַרװאָס בלק האָט געזען אַז די טירן פֿון די געצעלטן זענען נישט געװען אײנער קעגן דער צװײטער איז געװען װײַל מען האָט געקענט אַרײַן זען פֿון די פֿענצטערס. אין שיל איז געװען אַן אױפֿרוף און װידער אַ בעל תפֿלה מיט אַ הלל. בײַ קריאת התורה האָב איך געזען אַז רש"י האָט יאָ פֿאַרשטאַנען צו פּאָליטיקאַנטן. װײַל אױף ויקהל עליהם קורח זאָגט רש"י אַז קורח איז אַרום געגאַנגן צו אַלע שבטים און זײ געזאָגט 'איר מײנט איך טו דאָס פֿאַר מיר? איך טו דאָס בלױז פֿאַר אײַך' װי דער בעסטער פּאָליטיקאַנט. האָב איך געהאַט אַ שטיקל הרהור תשובה אױף מײַן לעצטער שטיקל. אַז מען האָט געזאָגט השמים כּסאי האָב איך מיך געלעקט דער װאָנזע פֿון דעם טעם פֿון אַ שבת ראש־חודשדיקן הפֿטרה. בײַ מוסף האָב איך אָנגעהױבן תכנת שבת און זיך דערמאַנט בײַ ישמחו און געמיזט װידער אָנהײבן אתה יצרת, אָבער גלײבט מיר אתה יצרת איז עס װערד. קידוש, פֿאַרביסן, לחייִם, מזל טוב, אַסאַך נחת, מערטשעם בײַ דיר אָף שמחות, און אַהײם, אָבער נישט פֿאַרן באַמערקן װי אַ יונגערמאַן זיצט און ריקט אַרײַן אַ טעלער טשולענט און זאָגט פֿאַר זײַן זין, 'עס דיך נישט אָן דאַרפֿסט נאָך עסן אין דער הײם.' אונטערװעגענס אַהײם באַגעגענט מיר אַ יונגערמאַן און ער פֿרעגט מיר האַלב בלחש צי איך האָב געהערט אַז דער גאַנצער שײטל מעשה איז אַ בױדם. ער האָט עס מיר געפֿרעגט און מיר אָנגעקוקט כּאילו װער װײסט צי איך בין אױך פֿון די סקעפּטישע און צי ער קען מיר געטרױען מיט זײַנע ספֿיקות. אַזױ האָט עס מיר אױסגעזען. האָב איך אים געזאָגט אַז ס'איז בײַ מיר נישט אַ חידוש. איך געטרױ נישט אונזערע הײמישע ייִדן אױף פּשוטע פֿאַקטן קל וחומר אױף װאָס טוט זיך אין אינדיע. זאָל נאָר פּאַסירן אַן עקסידענט אין אַ ייִדישער גאַז און גאַנץ כּלל ישראל נעמט זיך צאַם לקיים מה שנאמר וכל העם רואים און ס'זאָל עמעצער אָנפֿרעגן דאָרט בײַ צװײ דרײַ פֿון די אַרומיקע װאָס האָט פּאַסירט װעט מען באַלד זען אַז מען קען די חברה נישט געטרױען איבערצוגעבן װאָס זײ האָבן נאָרװאָס געזען. אדרבה מען שטײט און פּשעטעלט װי גרױסע בהמות די פּאָליצײַ זענען און פֿײַערלעשערס מאי קא משמע לן. איז אַז זײ װײסן נישט װאָס טוט זיך אױף זײערע שװעל זאָל איך זײ געטרױען מיט קאָמפּליצירטע קולטורע און שפּראַך חילוקים װאָס איז בײַ זײ כּרחוק מזרח ממערב? איך מאַך נישט קײן שום גוזמא װען איך זאָג אַז מען קען מענטשן נישט געטרױען מיט פֿאַקטן. בדידי הויִ עובדא שבת אינדערפֿרי האָבן מיר געהאַט אין דער פֿאַמיליע אַ שמחה און מיר האָבן געגעסן בײַ מײַן שװער. האָט זיך פֿאַרצױגן דער שמועס צו מײַזלעך, די שונאי ישראל װאָס גאַנץ אַמעריקע איז זײ צו קלײן און זײ קענען זיך נישט געפֿונען אַ פּלאַץ חוץ פֿון אין אַ פּאָר הײמישע געסלעך אין ברוקלין. רופֿט זיך אָן אַ פֿרױ, אַ נאָרמאַלע פֿרױ לכל הדיעות, אַז אַ בילד פֿון ר' ישעיהלע קערעסטירער איז בדוק ומנוסה צו פֿאַרטרײַבן די מײַזלעך. ס'װעט קײנעם נישט זײַן אַ חידוש אַז זי גײט אױך אַ סינטעטישן שײטל. און דערפֿאַר אַז די פֿרױ און די מענער בדומה לה װעלן מיר זאָגן אַז ס'איז טאָג אינדערױסן װעל איך צוגײן צום פֿענצטער בודק זײַן. מ'איז פֿאַרגלײבט אין דיבוקים און אין מקובלים און אין אָטיסטישע קינדער און פֿון יעדער שגעון תחת השמש מאַכט מען באַלד אַ ייִדישקײט איז װי קען מען זײ גלײבן מיט פֿאַקטן און אַנאַליז פֿון אַנדרע ריליגיעס? האָבן מיר, כּלומר איך און מײַן בן שיח, באַשלאָסן אַז ס'איז די אומגליק פֿון די פֿרױען אַז די 'שאלה' האָט זיך געמאַכט אױף זײערע שײטלעך װאָס איז סײַװי אַ בדיעבד שבדיעבד און נישט מער װי אַ שרץ װאָס מען האָט מתיר געװען מיט הונדערט פֿופֿציק היתירים. די חסידים װאָס אַלגעמײן װערן זײ נישט אַזױ שנעל נתפּעל פֿון אַ געטשקע װאָלטן געדאַרפֿט זײַן פֿון די מתירים אין אַזעלכע סאָרט ענינים, אַזױ װי בײַם עירוב. צו זײערע קרעדיט מיז מען צולײגן אַז װען דינער איז געקומן צום התאחדות הרבנים האָט מען אים אַפֿירגענומן און חוקר ודורש געװען און אַפֿילו אים אָפּגעשפּעט מה שאין כּן די ישראלים װאָס האָבן זיך אין אים פֿאַרגלײבט װי אין אַ געטשקע. למעשה אָבער אַז ס'איז געקומן צום פּסק האָט נישט געפּאַסט די הײליקע חסידים מתיר צו זײַן שײטלעך װאָס אפֿילו די ליטװאַקעס אסרן. איז עס נעבעך געװען דער אומגליק פֿון פֿרױען די מלומדי מכּות צו כאַפּן נאָך אַ זעץ. ס'איז דאָך שבת אינדערפֿרי האָב איך צוגעלײגט צו מײַן חבר אַ װאָרט צום סדרה. ס'איז ידוע דער מדרש אַז און בן פּלתס פֿרױ איז געשטאַנען בײַם טיר און זיך אױסגעקעמט איר לאַנגע האָר און אַזױ איז איר מאַן נישט אַרײַנגעפֿאַלן צו קורח אין זאַק. פֿרעגט זיך די פֿראַגע אַז אױף די קורחניקעס טוט דער פּסוק מעיד זײַן נשיאי עדה, אנשי מועד, קרואי שם. דאָס הײסט װי מען זאָגט בײַ אונז מסלתה ומשמנה פֿון חרדישע יודנטום. איז װי קומט עס צו אַזאַ פֿרױ אַז זי זאָל האָבן האָר צו קעמן? און זי איז דאָך אַװדאי געגאַנגן אין אַ הײמישע מקווה איז װען זי װאָלט געװען אַ מופֿקרת אַ פֿאַרדאָרבענע װאָלט מען דאָך אױף איר באַלד געװוּסט איז װי קומט עס אַז מען האָט אױסגעקליבן איר מאַן לכתחילה? נאָר דער תירוץ איז פּשוט. לעולם האָט זי זיך געשױרן און אַפֿילו קײן בײַהאָר האָט זי נישט געהאַט. זי איז אפֿשר אפֿילו געגאַנגן אַ יאַרמולקע אונטער איר שײטל. און װען ס'איז אַרױסגעקומן דער שאלה אױף שײטלעך האָט זי באַלד אָנגעטון אַ סינטעטישן שײטל ויש מרבותינו דורשין אותה לשבח און זאָגן אַז זי האָט גאָר אָנגעטון אַ שפּיצל. אַז זי האָט אָבער געהערט אַז איר מאַן איז אַריבער צו די קורחניקעס און קהל רופֿט אַן אַסיפֿה דן צו זײַן דעם ענין בכובד ראש האָט זי באַלד צוריק אָנגעטון אַ יומן הער שײטל און עס אױסגעקעמט בײַם טיר. אַז די טובי הקהל זענען אָנגעקומן און זײ האָבן געזען אַז זי פֿאָלגט נישט די גדולי ההוראה שליט"א האָבן זײ געזאָגט עד כאן, קורח קען נישט האָבן בײַ זיך יונגעלײַדט װאָס לאָזן צו בײַ זיך אין שטיב אַזעלכע עוולות. מען האָט געלאָזט דריקן פּאַשקעװילן אַז ס'איז גאָר מרומז אין זײַן נאָמן און (עיין רש"י ראשית אוני.) מען האָט באַלד אַרױסגעטריבן די קינדער זײַנער פֿון די מוסדות און אים אַרױסגעשטעלט פֿון דער וועד, וכל העם ישמעו ויראו. האָטס מיר אַלע אַ גוטן חודש. תמוז מאַכט זמני תשובה ממשמשין ובאין און זײַט מיר מוחל אַז מיט דעם ראשי תיבות האָב איך אײַך פֿאַרהרגט דעם טעם פֿון אַ פֿעטן ראיה אסורה.
| |
פּרשה זו יפֿה נדרשת
אױ זאָל מיר רבי תנחומא זײַן געזונט מיט זײַנע װוּנדערבאַרע קלאָץ קשיות. הערט איר אַ שאלה טלית שכּולו תכלת חייִבֿת בציצית או לא, בית מלא ספֿרים חייבת במזוזה או לא. אַלץ קינדער איז מען געזעסן און געניסט פֿון דער נאַרישקײט פֿון קורחס קשיות. און דערנאָך האָט מען געלערענט וקורח שפּיקח היה און קײנער האָט נישט געפֿרעגט צי דאָס איז טאַקע געװען דער סך הכּל פֿון זײַן פּקחות אַז ער האָט געקענט באַקן שײנע פּורים תורות. לאָמיר אָבער מאָדערניזירן אַביסל די שאלות. קאַר מלאה בענזין צריכה גאַז או לא? אמר להם צריכה. התחילו לשחק עליו אפֿשר קאַר של קרוז קאָנטראָל וסטעריו של בלאַױפּונקט גאַלאָן אחד של גאַז דוחפֿה זו שכּולה של גאַז לא תדחוף את עצמה? עיר מלאה כּפֿולי שמונה חייבת בעירוב או לא? עיר מלאה עם הנבחר צריכה בחירות או לא? און אױף אַזעלכע קשיות האָט דער ישמח משה געזאָגט אַז װען ער װאָלט געלעבט אין יענער צײַטן װאָלט ער געװען נוטראַל װײַל אַזױ שטאַרק איז געװען דער כּוח פֿון קורח. איך מיז זאָגן אַז אָדער זענען זײַנע אײניקלעך נישט גענעטיש אָפּגעשטאַמט פֿון אים װײַל צװישן זײ איז נישט דאָ קײן אײן נוטראַלע אָדער האָט דער ישמח משה זיך צופֿיל אונטערגעשאַצט. מיט רבי תנחומא האָבן מיר אָבער נאָך נישט געפֿאַרטיקט. דער רבי תנחומא איז בא ללמד ונמצא למד. ער איז געקומן לערנען פּשט אין קורח און ער האָט דערצײלט מער אױף זיך און װי אין דער רבנישע ליטעראַטור לערענט מען אָפּ די מחלוקת. איך האָב צײַט צו מאַכן בלױז צװײ מערקונגן. דער ערשטער איז אַז װי אַלעמאָל װען עמעצער קריגט זיך אױפֿן צדיק הדור װעט זיך קײנער נישט אַװעקזעצן קלערן אפֿשר האָט ער עפּעס צו זאָגן. װײַל קען זײַן ס'װעט זיך פֿון זײַנע רײד עפּעס קלעבן. מען זאָגט אױך נישט אַז דער צדיק הדור מיז זײַן גערעכט. פֿאַרקערט מען זאָגט מען מעג האָבן טענות מחמת דער גרױסע עניוות פֿונעם רבין. נאָר מען דאַרף זײ מסדר זײַן אױפֿן ריכטיקן פּלאַץ, כּלומר אין אַ קלא דלא משתמע בשעה שאינו לא יום ולא לילה. 'דער שײגעץ אָבער, דו מײנסט ער מײנט דעם צדיק, דעם רבין, דעם רב, דעם ראש ישיבה? אַ נעכטיקן טאָג! ער מײנט ייִדישקײט. ער איז אַ גראָבער ייִנג. שלח ידיו בשלומיו חלל בריתו, אַ פּאַסקוטניאַק. ער װיל אומברענגן דעם דרך ישראל סבא און ער פֿאַרלײגט זיך אױף די רבנים משום מראית העין און אונזערע פֿליכט איז מגלה צו זײַן קלונו ברבים.' און דאָס האָט רבי תנחומא אױך געזאָגט. אין פּסוק שטײט נישט אַ װאָרט אַז קורח האָט זיך געדינגן אױפֿן תורה, ער האָט זיך געקריגט אױף משהן און אהרןן. אַנשטאָט אַרײַנגײן אין װאָס קורח האָט געװאָלט האָט מען אים געמאַכט פֿאַר אַ לץ, אַ משכּיל. 'הײסט עס אַז ער איז גאָר אַ לץ איז דאָך לצנות אחת דוחה מאה תוכחות און װאָס האָבן מיר פֿון אים צו רעדן. ער איז נישט אַן אינטעלעגענטער מענטש, אַן אױפֿגעקלערטע גױ, זײ זענען אַלע מודה מיט אונז. ער איז אַ פּראָסטער לץ און זאָל ער פּײגערן.' והשנית, איז עס אױך פֿאַרדעם װײַל די רבנים זאָלן זײַן געזונט פֿאַרשטײן נישט אַזאַ טענה כּי כל העדה כּלם קדושים. דעמאָקראַטישע באַגריפֿן זענען אַזױ װײַט פֿון זײ אַז זײ פֿאַרשטײן נישט װיאַזױ דאָס קען אָנדרײען אַ פֿאָלק. דערפֿאַר האָט קײנער נישט געװוּסט צו זאָגן אַז קורח איז נישט בעסער געװען פֿון משה און אַהרן װײַל ער האָט דאָך אױך געװאָלט אַ פּאָסטן פֿאַר זיך אַלץ אַ טאַטענס אַ קינד. סך הכּל האָט ער געזאָגט אַז מען זאָל זיך מיט אים אױך טײלן מיט די גנבות. ממש װי בזמנינו. די אָ דעמאָקראַטישע טענות רעדן נישט צו די הײליקע רבנים. אַז מען זאָגט זײ אָבער אַז ער האָט מלעיג געװען על דברי חכמים און אַז ער האָט מחרף און מגדף געװען פֿאַרשטײן זײ שױן מאי כּולי רעש. און אַז די שאלה איז נאָך אַ קלאָץ קשיא פֿאַרשטײט מען באַלד אַז ס'האַנדעלט זיך מיט אַן אױסװאָרף. ועוד נראה לי אַז די רבנים זאָלן זײַן געזונט זענען אַזױ אָבסעסירט מיט הלכה אַז זײ קענען זיך נישט פֿאָרשטעלן סתם אַ פּאָליטישע קריגערײַ. דערפֿאַר פֿרעגט עשו װיאַזױ מען מעשרט זאַלץ און קרח פֿרעגט אױף הלכות מזוזה און הלכות ציצית. אַז אַפּאָר טױזענט יאָר שפּעטער װעט יעקב און נישט עשו זײַן דער װאָס פֿרעגט היאך מכשירין את המים האָט אפֿילו פֿאַר חז"ל נישט געקענט אײַנפֿאַלן.
| |
ושננתם לבניך
יענער װאָך איז געװען אַ דערהױבענער װאָך בחצרות קדשינו. פֿאַר די װאָס האָבן נישט באַמערקט איז דער צאָל אַריבערגײער פֿון אונזערע שטיבל געשטיגן איבער פֿערציק טױזענט. שטעלט אײַך פֿאָר פֿערציק טױזענט נפֿאַשעס האָבן זיך דורך געגליטשט אױף אַ באַנק זאָגענדיק אך צדיקים יודו לשמך, פֿערציק טױזענט פּערשױנען האָבן אַ קוש געטון דער מזוזה, פֿערציק טױזענט בני אדם האָבן זיך עטװאָס דערנענטערט צום באַשעפֿער. אי"ה האָפֿן מיר צו מאַכן אַ מעמד נשגב דערפֿון און בכדי לזכּות את הרבים װעלן מיר אי"ה אָפּדרוקן דער דרשה. שבת האָט מיר מײַן פֿרױ געזאָגט אַז די נישט פֿאַרמעגלעכע האָבן נעבעך די מערסטע געליטן פֿון די עבודה זרה גזרות. די בעסערע מענטשן האָבן אַלע איראָפּײיִשע האָר און איבער זײ איז נישט פֿאַראַן אַ שאלה, װײַטער די שלעפּערס האָבן אײביק געטראָגן סינטעטישע האָר. די מיטעלע, די װאָס פֿאַרשטײן נישט צו פֿיל און טון װיאַזױ מען הײסט זײ זײ האָבן די מערסטע געליטן װײַל זײ גײן דער ספֿק אינדיאַנע האָר און זײ האָבן נישט דער חוצפּה פֿון די עשירים צו פֿאַרשטײן בעסער װי די רבנים. אין שיל רעדט מען נאָך אַלץ דאָ דאָרט פֿונעם שײטל ענין. איז געװען אַ שמועס צי ס'איז יאָ אַ חילול השם צי נישט. רופֿט זיך אײנער אָן אַז די גױים פֿאַרשטײן אַז מיר האָב אַ גאָט און ער לאָזט אונז נישט. און איך האָב מיך דערמאַנט װאָס איך האָב דאָ הערשט געשריבן װי מיר זענען אַזעלכע געװאַלטיקע מבינים איבער װאָס די גױים טראַכטן. יענער װאָך האָב איך פֿאַרברענגט אין פֿרום־טינס װי דער גבאי זעט אױס צו זײַן אַ מבין אינעם ענין. ער זאָגט דאָרט נאָך פֿון רב דונער אַז ער טענהט אַז דאָס װאָס אַקאַדעמיקער לערנען נישט אָפּ דער עבודה װי ער האָט עס אָפּגעלערנט איז װײַל זײ מה יפֿית זיך פֿאַר די מערבדיקע װעלט און שעמן זיך צו זאָגן אַז מען איז מקריב האָר צו אַ גאָט. ער האָט אָבער געטראָפֿן פּרימיטיװע הינדוס, כּלומר דער פּאַראַלעל פֿון די מאה שעריםדיקע סאָרט, און זײ האָבן אים דערצײלט דעם גאַנצן אמת. און איך האָב מיך דערמאַנט װידער װאָס איך האָב געשריבן אַז מען קוקט אין אַ שפּיגל און מען מײנט ס'איז ברילן. אונז חרדישע ייִדן האַלטן מיר אין אײן שטעלן אַ פּנים און דערצײלן פֿאַר דער װעלט אײן מעשה כּדי לשבר את האוזן און 'נישט מאַכן אַ חילול השם' און בײַ מיר האָבן מיר אַן אַנדרע מעשה װאָס דאָס זאָגט מען נאָר לפֿני ולפֿנים אױף מאַמע לשון. נו, אַז אונז טון מיר אַזױ איז בײַ זײ מן הסתם אױך אַזױ און אַזױ װי עס ייִדעלט זיך אַזױ הינדוט זיך. און מיט אַזאַ שמע מינה קען מען שױן איבערדרײען אַ װעלט.
יעדער שבת האָב איך אַזאַ פּראָבלעם מיט מײַנע קינדער. איך פֿון מײַן זײַט װאָלט געקענט באַשטײן מען זאָל אין חדר מיט זײ לערנען נ"ך און משניות, און גמרא איבערלאָזן װען זײ זענען נאָך דער בר־מצװה אָדער אפֿילו שפּעטער װען זײ האָבן דאָס קאָפּ דאָס אַלעס צו פֿאַרשטײן. ס'איז נישט נאָר אַז איך װאָלט געקענט באַשטײן נאָר איך האַלט אַז סײַ ס'װאָלט געװען נוצלעך אַזױ צו טון װײַל אין דער איבעריקער צײַט װאָלט מען געקענט אױסלערנען די קינדער צו שרײַבן און פֿאַרשטײן לשון הקודש געהעריק און זיך אױסשפּרעכן אין אַן עסײ וכּדומה, די סאָרט זאַכן װאָס מען לערנט קײנמאָל נישט אױס. און סײַ ס'איז דאָ שאָדן פֿון דער הײַנטיקער סיסטעם װײַל די קינדער קענען נישט נ"ך, אַן אַלטע השכּלישע טענה, און די קינדער און בחורים קענען זיך נישט געהעריק אױסשפּרעכן אױף פּאַפּיר און אַזױ בלײַבט עס װען מען װערט ערװאַקסן. אױכעט די גמרא װאָס מען לערנט מיט זײ יאָ לערנט מען אױס פֿון אַ פֿריער עלטער דורך מלמדים װאָס זענען גאַנץ קנאַפּע קענערס און לערנען אױף יוצא צו זײַן. אָפֿט טון זײ אײַנװאָרצלן און די קינדער גרײַזן פֿון לערנען, פֿון װיאַזױ צוצוגײט צו אַ בלאַט גמרא און על פּי רוב װערט עס קײנמאָל פֿון די קינדער נישט אױסגעריסן. פֿיר איך דאָך אָבער נישט קײנע מוסדות און איך האָב קײן דעה נישט איבער די לערן־פּראָגראַמן. איבער מײַנע קינדער האָב איך יאָ אַ געװיסע קאָנטראָל. קומט שבת און איך זאָג פֿאַר מײַנע קינדער, קומטס לאָמיר עפּעס לערנען. זײ זאָגן גמרא און משניות װײַל דאָס איז אין חדר אַ גדולה און איך זאָג חומש אָדער נ"ך װײַל ס'איז נישט אַן אָנגעצױגענער לימוד און מען קען זיך איבער דעם דורך רעדן. מיז איך זײ צום סוף נאָכגעבן. װײַל ס'איז פֿײַן און װױל אַז איך זאָל האָבן מײַנע משוגעתן אָבער אַז זײ װעלן זען אַז מיר אינטערסירט נישט זײערע לימודים װעלן זײ זיך נישט אָנשטרענגן אין זײערע און דאָס װיל איך נישט. זײ מיזן נישט זײַן פֿון די שװאַכסטע אין דער כּתה װײַל זײ האָבן אַ טאַטע װי איך. זעצט מען זיך לערנען גמרא און איך ערװאַרט מן הסתם צופֿיל פֿון זײ. אַז ער זאָגט אַ משנה געפּאַפּעגײַט װי מען לערנט עס אים אױס, פֿרעג איך אים װער װאָס װוּ װען. אַז ער לערנט מסכת ביצה װעגן מתוך און הואיל פֿרעג איך אים אױס מתוך װאָס און מתוך װען, װאָס איז דאָס הואיל און װיאַזױ אַרבעט עס. נישט קאָמפּליצירטע לומדות נאָר פּשוט פּשט. ער װערט אָבער צוגעלײגט װײַל ער זאָגט איך פֿאַרלאַנג פֿון אים צופֿיל. ער פּראָבירט מיר צו ענטפֿערן אַז ס'איז תוספֿותס קשיא און יענער פֿרעגט עס. למעשה זאָגט ער נישט װײניקער פֿון װאָס מען האָט אים אױסגעלערנט און אַז איך בין אַנטױשט איז עס נישט מיט אים נאָר מיטן סיסטעם אין װאָס מען האָט מיך אַראָפּגעלאָזט. אײן װאָך זאָגט ער מיר אַז די שאלות װאָס איך פֿרעג אים זענען אַזױ װי די שאלות װאָס מען פֿרעגט אים בײַ ענגליש. דאָס הײסט אַז מען גיבט אים אַ מעשה צו לײענען און דערנאָך פֿרעגט מען װוּ איז דער קאַץ געלאָפֿן, פֿאַר װעם האָט געהערט דעם הינט אואַז"װ. דאָס הײסט נאָרמאַלע שכלדיקע שאלות װאָס האָבן נישט קײן פּלאַץ אין בית־המדרש. דאָרט פֿאַרענטפֿערט מען ר' עקיבא איגרס פֿאַר מען װײסט נאָך װאָס דער גמרא װיל. איך װײס אַז ער איז אין דעם נישט שולדיק און איך האָב מיך שױן אױסגעלערנט אַז איך דאַרף אים לאָזן אױסרעדן און בסבר פּנים יפֿות װעט ער זיך לאָזן אױסהערן. אָבער אין דער זעלבער צײַט קומט עס מיר שװער אָן װײַל איך דאַרף צוקוקן װי מען גנבעט פֿון מיר אַװעק מײַן זין און איך קען קײנעם נישט באַשולדיקן אױסער מיר. און װי איך קוק מיך אום זע איך װי מען טוט עס צו אַלע, נאָר מיט אײן חילוק. איך רעד מיט עלטערן און איך זאָג זײ מײַנע טענות און זײ זענען מיט מיר מסכּים אָבער זײ פֿאַרלירן איבער דעם נישט קײן שלאָף. אפֿשר איז עס װײַל זײ מאַכן שנעלער שלום מיטן מצב װי איך, אפֿשר איז עס װײַל כּל זמן די קינדער בלײַבן אױפֿן דרך איז דער רעשט אַלעס אַ טפֿל, אָדער אפֿשר גאָר װײַל קײנער האָט נישט ליב מודה צו זײַן, אַפֿילו צו זיך, אַז ער ציט אױף זײַנע קינדער אָן קײן זינען ממילא מאַכט מען אַװעק די קריטיקער. ס'איז נישט ממש אַזױ, ערגעץ אַנדערש איז אױך נישט בעסער, מען פֿאַרהערט זיך גאַנצע בלאַט בעל פּה און מען פֿלאַנצט אײַן אין די קינדער יראת שמים און דאָס קען מען נישט פֿאַרהערן און אָפּשאַצן און טראָץ מײַנע טענות איז עס גאָרנישט אַזױ געפֿערלעך. און װער װײסט אפֿשר זענען זײ טאַקע גערעכט. אײן זאַך װאָס איך טו נישט, דערװײַל, איז אַז איך נעם נישט מײַנע קינדער צו די אבות ובנים פּראָגראַמן װאָס שפּראָצן אױף איבעראַל װי שװעמלעך נאָך אַ רעגן. איך קען עס נישט סובל זײַן אַז אַזאַ יוניװערסאַלע באַציונג צװישן אַ טאַטע און אַ קינד האָט מען אינסטיטוצירט און געמאַכט דערפֿון אַ גאַנצע אידיאָלאָגיע. איך בין נישט זיכער צי װײַל די אױפֿגעקלערטע מחנכים געטרױען נישט די עלטערן אַז זײ זאָלן אַלײן לערנען מיט די קינדער האָבן זײ דאָס אײַנגעפֿירט, אָדער צי דאָס איז װײַל זײ װילן אַז טאַטעס זאָלן כאָטש פֿאַרברענגן אײן מאָל אַ װאָך אױף אַ שעה מיט די קינדער. קען מען דאָך נישט מאַכן אַ שאַך קלוב, אָדער זײ זאָגן זײ זאָלן גײן כאַפּן פֿיש צוזאַמן אָדער גײן קוקן אַ ספּאָרט װײַל ייִדן טון דאָס נישט. ברענגט מען זײ אין בית־מדרש אַרײַן און דורך תורה האָבן זײ אַ פֿאַראײניקטע שפּראַך. און אױף דעם האָט גאָט אונז מבטיח געװען לא ימושו מפּיך ומפּי זרעך עד עולם.
| |
מחאה אדירה
מי בקש זאת מידכם...? גם אני מצטרף לקריאת הרבנים שליט"א למחות על הצלם בהיכל הבלאָג"ס שהיכנסו תחת מסווה של התחדשות והשתפּרות. ידועים דברי החתם סופר זי"ע שחדש אסור מן התורה ומי לנו גדול ממשה. ומה שאומרים שכל ההכנסות קודש לבדק הבית הלא יאה עניותא לישראל ומזונותיו של אדם קצובין לו מר"ה. ועל הטוענים שהידור מצווה נעשה כאן נתעלמה מהם משנה מפורשת הירוק ככרתי פסול ואסמכתא דקרא מואביה ירוק ירק בפניה. וגם התורה נתנה מעיל שחורה על גבי כתונת לבנה ומה להם לצבעות ה' בבית ה'? ובזכות הנענועים והבל פיהם של נאַ נאַח נעשה רושם למעלה להעביר רוע הגזירה של נענע כי זה לעומת זה עשה אלקים.
החותם בדמע הק' קטלא קניא חונה פה ק"ק בלאָג והבלאָגלילות
לאור קריאת גדולי הדור שליט"א נתאזר עוז ונחלץ חושים ונתאסף כולנו לככר השבת מול בניני זופּניק להוקיע בשער בת רבים שועלים המחבלים את הכרמים ברב עם הדרת מלך והן קל כביר לא ימאס ונתריע ביחד להעביר מחשבתם הרעה אשר זממו לעשות. ולקיים דברי הקטלא קניא שליט"א נתחמש עם כפות תמרים ופרי עץ הדר כדי לקיים דברי המדרש במה שישראל יוצאין מלפני הקב"ה ולולביהן ואתרוגיהן בידן אנו יודעין דישראל אינון נצוחייא. (ע"פּ הוראת הגאונים שליט"א נא להקפיד שהאתרוגים יהיו נקיים מירקרוקת כדי שלא ליתן פתחון פה)
ישאו מדברותיהם להשמיע דברי התעוררות ת"ח מופלגים שלא כרעו לבעל ואינם נהנים ממקורות זרים.
כולנו לככר השבת! איש בל יעדר!
וועד המעוררים
| |
כּדת מה לעשות
מײן שאלה פֿון קידוש און מוסף האָט מיך דערמאַנט אַז איך װיל שױן לאַנג אָנהײבן אַ בלאָג פֿאַר שאלות װאָס פֿאַלן מיר כּסדר אײַן. כאָטש איך זוך אױף זײ נישט קײן תשובה און איך ניץ מײַן פּראַקטישקײט זיך מיט זײ אַן עצה צו געבן זענען זײ אָבער דאָרט צו קוטשן. אַ סאַך זענען טאַקע פֿון די היאך מעשרין את המלח סאָרט אָבער הײַנט שיקט מען פֿאַקסן מסוף העולם ועד סופֿו אױף אַזעלכע קאָפּשטיקן ממילא איז כּדאי זײ אױפצושרײַבן און זאָלן זײ ליגן עד שיבא אליהו און ער װעט װעט פּושט זײַן די ספֿיקות. איך װעל בלי נדר שטעלן אַ קשר אין דער זײַט און כּסדר אױף פֿרישן דאָס שטיקל װען ס'פֿאַלט מיר אײַן אַ פֿרישע שאלה. לײענערס זענען אױך געלאַדענט צו שטעלן זײערע שאלות און װער װײסט אפֿשר װעט מען האָבן אַ פּאָר תשובות אױך. וזה החלי בעזרת צורי וגואלי׃ ד. יענער װאָך מוצאי שבת בין איך אַהײם געקומן פֿון שיל און מײַן פֿרױ איז געשטאַנען בײַם אָפּגאָס און געװאַשן די געשיר. אױף די הענט האָט זי געהאַט אָנגעטון גומינע הענטשקעס. איך האָב אָנגעהױבן הנה קל ישועתי און זי האָט זיך צוגעשטעלט צום טיש הערן הבדלה. אַז ס'איז געקומן צו בורא מאורי האש איז מיר אײַנגעפֿאַלן צי זי דאַרף אױסטון די הענטשקעס פֿאַר זי קוקט אױף די נעגל אָדער אײַנבײגן די פֿינגער און זײ אױסגלאַכן איז דינו. ג. די װאָך האָב איך געהאַט אַזאַ שאלה. איך האָב מיך געקױפֿט אַן אױסקלײַבונג פֿון פּירות אין אַ געשעפֿט װאָס האָט אַן אױסשטעלונג פֿון אַלע סאָרט פּירות כּמנהג די קראָמן איבערהױפּט אין דער זומער. דער געשעפֿט האָט נישט קײן הכשר אָבער נישט דאָס איז מײַן שאלה װײַל װאָס קען דען נישט טױגן מיט אַ ביסל צושניטענע אױבסט. זעץ איך מיך עסן און איך שטעק אַרײַן מײַן גאָפּל אין אַ קיװי, איך מאַך אַ העץ און איך באַמערק די טרױבן און איך דערמאַן מיך אַז מען דאַרף מאַכן דער ברכה אױף אַ פֿרוכט פֿון די ז' מינים. איז מײַן שאלה געװען אַזױ׃ זאָל איך עסן דער קיװי װיבאַלד אױף איר האָב איך געמאַכט דער ברכה צי זאָל איך אַרױסציען דער גאָפּל און עס אַרײַנלײגן אינעם טרױב און אַזױ װעט דער ברכה האָבן געװען אױף אַ טרױב װי עס דאַרף צו זײַן. למעשה האָב איך טאַקע אַזױ געטון פֿאַר דער זעלבע סבה אַז װען איך קום שפּעט אין שיל זאָג איך קדוש קדוש קדוש אפֿילו דאָרט װוּ מען טאָר נישט מפֿסיק זײַן. אַז גאָט דאַרף עס נישט האָבן קען ער עס אַװעקגעבן, איך אָבער אַז איך קום אין שיל װיל איך אַלעס זאָגן און אַז איך עס אַ פֿרוכט סאַלאַט איז מיר נײטיק אַז דער ברכה זאָל געלונגן. די שאלה איז אָבער גאָרנישט צו דער פֿיל שװערערע שאלה פֿון זאָל איך עסן דער מעלאָנע און דער אַנאַנאַס און דער מאַנגאָ װײַל החביב חביב קודם צי זאָל איך עסן דער עפּל און דער מאַראַנץ װײַל תדיר ושאינו תדיר תדיר קודם. דער פּראָבלעם איז אַז אױב מען עס די ליבילכע פּירות איז מיט יעדן ביס איז דאָ אַן עגמת נפֿש אַז ס'איז שױן נישט דאָ, מה שאין כּן װען מען עסט די עפּל איז טאַקע דער טעם נישט טעם גן עדן אָבער ס'איז דאָ אױף װאָס אױסצוקוקן. ממש אַ משל און אַ מוסר השכּל. איז עס כּדאי עסן די מאַנגאָס און די אַנאַנאַסן אױף דער װעלט און זיך באַגעניגן מיט עפּל אָדער ערגער אױף יענער װעלט, אָדער דאַרף מען אָפּלעבן דעם לעבן מיט עפּל אַלײן אױפֿן האָפֿענענונג אַז ס'װאַרטן אונז אָפּ מאַנגאָס לעתיד לבא. איך װײס נישט דער תשובה. און מען קען נישט אַ ראיה ברענגן פֿון די קינדער װאָס לאָזן איבער דער קאַרש אױפֿן טאָרט צום לעצטען װײַל דאָס איז אױך נאָר װײַל דער קאַרש ליגט פֿאַר זײ. ב. מײַן זין האָט מיר געפֿרעגט אַ שאלה אַזױ. ער האָט זיך נישט געװאַשן נעגל װאַסער און ער איז דערנאָך אַרױס געגאַנגן אין בית הכּסא. אַצינד װיל ער װיסן צי ער זיך װאַשן צװײ מאָל די הענט אָדער מיט אײן װאַש קען ער אָפּשװענקן צװײ טומאות? א. אַז אַ ייִד פֿאַרשמועסט זיך שבת אָדער יום־טוב אינדערפֿרי און דאַװענט נישט מוסף, דערנאָך קומט ער אַהײם און ער עסט דער סעודה, דערנאָך לײגט ער זיך צו און הערשט בײַ מנחה דערמאַנט ער זיך אַז ער האָט נאָך נישט געדאַװענט מוסף און ער דאַװענט מוסף און מנחה נאָכאַנאַנד, מה דינו לענין קידוש. מיז ער גײן קידוש מאַכן פֿאַר שלש־סעודות צי נישט?
| |
אם אני כּאן הכּל כּאן
יענער װאָך בין איך געװען אױף אַ בר־מצווה און ס'איז מיר אױסגעקומן צו זיצן לעבן אַן אַדװאָקאַט. למעשה איז עס נישט געװען יענער װאָך, נישט אַ בר־מצווה און נישט אַן אַדװאָקאַט. אָבער אױף כּדי לערבב השטן זאָל זײַן אַזױ און איר װײסט דאָך אַװדאי מעשה מיט דער ייִד װאָס האָט אױסגענאַרט זײַן חבר מיטן אמת. אַקיצור זיץ איך מיר בײַם סעודת מצווה און מען הײבט אָן צו רעדן, אָדער בעסער געזאָגט ער הײבט אָן צו רעדן און אָן אַ גוזמא לא פּסיק פּומיה. און איך רעד נישט אַצינד פֿון דברים בטלים אָדער לשון הרע. איך רעד דאָ פֿון נסים גלויים װאָס זענען מיט אים פֿאָרגעקומן. סייעתא דשמיאס און השגחה פּרטיתן װאָס בײַ מיר פּאַסירט נישט אין אַ שמיטה פֿאַלן בײַ אים אַרױס פֿון דער קעשענע. און װי ס'איז געװענדלעך מיט השגחה פּרטית פּערשױנען איז ער אױך אַ געװאַלדיקער גלײבער אין דער מאַכט און אין דער גערעכטיקײט פֿון מדינת ישראל. און האַנט אין האַנט מיט דעם זעט ער שנאת ישראל װי ער גיבט זיך אַ קער. ס'איז מסתמא אַזױ װײַל השגחה פּרטית מײנט אַ קאָנספּיראַציע פֿון דער פּמליא של מעלה צו פֿירן דער װעלט לטובת כּלל ישראל. בדרך כּלל די װאָס גלײבן אין קאָנספּיראַציעס גלײבן נישט בלױז אין אײנס נאָר זײ זען אַלעס לױט עפּעס אַ קאָנספּיראַציע. נישט נאָר האָט דער עף בי אײַ אַװעק געלײגט קענעדי, נאָר שב"כּ האָט אױך געהרגעט רבין, עם אײַ זעקס האָט געהאַרגט דײַאַנאַ, איבער יו עף אָס 'איז גאָרנישט אַזױ פּשוט' און דער בערמיודאַ דרײַעק 'איז נישט קײן חכמות.' איז מיר באַשערט געװען צו פֿאַרברענגן מיט דעם יאַט אַן אָװענט. װאָס עס פּאַסירט נאָר מיט אים איז מוראדיק און נישט צו גלײבן. אַז ער איז אַמאָל אַרײַן צו אַ שבעה איז עס פּונקט געװען װען יענער איז געװען בײַם נידעריקסטן און פּונקט האָר ער געזאָגט פֿאַרן אבל אַ דבר תורה װאָס יאָרן שפּעטער איז אים דער אבל מכּיר טובה אױף דער חיזוק און ער האָט פּונקט געזען דעם דבר תורה מיט אַ מינוט פֿאַרן אַרײַנגײן צו יענעם. דער 'מוסד' יאָ טאַקע די ישראלישע שפּיאָנען קומן אַסאַך צו אים אין ביוראָ און זײ נעמען אַ טיש און װערן נעלם אױף אַ פּאָר װאָכן און ס'איז בעסער אַז מען פֿרעגט נישט מיט װאָס זײ באַשעפֿטיקן זיך װײַל מען פֿאַרשטײט אַלײן אַז דער מוסד איז אַזױ װי משיח׃ דער װאָס װײסט זאָגט נישט און דער װאָס זאָגט װײסט נישט. אַז ער האָט גערעדט פֿון אַ ישראלישע ריכטער האָט ער אים באַטיטלט 'אַ מיאוסער ייִנג' און אַלץ פֿאַרדעם װײַל ער האָט געפּסקנט שלא להלכה אינעם ענין פֿון װער איז אַ ייִד. אַזױ האָט זיך פֿאַרצױגן אַן אָװענט מיט זײַן גדלות, און זײַן װיסנשאַפֿט, און זײַן עסקנות, און זײַנע מײנונגן. ממש װי הלל האָט געזאָגט אם אני כּאן הכּל כּאן. איך מאַך טאַקע ליצנות אָבער ערגעץ װוּ האָט עס מיר געקיצעלט אױך. אפֿשר איז ער גאָר נורמאַל און איך בין דער יוצא דופֿן? איך קען דאָך אים נישט באַשולדיקן װי איך באַשולדיק דער װאָס אין לו ד' אמות של הלכה בלבד. איך האָב אָבער שױן פֿון לאַנג אײַנגעזען אַז אױפֿגעקלערטקײט גם זה הבל ורעות רוח. אין ישיבות רעדט מען זיך אײַן אַז מיר זענען טאַקע צוריקגעבליבן אָבער ס'זענען דאָ אַסאַך אױפֿגעקלערטע און זײ זענען אױך מיט אונז מסכּים. והראיה אַרטסקראָל איז בוכשטאַבירט שלא על פּי דרך האר"י ז"ל. איז דאָך על כּרחך אַז מיר זענען נישט אַזױ צוריקגעבליבן װי מיר מײנען. ס'הערט זיך אַ סתירה אָבער װאָס קען איך טון אַז אַזױ טראַכט מען. האָב איך אָבער שױן באַמערקט אַז פֿערד קענען אױך פֿאַרשידענע חכמות און טאַנצן הױכע פּלױטן אָבער זײ בלײַבן אַלץ פֿערד. דאָס מײנט נישט אַז יעדער גלױביקע איז אַ פֿערד אָבער ס'מײנט יאָ אַז מען קען אָנקומן אױף גרױסע פּלעצער און זיך אױסצײכענען אין פֿאַרשידענע פֿעלדער און אַלץ בלײַבן אַן אידיאָט בבחינת פּתי יאמין לכל דבר. דער זאַך איז אַזױ. מיר װערן אױפֿגעצױגן אין אַ קלײנע שמאָלע סביבה און מיר טון דן זײַן דער װעלט מיט די ברילן װאָס מיר קוקן אױף זיך. מיר מײנען אָבער אַז מיר קוקן דורך אַ פֿענסטער אָן צו מערקן אַז מיר קוקן אין אַ שפּיגל. זענען טאַקע דאָ אַזעלכע װאָס קוקן אַביסל אַרױס אָבער זײ טון עס װי דאָס קינד װאָס קוקט אַרױס פֿון אונטער דער טלית אױפֿן װעג אין חדר צום ערשטן מאָל. זײ זען דורך אַ שפּאַרע גענױ װיפֿיל עס איז זײ נײטיק פֿאַר זײערע בילדונג און אַפֿילו דאָס װערט דורכגעזײַעט דורך זײערע איבערצײַגונג אַז כּלפּי דער תורה איז עס װי אַ דינסט פֿאַר אַ הערן. און זײ קומן אַרױס דערפֿון נאָך ערגער װי סתם אײנער װאָס איז נישט אַרײַן אינעם פּרדס װײַל זײ קענען אפֿילו דעם דע מה שתשוב. װעט איר זאָגן אַז אַנדרע לײענען אונז אױך אָפּ מיט זײערע ברילן, ס'איז אמת און זײ מאָלן אונז טאַקע נישט אָפּ אַקוראַט. אָבער כאָטש זײ האָבן אַ ברײטערן בליק מעיקרא און לערנען אונז אָפּ מיט אַ דעת בעל הבית. מיר קומן זיך אָן מיט דעת תורה און גמרא קעפּ און פּראָבירן אָפּצולערנען דער װעלט װי מען האָרעװעט אין אַ תוספֿות. און אַז מען מוטשעט זיך און ס'קלאַפּט עפּעס נישט לערנט מער אַרײַן אַ פּשט און אַזױ פֿאַרענטפֿערט מען האַרבע קשיות. װײַל װי איר פֿאַרשטײט אַלײן אונזער לעבן באַשטײט פֿון קשיות און תירוצים. איך בין אַמאָל געפֿאָרן פֿון װילאַמסבורג קײן באָראָ פּאַרק בײַ נאַכט און לעבן מיר איז געזעצן אַ בחורל נישט מער אַלט װי פֿערצן פֿופֿצן יאָר אַלט. ער איז געזעצן אױף זײַן פּלאַץ מיט זײַן תפֿילין באַרטל מיטן פּלאַסטיק אױף זײַן שױס, אױסגעמוטשעט פֿון אַ טאָג אין ישיבה און געקלאָצט דורכן פֿענצטער. אַזױ װי דער באָס איז דורך געפֿאָרן די װאָלקן קראַצערס און די ניו יאָרקער לאָמפּן האָבן געבליטשקעט האָב איך אים געגעבן אַ פֿרעג, 'שילדער מיר װאָס דו זעסט דאָ אין אײן װאָרט'. פֿרעגט ער מיר, 'װאָס מײנסט דו?' זאָג איך אים איך מײן גאָרנישט. איך װיל פֿון אים הערן אין אַ װאָרט דער סך הכּל פֿון װאָס ער זעט. האָט ער נישט געװוּסט װאָס צו ענטפֿערן און געשמײכעלט און געדרײט מיטן קאָפּ. נאָך אַ מינוט צװײ פֿון שטילקײט פֿרעגט ער, 'נו, װאָס איז דער תירוץ?'
שבת איז געװען אַ פֿײַנע. די קינדער האָבן דערצײלט װאָס עס טוט זיך אין חדר. אײן זין זאָגט אַז פֿאַר צװײ יאָר האָט ער געהאַט אַ רבי װאָס האָט געשלאָגן אַ ייִנגל נישט װײַל ער האָט נישט געהאַלטן אַ פֿינגער אין דער חומש נאָר װײַל ער האָט געהאַלטן צװײ פֿינגער. הײסט עס אַז ער האָט עובר געװען אױף בל תוסיף. פֿאַרשטײט איר װאָס דאָס הײסט כּל המוסיף גורע. ער האָט אױך געזאָגט אַז יענער רבי פֿלעגט צו זאָגן אַז איך זע נישט דאָס, כּלומר אײן אױסגעשטרעקטן פֿינגער, װעט איר זען דאָס, דהיינו אַ דלאָניע מיט אַלע פֿינעף פֿינגער אױסגעשטרעקט. שבת בײַ מנחה האָט מײַן ייִנגל מיר געפֿרעגט װאָס עפּעס דאַװען איך אַזאַ לאַנגע שמונה עשרה. האָב איך אים געזאָגט אַז איך טו תשובה און איך װער אַן ערליכער ייִד. האָט ער זיך געװוּנדערט צי איך דערצײל אים דעם אמת. דער אמת איז אָבער געװען אַז איך האָב מיך דערמאַנט אַז איך האָב מיך געהאַט צושמועסט אין דער פֿרי בײַ מוסף און איך בין נאָך גאָט שולדיק געװען אַ מוסףדיקע שמונה עשרה. האָב איך אָנגעהױבן מיט אַ מוסף אױסגעטרױטן און ממשיך געװען מיט מנחה. ס'איז אױך תשובה געטון, נישט? ס'איז מיר אָבער אײַנגעפֿאַלן אַ שאלה צי איך דאַרף נישט קידוש מאַכן פֿאַר איך װאַש מיך צו שלש־סעודות װײַל מוסף איז מחייב קידוש. מה אעשה אַז אַזױ װײַט איז מײַן תשובה נישט אָנגעקומן. מײַן זין האָט געפֿרעגט אַ קשיא פֿאַרװאָס דער אײבישטער האָט געדאַרפֿט זאָגן פֿאַר אהרןן חייך אַז דו װעסט צינדן די לעכט (זע רש"י אױפֿן ערשטן פּסוק.) װאָס איז, אָן שװערן האָט אהרן נישט געגלײבט װאָס דער אײבישטער האָט אים געזאָגט? האָב איך אים געזאָגט אַז אברהם אבינו האָט אים אױך נישט געגלײבט און ער האָט געפֿרעגט במה אדע...
| |
|