לדף הכניסה של ישרא-בלוג
לדף הראשי של nana10
לחצו לחיפוש
חפש שם בלוג/בלוגר
חפש בכל הבלוגים
חפש בבלוג זה

קטלא קניא

אַ טאָג אַ מלאך, אַ טאָג אַ גלח - יהי רצון ס'זאָל זײַן תמיד אַ געלעכטער

כינוי: 

מין: זכר





מלאו כאן את כתובת האימייל
שלכם ותקבלו עדכון בכל פעם שיעודכן הבלוג שלי:

הצטרף כמנוי
בטל מנוי
שלח

RSS: לקטעים  לתגובות 
ארכיון:


<<    אוגוסט 2004    >>
אבגדהוש
1234567
891011121314
15161718192021
22232425262728
293031    

8/2004

משנה מקום משנה מזל


נאָך זען דער פּראַכטפֿילע נײַע בלאָג פֿון 'דער אפּיקורס' װאָס איז סײַ געשריבן בטוב טעם ודעת און סײַ עס איז עלעגאַנט אוסגעלײגט קלער איך אױך אַריבערצוגײן צו בלאָג ספּאָט. אין יעדענס פֿאַל װיל איך טױשן דאָס אױסזען פֿונעם שטיבל. איר פֿאַרשטײט אַלײן אַז מען האָט אַ שטיבל שױן באַלד צװײ יאָר דאַרף מען דאָך אַ מקווה, אַ געהעריגע קאַװע שטיב, אױפֿפֿרישן די בתי כּבוד אַז דער עולם זאָל האָבן װוּ צו גײן הכנות, און דער עזרת נשים דאַרף מען אַביסל פֿאַרברײטערן, און אַפּאָר נײַע סידורים און חומשים אײַנקױפֿן. איך מײן יענער װאָך איז געװען קײן עין הרע אַזאַ עולם אַז פֿינעף ייִדן האָבן צוזאַמן געקוקט אין אײן חומש און פֿון זײ האָבן דרײַ מעביר סדרה געװען אין דער זעלבער צײַט און דער אַנדרע צװײ האָבן משלים געװען בײַם לײענען װאָס זײ האָבן נישט אָנגעיאָגט דורך צו רעדן בין גברא לגברא. און װען דער בעל קורא האָט געמאַכט אַ גרײַז האָט מען שיער נישט צוריסן דעם חומש אַזױ שטאַרק האָט מען גענוקעצט. בײַם דאַװענען האָט מען געדאַרפֿט אַראָפּ שלעפּן די לוין־עפּשטײן סידורים װאָס האָט אפֿילו נישט יעדער קדיש אױפֿן פּלאַץ, עד כּדי כּך. און װען דער עולם איז געקומן צום קידוש איז געװען טיש אױף בענק. מען האָט זיך געדאַרפֿט שטיפּן צו געבן לחיים און מען האָט ניטאַמאָל געקענט זאָגן מזל טוב. קײן עין הרע דער עולם װאַקסט, האַ, נישט צו גלײבן. אַבי אױף שמחות.

 

ברם דא עקא אַז ס'זעט מיר אױס פֿון אפּיקורסעס שרײַבן אַז מען דאַרף זײַן אַ שטיקל בקי אין די שמות שאינם נמחקים. איך האָב נישט דער צײַט זיך אָפּצוגעבן מיט זיך אױסלערנען אַ גאַנץ נײַע שפּראַך און דערצו זיך פּאָרען מיט די קאָלירן, פֿאָנטן, פּרוכתן און מעבל.

 

על כּן נפֿשי בשאלתי אַז טאָמער איז דאָ עמעצער װאָס קען הטמ"ל (html) און איז אױך אַרטיסטיש געשטימט און קען אױפֿקומן מיט אַ מינימאַליסטישע דיזײַן װאָס קען אָבער פֿאַרטראָגן ייִדישע גזמאות און צו דעם װיל ער מיר אױך אפֿשר העלפֿן זיך איבערצוקלײַבן מיטן שטעקל און דאָס פּעקל וגם לרבות מיטצונעמן מײַנע כּתבים, טאָמער דרײט זיך אַזאַ פֿערשױן אױף גאָטס װעלטעל יואיל נא בטובו זיך מעלדן און צוזאַמן קען מען אפֿשר אױפֿשטעלן אַ נײַע בית ועד לחכמים. פֿאַרשטײט זיך איר קענט מאַכן אַ הנצחה לעילוי נשמת אַ באַערטע אָדער אַ באַליבטע און מיר האָבן אַ מנין תלמידי חכמים װאָס װעלן לערנען דרײַ בלאָגס אַ טאָג פֿאַרן נשמה. דערצו פֿאַר דעם ריכטיקן סכום קען מען אױפֿשטעלן אַ טאָװעל, און פֿאַר אַ פּטרון זהב קען מען שרײַבן אַ פֿרישן בלאָג טאָג טעגלעך לעילוי נשמת לעבעדיקע און טױטע, שײנע און מיאוסע, רײַכע און אָרעמע, קליגע און נאַראָנים הצד השווה שבהן אַז פֿאַרשטײט איר איך זאָל האָבן עפּעס אױף שבת צו מאַכן.

 

אַ דאַנק פֿון פֿאָרױס.

נכתב על ידי , 30/8/2004 20:42  
29 תגובות   הצג תגובות    הוסף תגובה   הוסף הפניה   קישור ישיר   שתף   המלץ   הצע ציטוט
 



אַ װאָרט


ס'האָט עמעצער מעורר געװען אַז חודש אלול פּאַסט נישט צו שרײַבן װעגן דברים שבינו לבינה. זײ פֿאַרגעסן אַז אלול מאַכט אני לדודי ודודי לי. אפֿילו אַז זײ זענען יאָ גערעכט מיז איך מיך מודה ומתוודה זײַן אַז הײַ יאָר מײנט בײַ מיר חודש אלול לײדער נישט אַסאַך. ס'טוט מיר אױך נישט װײ כאָטש אַז איך שרײַב און איך טראַכט דערפֿון מיז זײַן אַז ערגעץ װוּ קיצעלט עס. דעם ערשטן טאָג פֿונעם חודש האָט איך געזאָגט צען קאַפּטילעך תהילים און אינזינען געהאַט אַז אַזױ פֿיל װעל איך טון לכּבוד אלול אָבער צום באַדױערן האַלט איך נאָך בײַ קאַפּיטל י"א.

 

איך האָב לעצטענס געשריבן לאַנגע מגילות און דערװײַל זאַמעלן זיך אָן פֿילע אָבזערװירונגן און מערקונגן װאָס װאַרטן אַ תיקון. ממילא װעלן מיר אַביסל פּריװן מקצר צו זײַן און זען צי עס װערט נתקבל ברצון.

 

פֿאַר איך גײ נאַט אײַך אַ װאָרט װאָס איז מיר אײַנגעפֿאַלן װען איך האָב געלײענט דער הערה פֿון בר־פּחתי אױף די שס"ה גידים בײַ אַ פֿרױ. דער פּסוק זאָגט ימים יצרו ולא אחד בהם. דער כּתיב איז ולא אָבער לײענען לײענט מען עס ולו. ס'איז באַװוּסט דערױף דער װאָרט אַז דער יצר הרע האָט נישט אַ שליטה אױף אײן טאָג אין יאָר - יום כּיפּור. ולי הקטן נראה בדרך צחות אַז ימים יצרו איז אַ רמז צו בריאת האדם װי דער פּסוק זאָגט ויצר ה' אלקים את האדם, און אױך װי מיר זאָגן אשר יצר את האדם בחכמה. און ימים יצרו מײנט אַז ער האָט באַשאַפֿן אין דעם מענטש גידים, כּלומר אַזױ פֿיל אָדערן װיפֿיל טעג עס זענען דאָ אין דער יאָר, און דאָס איז שס"ה. און דער פּסוק איז מרמז אין כּתיב ולא אחד מהם אַז אײן אָדער פֿעלט כּלומר אַ פֿרױ האָט נאָר שס"ד אָדערן. װײַטער דער קרי איז ולו -הײסט לו ולא לה- ולו אחד מהם 'ער' האָט יאָ דעם אײן אָדער װאָס פֿעלט בײַ איר. ושפֿתיים ישק.

נכתב על ידי , 30/8/2004 02:25  
12 תגובות   הצג תגובות    הוסף תגובה   הוסף הפניה   קישור ישיר   שתף   המלץ   הצע ציטוט
 



וקטלא הלך לדרכו: אל המנוחה ואל הנחלה


גאָט קען מאַכן װיצן. ראשית כּל אַז ער איז הכּל יכול מיז ער דאָך דאָס אױך קענען. אָבער קענען איז נאָך נישט אַלעס. בײַ אונז אין בית־המדרש איז דאָ אַ ייִד װאָס מען זאָגט אױף אים אַז ער קען גאָר גוט דאַװענען. למעשה גײט ער אָבער קײנמאָל נישט צו משום טעם הכּמוס. טעם הכּמוס איז שטענדיק דער בעסטער טעם װאָס מען קען געבן. ס'איז אַ טראָמפּ קאַרט. ס'איז אַ טעם װאָס קײנער האָט נאָך נישט אָפּגעװענדט און נאָך מער ס'איז אַ טעם װאָס ס'פֿאַלט קײנעם אַפֿילו נישט אײַן אַז ס'לאָזט זיך אָפּװענדן. זאָגט טעם הכּמוס און ס'איז דרײַ פֿערטל קבלה, זאָגט טעם הכּמוס און איר האָט באַלד געװינען דעם אַרגומענט. האָט דער בעל תפֿלה, דער קענער הײסט עס, אַ טעם הכּמוס און כאָטש ער דאַװענט קײנמאָל נישט זאָגט  מען אױף אים גאָר גרױסע זאַכן. און װאָס איז מיט די בחורים און יונגעלײַט װאָס קענען גוט לערנען אָבער מען זעט זײ קײנמאָל ניש בײַ אַ גמרא און װער רעדט נאָך פֿון די מבינים אױף װײַנען און משקאות װאָס טאָקײַער װײַן פֿון קדם איז בײַ זײ װי פֿון די שבעת המינים, אַסטי סופּאַמענטי פּאַקט אײַן אַלע שאַמפּאַניעס און זײערע שװיגערס אײ ליקער איז לעילא לעילא? אלא מאי קענען אַלײן קען װערנאָר אױך.

 

גאָט אָבער, נישט נאָר אַז ער פֿאַרשטײט צו יומאָר ער שיסן אַ פּאָר װעטלעך אױך. צום בײשפּיל די הײליקע לאַנד רופֿט ער אָן אל המנוחה ואל הנחלה. איך מײן זבת חלב ודבש מהיכי תיתי. מילעך קומט אין זעקלעך ממילא רינט עס מער װי פֿון קאַרטאָנען און איבעראַל איז קלעביק װי האָניק. ז' מינים פֿאַרװאָס נישט. די פּירות זענען נישקשה. אָבער אל המנוחה ואל הנחלה? אָנעסטלי. נאָך דערצו פֿאַר די ייִדן נאָך מען האָט זײ אַרױסגענומן פֿון מצרים מיט אַ צוזאָג פֿון אַ פֿעסטיבאַל פֿון דרײַ טעג און פֿערציק יאָר שפּעטער זאָגט מען זײ כּי לא באתם עד עתה אל המנוחה ואל הנחלה. אױב זײ זענען געװען פֿון דער זעלבער גינעטישע אָזערע װי די ייִדן װאָס איך קען האָבן זײ זיך אַװדאי געריבן די הענט 'אַבי נישט ערגערס' און אָנגעהױבן צו זינגן חסדי ה' כּי לא תמנו.

 

מײַן פֿליגער קומט שױן ענדלעך אָן צו דער מנוחה און דער נחלה און איך האָב מיך גערײצט מיט מײַן ייִנגל אַז װען מען קומט אַראָפּ פֿון פֿליגער דאַרף מען קישן דער ערד. ער קען מיך צו גוט אַז ער זאָל מיר האָבן געגלײבט. װען איך בין געװען אַ בחור פֿלעג איך מיך אַלץ שטיפּן נאָך דער פֿליגער איז אָנגעקומן צו זײַן דער ערשטער אַראָפּצוקומן פֿון דער פֿליגער און דערנאָך צו זײַן דער ערשטער אױפֿן אָטאָבוס װאָס נעמט די פּאַסאַזשירן צום טערמינאַל כּדי נישט צו דאַרפֿן שטײן צו לאַנג אין דער רײַ פֿון די פּאַספּאָרטן. פֿילעמענטשן שטײן אַרײַנצוגײן אל המנוחה ואל הנחלה און נישט אַיעדער האָט געדולד װען ס'װאַרט אַזױנס אָפּ. האָט מיר אַמאָל אַ חבר געזאָגט אַז װען ער קומט אָן קײן ישראל גײט ער אַלץ צום לעצט װײַל װאָס איז דען דאָ זיך אַזױנס צו אײַלן צו צוריק גײן אין ישיבה. זײַט דעמאָלסט איז בײַ מיר נישט קײן אײַלעניש. איך נעם שױן נישט אַראָפּ מײַן רענסלעך װען די 'באַפֿעסטיקט די ויסעו גאַרטלעך' לאָמפּן צינדן זיך אָן, איך שטיפּ מיך נישט דורך די מענטשן פֿאַר מיר, איך װעט מיך נישט װעלכע אָטאָבוס װעט דער ערשטע אַװעקפֿאָרן און װען איך קום אָן אין טערמינאַל שטײ איך נישט מיט די געפּעק אַז אױב מען מאַכט אױף אַ נײַע 'דלפק' זאָל איך באַלד קענען אַריבערשפּרינגן און דאָרט זײַן דער ערשטער.

 

דער טעקסי איז שױן אונטערװעגענס, ער האָט שױן געפֿרעגט צי מען דאַרף טאַקע דער מונה אָדער מען קען עפּעס אָפּמאַכן, און ער האָט שױן געצױגן מיט די פּלײצע, 'װילסט דווקא װעל איך עס אָנצינדן איך האָב נאָר געמײנט דיר אַביסל צו שפּאָרן,' און מען פֿאָרט שױן דורך דעם 'ברוכים הבאים לירושלים' אַרײַן געשניטן אין דער גראָז. אין שנים קדמוניות האָט עס אַװדאי אױסגעזען פֿאַר דער באַאַמטער װעם ס'איז אײַנגעפֿאַלן פֿאַר אַן אָריגינעלע אײַנפֿאַל אױף מקבל פּנים צו זײַן די פֿאַרלױרענע פֿון אשור און די פֿאַרשטױסענע פֿון מצרים, און װיפֿיל ייִדן זענען עס שױן דורכגעפֿאָרן און זיך געחידושט 'אַזױנס איז נישט דאָ אין אַמעריקע, סאַ װאָס די ישראלים קענען נישט.' הײַנט פֿאָרט מען עס דורך איכה נחשבו לנבלי חרש מעשה ידי יוצר. אײַ װי ס'בענקט זיך צו ישראלס נאַעװעטע און תמימות פֿאַר מען האָט פֿאַרשװעכט איר דם בתולים אױף איר פֿילע שלאַכטפֿעלדער.

 

בײַ מײַן דירה האָט מיר אָפּגעװאַרט אַ ברוך הבא פֿון װיאַזױ חרדישע ייִדן אין דער הײליקסטע שטאָט פֿון דער הײליקסטע לאַנד רעכטן אָפּ דער מצװה פֿון ייִשוב ארץ ישראל. איך בין אײַנגעשטאַנען אין אַ פֿרומע געגענט װוּ סמוך ונראה איז נישט דאָ צו זען קײן אײן ענטענע אױף אַ דאַך. מײַן דירה איז געװען געדינגן פֿון אַ פּאָר פֿאָלק װאָס האָבן זיך אַרײַנגעצױגן צו אירע עלטערן. איך בין נישט זיכער צי זײ האָבן געהאַט אַ קינד און פֿאַרדעם זענען זײ אַװעק אָדער גראָד צו מאַכן אַפּאָר גראָשן. װיאַזױ נאָר איז נישט געװען אַ גרױסע חילוק איבער דער דירה. ס'איז געװען אין אַ מקלט און דערפֿאַר איז דער לעכטיקײט פֿון דערױסן נישט געװען בשפֿע. מען קומט אַרײַן אין דער סלון און דאָרט אין דערמיט איז דאָ אַ צוגעדעקטע לאָך װוּ די אָפּגאָסן לױפֿן דורך און אַיעדער מאָל מען האָט געשװענקט דעם בית הכּבוד האָט זיך אין דער סלון געהערט מים בששון. אין דער סלון איז געשטאַנען אַ טיש און בענקלעך און צו קאָפּענס און פֿיסענס פֿון דער טיש איז געשטאַנען אַן אָנלענער בענקל. אַזױ איז אײַנגעפֿירט בײַ ייִדישע קינדער, מען קען אַלט זײַן נישט מער װי נײַנצן אָדער צװאָנציק יאָר אָבער טיש און בענקלעך האָט מען װי אַ זײדע. און װוּ זיך אַװקצוזעצן? װאָס איז דען שלעכט זיצן בײַם טיש? און װוּ קען מען עסן שבת און יום־טוב אָדער לערנען אַ שטיקל גמרא אַז נישט בײַ אַ געהעריקע טיש און און בענקלעך פֿון טונקעלע האָלץ און פֿאַרקושענטע זיצן. אײַ זיך אַביסל אָפּצוריען, זענען דערױף דאָ צװײ בעטן װאָס בײַ טאָג זענען זײ פֿאַטעלן און בײַ נאַכט בעטן. אָנגעפֿער װי מזונות ברױט. והא ראיה אַז זײ זענען פֿאַטעלן בײַ טאָג װײַל צװישן די בעטן -אין אַ תחום שבת מיט אַ האַלבן פֿון מײַן דירה איז חלילה קײן דאָפּעלטע  בעט נישט דאָ- ליגט דער סי די שפּילער. און אַז איך צינד עס אָן הער איך די אָריגינעלע גראַמן װאָס מען האָט געזינגן אױפֿן מצווה טאַנץ פֿון מײַן טײַערע בעל אכסניה. שישו והתעלסו באהבים.

 

װי איך האָב אײַך געזאָגט איז דער לעכטיקײט פֿון דערױסן נישט געװען עפּעס בשפֿע. אָבער װער דאַרף דען פֿענצטערס אַז ס'זענען דאָ לאָמפּן און װער דאַרף געלע לעמפּ אַז ס'איז דאָ פֿלאָריסענטן װאָס סײַ זײ זענען ביליגער און סײַ זײ זענען ענדלעך צו טאָג ליכט. פֿאַרדעם ניצט מען דאָך זײ אױך פֿאַר הינדלעך כּדי זײ זאָלן לײגן פֿילע אײ און זײ זאָלן נישט װאַרטן אױף דער פֿינצטער און פֿאַרדעם גײן ייִדן װי מײַן בעל אכסניה אין מקווה יעדען טאָג אַז זײ זאָלן נישט זײַן מיט זײערע פֿרױען װי הינדלעך כאָטש למעשה װאַרטן הינדלעך אױף לעכטיקײט און פֿאַר די מקווה גײערס איז עס אַ מעלה אַז ס'איז נישט דאָ פֿענצטערס װײַל אַזױ איז אַסאַך לײַכטער מאפֿיל בטליתו צו זײַן. און דאָס אַלעס איז מרומז אין דער גזירה שוה פֿון בינה מיט בינה. אתה חונן לאדם דעת ומלמד לאנוש בינה און הנותן לשכויִ בינה. פֿאַרדעם אױך האָט בײַ מײַן בעל אכסניה אױסגעזען קליניש װי בײַ אַ צײן דאָקטאָר מיט שטאַרקע װײַסע לעמפּ אין יעדן צימער פֿון דער קאָך ביז דער סלון ביז דער שלאָף צימער.

 

בײַ אַ צײן דאָקטאָר איז אָבער דאָ אַ שפּיגל אַז כּדי נאָך מען האָט אַרױסגעצױגן אַ צאָן אָדער אָנגעפֿילט אַ פּאָר לעכער קען מען זען װיאַזױ מען זעט אױס. װיבאַלד דאָ ציט מען נישט אַרױס צײן איז שפּיגל למה לי? איז קענט איר זיכן זײַן װי דער יאָר איז גרױס אַז אַ שפּיגל איז דאָ נישט דאָ. ענדלעך אין שאַפֿער אין דער סלון, דער שלאָף צימער איז צו קלײן פֿאַר שאַפֿערס, אונטער אַ טיר װאָס מען האָט נישט געקענט אינגאַנצן אױפֿמאַכן װײַל אײנס פֿון די אָנלענער בענקלעך זענען געשטאַנען אין װעג דאָרט מאחורי הפּרגוד איז געװען אַ שפּיגל. שפּיגלעך זענען נישט אַ קלײנעקײט און פֿון די שפּיגלעך װאָס די ייִדישע פֿרױען האָב זיך בײַ זײ אױסגעפּוצט אין מצרים האָט מער געמאַכט דעם כּיור. איך װײס נישט צי זיך אױספּיצן פֿאַרן מאַן איז נאָך מותר אין די קרײזן, דאָס װײס איך אַז דער שפּיגל האָט געהאַט דערין אַ שפּאַלט און איז געװען גרױס גענוג צו זען אַ פּנים, לא פּחות ולא יותר. אַז די פֿרױען דאָ פֿאַרבן זיך נישט דאַרף מען עס מן הסתם בלױז צו קענען זען צי דער היט ליגט גוט אױפֿן שײטל. צו װיסן צי אַ קלײד איז גוט אָנגעטון קען מען פֿרעגן דעם מאַן, דער ראש הכּולל, 'װיאַזױ זען מײַן תחת אױס אין דעם?' און טאָמער איז אַזאַ שאלה פֿון די זאַכן װאָס אבֿן מקיר תזעק קען מען בדיעבד שטײן אױף אַ בענקל און זיך אַרײַנקװעטשן דער גאַנצנע גוף אין אַ פּנים שפּיגל צו זען אױפֿן אינטן צי יש ליישב בדוחק.

 

דאָס קלינישקײט פֿון דער סלון ענדיקט זיך נישט בײַם לאָמפּ. אין די שאַפֿערס זענען די קינדער קלײדער אַלע שײן צאַמגעלײגט און מסודרדיק אױפֿגעהױפֿענט, די שפּילערײַען אַלע אַװעקגעשטעלט אין אַ װינקל אָבער קוקט אױפֿן װאַנט און ס'זענען נישט דאָ קײנע בילדער, קײנע מאָלונגן, קײנע סקיצן. גאָרנישט. װײַסע װענט װי אין אַ תפֿיסה. אײן בילד איז דאָ אױפֿן ספֿרים פּאָליצע. איך האָב נאָכנישט אינדראָטוצירט דעם ספֿרים פּאָליצע װאָס חוץ די טיש און בענקלעך, חוץ די קלײדער שאַפֿערס, חוץ דער פֿריזידער און דער מיקראָװאַל אױװן דערױף און חוץ דער ניסוך המים לעכעל איז אױך דאָ דער ספֿרים שראַנק מיט דער חתן ש"ס און נאָך אַ פּאָר ספֿרים. און דערױף איז אױך דאָ אַ בילד. װאָלט אפֿשר געװען אַ הוה אמינא אַז בײַ אַ פּאָר פֿאָלק פֿון אַ יאָר צװײ נאָכן חתונה װאָלט געװען אַ בילד פֿון אים און זי בײַם חתונה, זי אין איר כּלה קלײד און ער אין זײַן שפּוגל נײַ שטרײַמל. איז אַזאַ הוה אמינא בלױז האַלב אמת. אמת רוב מענטשן, כּלומר חסידישע ייִדן אין די ערשטע פּאָר יאָר נאָכן חתונה, שטעלן אַזאַ בילד אין זײערע שלאָף־צימער איז אָבער בײַ אונזער פּאָר פֿאָלק דאָ דאָרט אַ סי־די שפּילער. אױפֿן ספֿרים שראַנק ליגט דאָרט אַ בילד פֿון אונטער די חופּה אָבער די כּלה זעט מען קױם. דער בילד איז װי דער חתן נעמט אָפּ מזל טוב פֿון זײַן רבי װאָס האָט מסדר קידושין געװען. דאָס איז דער פּראַכט פֿון זײַן סלון און אַז ס'איז געװען אַ זכר פֿון דער װײַסע קלײד אין דער זײַט איז עס געװען אינגאַנצן אַ פֿסיק רישיהדיקע דבר שאין מתכוון. אָט דאָס הײסט ביטול צו אַ צדיק. נישט קײן אײן פּערזענדלעכע פּרעפֿערענס, פֿון קאָליר ביז צורה. אַלעס אין װאָס מען נױטיקט זיך דערין אױף דורך צו מאַכן דעם פּרוזדור פֿון עולם הזה איז דאָ פּלוס אַ בילד פֿונעם רבין. אױפֿן פֿריזידער זענען געװען צװײ צדקה פּישקעס און די מאַגנעטן אױפֿן טיר זענען נישט געװען 'קאָרני' װיצן נאָר 'עמערדזענסי' נומערן פֿאַר װיכטיקע שאלות צו 24/7 פּוסקים.

 

אַנו מיר האָבן שױן אױסגערעכענט די גאַנצע דירה איז צײַט אַרײַן צוגײן אין דער קדשי־קדשים פֿון דער שלאָף צימער װאָס מען לערנט אָפּ ראשית חכמה שער הקדושה פֿאַר מען גײט אַהין אַרײַן. איך האָב שױן געזאָגט אַז דאָרט איז דאָ אַ שפּילער װוּ מען קען הערן דעם בדחן. אַ בדחן, לאָמיר זיך נישט פֿאָפּן, װאַרעמט אָן און דערפֿאַר שטעלט מען אים אין דער שלאָף צימער. אַ בדחן ברענגט צוריק די זכרונות פֿון בלילה ההיא װאָס װען נישט משום יוהרא װאָלט מען דעמאָלסט נישט געדאַרפֿט לײענען קריאת שמע. אַז מען הערט דעם בדחן קומן די טרערן װאָס זענען געפֿליסן אין יענער נאַכט. און װען דער בדחן הערט אױף צו זינגן צום לעצטן מאָל און דער מוזיק נעמט איבער שטעלט זיך דער בילד װען ער האָט איר גענומן אין די הענט אַרײַן, נישט אין דער אָרעם װי װען זײ זענען אַרױס פֿון דער חופּה נאָר ממש האַנט צו האַנט, און זי האָט אַראָפּגעלײגט איר קאָפּ און זיך משעבד געװען רמ"ח איבריה ושס"ה גידיה (אײגענטלעך האָט זי נאָר שס"ד גידים) און ער האָט איר געפֿירט אַרום דער זאַל. אַלע פֿעטערס און שװאָגערס און ברידערס זענען געשטאַנען און געקוקט אױף דער ערד און פּריקרעדיק געװאַרט אַז ער זאָל איר שױן אָפּלאָזן, אַפּאָר פֿון די עלטערע שװאָגערס מיט די גאָר גרױסע בערד און גאָר דיקע װײַבער האָט געמורמעלט 'שױן גענוג, גענוג' און די יונגערע שװאָגערס האָבן מיט געשמײכעלט. די װײַבער אונטער די חתן כּלה האָבן אַלע געקוקט, חלילה נישט געקלאַטשט און כּל שכּן נישט מיטגעזינגן נאָר געקוקט װי מען קוקט אױף אײנער װאָס קאַלעכט אַ װאַנט אָדער גראָבט אױף אַ גאַס, חוץ די מאַמעס װאָס האָבן זיך געװישט די טרערן און זײ אַרײַנגעשטעקט דער טאַשטיך אין זײערע אַרבעל. שװער צו װיסן צי זײ װײנען אױף זײערע אײגענער גורל אַז אױך זײ האָבן חתונה געהאַט מיט אַזאַ שײנע דאַרע בחור מיט קױם צװײ האָרעלעך און װוּ האָבן זײ פֿאַרפּאַטשקעט אָדער װײנען זײ װײַל זײ װיסן װיאַזױ דער פּאָר פֿאָלק װעט אױסזען און אַז נאָך דער מוזיק הערט אױף שפּילן װעלן זײ אַלײן מיזן פּױקן און נישט אַיעדער איז צו דעם אַ בעלן. אַזױ האָבן זײ געטאַנצן ביז דער ברידער איז געקומן און אים צוגענומן פֿון דער כּלה, די מענער האָבן מיט אים אַביסל געטאַנצן ביז דער מוזיק האָט זיך געענדיקט מיט אַ קרעשענדאָ און יעדער האָט געשריגן מזל־טוב און זיך װידער געװינטשן אַ סאַך נחת.

 

דער חתן איז באַלד אַװעק אין אַ װינקל מיט זײַן טאַטע און ער האָט אים צום לעצטן מאָל דערמאַנט װאָס ער דאַרף מיט איר טון און אַז טאָמער ער האָט אַ פּראָבלעם קען ער אים רופֿן אָדער ער קען רופֿן דעם דיין.דערנאָך האָט מען זײ אַװעקגעפֿירט צו זײערע נײַע דירה, דער כּלהס מאַמע איז אַרױפֿגעקומן און איר געהאָלפֿן אױפֿקנעפּלן איר כּלה קלײד און זיך געשושקעט מיט איר אין דער שלאָף צימער. ער האָט געלײענט קריאת שמע אין דער קאָך מיט בכיות נוראות און געװאַרט ביז דער טיר פֿאַרקלאַפּט זיך. דער שװיגער איז שױן אױך נישט דאָ און ער איז אַרײַן אין דער שלאָפֿצימער װוּ דער לאָמפּ האָט נאָך געברענט און אין מיטן איז געשטאַנען זײַן כּלה מיט אַ טורבאַן אױף איר קאָפּ, אַ לאַנגע נאַכט קלײד און פּונקט װי ער איז אַרײַן האָט זי אַרױסגעצױגן איר אונטערהױזן פֿון אונטער איר קלײד, קלײנע װײַסע אונטערהױזעלעך מיט אַ שלײף פֿון פֿאָרענט. חתן דינן האָט זיך אַנטשולדיקט און איז צוריק אַרױס פֿון דער צימער און זײַן מאָגן האָט זיך געדרײט װי פֿאַר ער איז אַרײַן צום רבין מיט אַ קװיטל. ענדלעך איז ער צוריק אַרײַן אין דער שטיב, ער האָט פֿאַרלאָשן דער לאָמפּ און אַרײַנגעקראָכן צו איר אין בעט אין זײַן נאַכט העמד, און ער האָט אַרױף געצױגן זײַן העמד און זי איר קלײד. דער מדריך האָט אים געזאָגט אין דער פֿרי אַז דער טבע איז אַז װען מען קומט טון דער מצווה װערט דער אבר פֿאַרהאַרטעװעט אָבער בײַ אים איז עפּעס חוץ לדרך הטבע. ס'איז געװען װי צוריק לײגן צײפּוץ אין אַ טובע. מיט דאָס דעקל צוגעדרײט. ער האָט זיך געזאָרגט איבער דעם אשר צג צי מען קען עס מאַכן איבער בלוט אַלײן אָדער צי אָן אַ ביאה איז עס אַ ברכה לבטלה, אָבער אפֿשר קען מען מיקל זײַן אַז העראה איז הכנסת העטרה און ממילא איז יאָ דאָ אַ ביאה און זיך געשמיסן פֿאַר טראַכטן אין דברי תורה בשעת װען דער סידור האָט ער אײַנגעװיקעלט אין אַ האַנטיך. ער האָט אָנגעהױבן קלערן װאָס דער נועם אלימלך הײסט אין דער צעטל קטן אין זינען האָבן בשעת דער זיווג אָבער װען דאָס איז נישט געגאַנגן האָט ער געפּריװט מיט מער פּראָזײַישע מחשבות אַבי אָנצוברענגן אַ קישוי. דער בחור אָבער געט זיך נישט אַ שאָקל. אַ היכי תמצי פֿון אַן עקשן װאָס איז מקיים לעולם יהא אדם רך כּקנה. נישט צו גלײבן װאָס דער בעל דבר קען. אין ישיבה האָט ער עס נישט געקענט פּטור װערן װיפֿיל ער האָט געפּריװט און דאָ שטײט ער און נױטיקט זיך און מעשה יצר אַז ס'גײט נישט. גם זו לטובה איז אים אײַנגעפֿאַלן. אַזױ קען זי זײַן אַ מזריע תחילה װײַל ער האָט שטענדיק געחלומט פֿון מאַכן אַ פּדיון הבן.  װאָס װעט אָבער זײַן מיט בלוט? דער סוגיא פֿון מוכּת עץ און פּתח פּתוח האָט זיך אים געשטעלט פֿאַר די אױגן, װאָס װעט זײַן אַז ס'װעט נישט זײַן און ער װעט עס מיזן איבערגעבן צום דיין אין זײַן 'מאָרנינג אַפֿטער' באַריכט.

 

דאָס אַלעס טוט דעם בדחןס גראַמן עװאָקירן און דערפֿאַר ליגט עס צװישן די בעטן. שמאָלע בעטן װאָס קענען קױם פֿאַרנעמן צװײ פּערשױנען בדוחק ממש. װי אַ גרױסער נס ששה בכּרס אחד איז געװען איז שנים במטה אחד דאָ פֿיל אַ גרעסערע נס. מײַן פֿרױ זאָגט אַז נישט קײן װינדער אַז מען האָט דאָ אַזױ פֿיל קינדער, חוץ פֿון אײנעם אױפֿן צװײטן קענען צװײ נישט אַרײַן אין די בעטן. און איך בין איר מסביר אַז דאָס איז װײַל בײַ זײ איז חיבוק ונישוק שלא במקום מצווה גאָר אַ האַרבע איסור װאָס קען צופֿירן צו אפֿילו האַרבערע איסורים און ממילא מאַכט מען אַזױ די בעטן אַז טאָמער חיבוק ונישוקט מען זיך איז עס בעל כּרחך במקום מצווה. 'איך װיל נאָר קומן פֿאַר אַ קאָדל' געהער נישט צו די װאָס תורתם אומנתם.

 

גענוג פֿאַרברענגט אין דער דירה און איך בין מיר געגאַנגן דאַװענען שחרית. איך האָב צוגעקוקט די לוקסוסן װאָס די תורתם אומנתםדיקע קענען זיך ערלױבן: אָמןס אַזױ לאַנג װי חוץ־לארץדיקע יהא שמיה רבאס און נאָך אַזױ אָָָָָָמײַן כּדי ס'זאָל נישט חלילה זײַן אַן אָמן יתומה. װי דער קרימער מענטש װאָס איז געגאַנגן אַ קרימער מײַל טרעטן זײ אױס עושה שלום אַ קילאָמעטער מיט אַ האַלבן אָבער אין אַ זיג זאַג כּדי די טישן פֿון אונטן זאָלן נישט מיט גײן.

 

נאָך זיך אַביסל אָפּריען זענען מיר געגאַנגן אין אַן אײַנקױף מאַל װוּ מענער באַזיכט מען פֿאַר באָמבעס און פֿרױען קוקט מען נאָר אַרײַן אין זײערע טאַשן מה שאין כּן קלײדונג װאָס קען אױפֿרײַסן דער נשמה  איז דאָ אַ גרױסע צעטל אַז מען קען אַרײַנגײן בלױז אין צניעותדיקע קלײדונג. אין דער אַפּטײק אַנשטאָט אַ רעקלאַם פֿאַר פֿאַרזיכערטע סעקס און פֿאַר אַ קאָנדאָם מיט אַ טעם כּצפּיחית בדבש איז דאָ אַ רעקלאַם פֿאַר גאָט מיט די װערטער אני ה' רופֿאיך, דער מוזאַק אין דער מאַל איז פּסוקים פֿון תהילים אָבער נישט אין דער הינטערגרונד נאָר װי אַלעס בײַ הײמישע ייִדן מיז עס אַרײַן שרײַען אין פּנים אַרײַן. זיך אָפּצורוען האָב איך מיך באַשטעלט אַ קאַװע און דער פֿרױ האָט מיר געפֿרעגט צי איך װיל אַ קפֿה הפֿוך האָב איך געזאָגט אַז איך בין נישט אַ מהפֿך קערתו, איז געשטאַנען אײנער אין דער זײַט און געזאָגט והפֿכתי אבלם לששון. אפֿשר איז עס געװען אַן אַנדרע פּסוק אָבער אַלץ אױף אַ טעמע פֿון קאַפּױר.

 

מיר זענען דערנאָך אַהײם געגאַנגן זיך גרײטן צו דער חתונה און אױף דעם איז אַ באַזונדערע מסכת.

 

נכתב על ידי , 23/8/2004 02:27  
67 תגובות   הצג תגובות    הוסף תגובה   הוסף הפניה   קישור ישיר   שתף   המלץ   הצע ציטוט
 



וקטלא הלך לדרכו: הודו על ארץ ושמים


שױן, מען זיצט שױן אױף די פּלעצער, ענדלעך האָט זיך יעדער שױן מסדר געװען די געפּעק, מען האָט שױן געפֿינען פּלאַץ איבער אַ צװײטענס קאָפּ װײַל דער היט דאַרף אױפֿנעמען אַ גאַנצע שאַפֿער, און סײַװי איז דאָרט געװען לײדיק און װאָס שטערט עס דען יענעם, זה נהנה וזה לא חסר, און דאָך האָט ער געקוקט און געפּלאַצט. זאָל ער פּלאַצן! אַ רשע מרושע, ער דאַרף עס נישט אָבער אַבי נישט אַ צװײטער. דאָס איז אַלעס פֿאַריבער און מען האַלט שױן בײַם הנני העני פֿונעם לאַנגע שמונה עשרה פֿונעם פֿלי װען דער מאָגן דרײט זיך און מען שװערט זיך אַז דווקא דער עראָפּלאַן איז אַ בעל מום און בײַ דעם פֿלי װעט עס אַרױספֿאַלן פֿון דער הימל און דווקא נאָך עס האָט זיך געהױבן אַז בײַם פֿאַלן זאָל זײַן כּדי להמית. מען קוקט זיך אום און מען מאַכט אַ חשבון אַז לאָמיר שױן זאָגן מען איז כּולו חייב זען דאָך אױס די שכנים גאַנץ פֿײנער מענטשן און חלילה להמית צדיק עם רשע. דער פּחד אָבער במקומה עומדת. מען דערװאַגט זיך נישט אױסצוטראַכטן די מחשבות במלואם װײַל אל תפֿתח פּה לשטן און טאָמער װעט דער בעל דבר אָפּלײענען די מחשבות װעט עס אים אַרײַן לײגן אידײען אין קאָפּ װאָס אָן דעם װאָלט אים נישט אײַנגעפֿאַלן. מען טראַכט נאָר די חלילהס צװישן די פּחדים װאָס טראַכטן זיך אומגעטראַכט און צװישן דער שיר המעלות ממעקים און למנצח יענך װאָס זאָגן זיך אומגעזאָגט. און אַז מען זאָגט זײ להכעיס נישט איז עס מיט מער כּוונה װי װען יאָ געזאָגט.

מען פֿליט שױן, דער מאָגן האָט שױן מקיים געװען שבע יפּול צדיק וקם און האָט זיך שױן אַצינד באַזעצט, די הענט כאַפּן זיך שױן נישט אָן אין די הענטלעך אױף נישט אַראָפּצופֿאַלן און די נשמה ליגט שױן נישט צװישן די ליפּן. מען קען זיך שױן ערלױבן אַ בליק אױף די אַנדרע ערליכע ייִדן. אײנער װיקעלט שױן אױף זײַן זילבער פּאַפּיר צו עסן זײַן סענדװיטש װאָס זײַן פֿרױ האָט אים געמאַכט מיט ליבשאַפֿט, איבערגעצױגן דאָס זעמל מיט אַ לײַלעך פֿון פּוטער, געדעקט מיט אַ קאָלדערע פֿון טונאַ און אױסגעשפּרײט קישעלעך פֿון פּיקעלס. ער דאַרף נישט װאַרטן ביז די לאָמפּן פֿון די ויסעו גאַרטלעך פֿאַרלעשן זיך אױף זיך גײן װאַשן אין דער בית הכּסא נאָך אַראָפּלײגן דאָס דעקל פֿון דער שיסל, זעקס מאָל דריקן דער קראַן צו האָבן אַ באַזונדערע כּוח גברא אױף אַ יעדער װאַש, אױפֿמאַכן דאָס ריגל מיט דער אַרבל כּדי נישט אָנצורירן מעטאַל און דערנאָך זיך טריקענען אין די הױזן אױפֿן װעג צום זיץ. דאָס אַלעס איז נישט נײטיק װײַל ייִדן האָבן ערפֿינדן מזונות זעמלעך, װאָס נאָך דער ערפֿינדונג פֿון די ען אײ, אונטערהעמדער מיט ארבע כּנפֿות, װעלקראָױ אױף ספֿר תורה גאַרטלעך און דער גרעסטער ערפֿינדונג פֿון אַלע, פּלאַסטיקער פֿאַר שטרײַמלעך װאָס מען מעג אָנטון אפֿילו װוּ עס איז נישט דאָ אַן עירוב, נאָך די דאָזיקע זאַכן איז מזונות ברױט אַװדאי צװישן די אױבערשטע צען ערפֿינדונגן דער זײַט פֿון מכירת חמץ און היתר עיסקא.

איז אָבער דאָ אײן פּראָבלעם אַז מזונות ברױט װערט אױס מזונות אַז מען עסט עס אכילת קבע. כּלומר כּל זמן ס'איז מזונות איז עס מזונות אָבער אַזױ װי ס'װערט ברױט איז עס אױס מזונות. אַזאַ סאָרט ראָבאָטישע מזונות װאָס טױשט זיך װי אַ כאַמעלעאָן. ס'איז ברױט װי חמר איז אַן אײזל. װױנט עס אין זילבער פּאַפּיר איז עס מזונות, עסט מען עס אױף אַ סעודה, טונקט מען עס אײַן אין פֿיש יױך אָדער אין אַ ראָסעל װערט עס המוציא. און װאָס איז די הלכה אַז מען שמירט עס מיט פּוטער? אַ שאלה.

און אַ גרעסערע שאלה איז װאָס פּאַסירט אַז מען עסט מזונות ברױט אַלץ אַ חלק פֿון אַן עראָפּלאַן סעודה? די אָ סעודה װאָס מען טײלט געװענדלעך אױס פֿאַר אַלע אַנדרע סעודות, װען מען שפּירט בחוש אַז אהבת עולם אהבתנו ה' אלקינו אַז מיר באַקומן די ערשטע, און װען מען מאַכט עס אױף און מען פֿאַרגלײַכט עס מיטן שכןס נישט כּשרע עקװיװאַלענט איז בעל כּרחו יענה אמן און ס'װערט מקויים יכּירו וידעו כּל יושבי תבל כּי טוב סחרה מכּל סחורה. די שאלה איז װערט דער ברױט װאָס קומט מיט דער סעודה פֿאַרעכענט פֿאַר קבע אָדער עראי? װעל איך אײַך זאָגן. פֿאַר אַ פּאָר יאָר איז אַװעק אַ רב, איך קען מיך נישט דערמאַנען זײַן נאָמן, װאָס נאָך ער איז אַװעק האָב איך געלײענט זײַנע לױבן אַז ער האָט געפּסקנט אַז אַ סעודה אױף אַן עראָפּלאַן איז שטענדיק אַ סעודת עראי און מען דאַרף זיך נישט װאַשן צו דער מזונות ברױט. הערט איר, ס'האָט געלעבט אַ ייִד איטליכע אַכציק יאָר, געװען ערגעץ װי אַ רב, אַװדאי אױפֿגעהאָדעװעט אַ פֿאַמיליע, וזה חלקו מכּל עמלו אַז נאָך ער האָט אױסגעהױעכט זײַן נשמה האָט מען נישט עפּעס אַנדערש געזאָגט נאָר אַז ער האָט מחדש געװען אַז מזונות איז מזונות אפֿילו אױף אַן עראָפּלאַן. שישו ושמחו אמעריקען אײרלײַנס און לופֿטהאַנזאַ װאָס האָבן אװדאי געשיקט בלומן אױפֿן לוייה װײַל זײַן פּסק האָט אײַנגעשפּאָרט צענדליקע אַנטשולדיגונגס פֿון די װאָס װילן זיצן דווקא לעבן דער פֿענצטער װײַל אַצינד דאַרפֿן זײ נישט אַריבער קריכן זײערע שכניםס שױס זיך צו גײן װאַשן על נטילת ידים און מים אחרונים אין צוגאָב צו נעגל װאַסער, דאַװענען שחרית און געװױער װערן די לעצטער נײַעס פֿון חיים הערש װאָס זיצט פֿינעף רײַעס אין פֿאָרענט. און אַז דער רב איז אַרױף געקומן אױף יענער װעלט האָט די גאַנטע פּמליא של מעלה אַװדאי אױסגעשריגן פּנו מקום אױף דער רב װאָס האָט אַזױנס מחדש געװען. און אַז לױט דער בעל שם טוב איז דער זיבן יאָר קריג געװען נאָר צוליב אַז אײן צדיק זאָל זאָגן שבח והודיה צום באַשעפֿער איז אַכציק יאָר פֿון אײן יחיד טאַקע נישט קײן געפֿערלעכע פּרײַז אױף אַ בורא מיני מזונות. װיפֿיל קריגן װעט מען אָבער דאַרפֿן צו קאָמפּענסירן אױף די אײַנגעשפּאָרטע ברכת המזוןס?

לאָמיך אָבער פֿאַרגינען מײַן שכן זײַן סענדװיטש װײַל לאָמיר זיך נישט נאַרן װאָס פֿאַר אַן אַנדרע הנאה האָט אַן ערליכער ייִד חוץ פֿון אַ דיכטל פֿון אַ הינדל, אַ געברוטענע שטיקל סטײק און אַ טונאַ סענדװיטש מיט פּיקעלס? ואם תאמר װאָס איז מיט אַ טשײַניז, װעל איך אײַך זאָגן אַזױ. אמת, ס'איז נישט אַ קלײנע הנאה אָבער ס'איז אַזױ נײַ און פֿריש אַז ס'איז נאָך נישט אַרײַן אין דער פּסיכי פֿון אונזערע פֿאָלק. ס'איז נישט הא לחמא עניא די אכלו אבהתנא, ס'איז נישט דאָ דערבײַ דעם זכרנו את הדגה את אשר אכלנו װאָס ס'איז דאָ בײַ אַ שטיקל שניצל אָדער העלזעל. ס'איז טאַקע כּשר אָבער דאָס מאַכט עס נאָך נישט ייִדיש. און אױסער עפּעס צו פֿאַרבײַסן פֿון װאָס נאָך קען אַ ייִד געניסן? בײטהאָװענס נומער נײַן האָט אַ קול אשה און דאָס זעלבע אױף פֿיגאַראָױ חתונה, אין דער באַהאַמאַס איז נישט דאָ אַ הײמישע הכשר אָדער חלב ישראל, אַ מענטשלעכער ביך אַז ס'איז נישט װעגן ליבע איז עס סתם ביטול תורה, ספּאָרט איז חוקות הגױ, טיאַטער חזיר טריפֿה, טעלעװיזיע סתם נאַרישקײטן אָן זינען, קינאָ אביזרייהו דגילױ עריות, און דינען דער זין אױף אַ פּלאַזשע גילױ ממש. איז װאָס קען אַ ייִד יאָ טון? מען דאַרף זיך דאָך אַמאָל אַביסל אױסלופֿטערן. ער קען פֿאָרן קײן שװײץ און זאָגן פּשיִ יאַ אױף דער דינע לופֿט װאָס ער שפּירט אין אַלע בײנער, אָן שליטן פֿאַרשטײט זיך װײַל ס'איז אַ סכּנה און מען דאַרף דאָך דערצו קענען, ער קען זאַמלן קלײנע פֿלעשעלעך ברױנפֿן װאָס מען טײלט בחנם אױף די פֿליגערס, ער קען זיך קױפֿן אַ שישי אָדער ער קען פּראָסט עפּעס טועם זײַן. ממילא עסט מען. מען עסט אַױ פֿיל אױף יוצא צו זײַן אױף אַלעס אַנדערש װאָס מען קען נישט טון. מען עסט װײַל דאָס לאָזט מען אונז נאָך. מען עסט װײַל ס'איז גוט און אַ גוטער גולאַש איז נאָך אין יעדענס פֿאַל אַזױ גוט װי קאַװיאַר און פֿױ גראַס. און אױף אַן עראָפּלאַן עסט מען װײַל אַז מען קען נישט קוקן אױף די פֿילמן, אױף דער נײַעס, אױף די סטיוערדעסן, אױף די אין־פֿלי מאַגאַזינען, אױף די צײַטונגן װאָס מען טײלט אױס בלײַבט איבער גאַנץ װײניק װאָס יאָ צו טון. אַז ס'חשקט זיך נישט לערנען דעם טאָגעדיקן דף אָדער זאָגן תהילים עסט מען.


איך בין אַ מוציא שם רע װײַל מײַן שכן אױף צװײטן זײַט פֿון דער אינזל האָט למעשה יאָ געהאַלטן אַ גמרא, יקרה היא מפּנינים און ער כאַפּט אַרײַן אַ שטיקל גמרא װען ער קען נאָר. װען מען האָט אָנגעהױבן װײַזן דער נײַעס אױפֿען עקראַן האָט ער אַרױף געקוקט אָבער אָן אָנצוטון די העדפֿאָנס. מה נאה אילן זה, מה נאה ניר זה איז מתחייִב בנפֿשו אָבער 'װי אינטערסאַנט איז דער טעלעװיזיע פּראָגראַם' שטײט נישט און ממילא מעג מען. עפּעס האָט מען געװיזן װעגן די לאַגערן און דער שכן האָט זיך אָנגעטון די העדפֿאָױנס מיט אַ שינויִ מיט דער בריק אונטער דער גאָמבע אַנשטאָט איבער זײַן קאָפּ. כּל העולם כּולו גשר צר מאד איז אַ רמז אױפֿן בריק פֿון די העדפֿאָױנס און אינו דומה דער װאָס גײט זײ בריש גלױ אָנגעטון למהדרין צו דער װאָס טוט זײ אָן כּלאחר יד. מעשה יצר געװען װײַל כּיון דאידחי אידחי און אַז ס'איז געװען אָנגעטון איז עס שױן געבליבן אָנגעטון.

איך האָב מיך דערמאַנט אין מײַנע ישיבישע יאָרן. איך האָב געהאַט געהאָרעװעט אַ גאַנצע זמן און װען איך בין אַהײם געפֿאָרן אױף פּסח בין איך געװען אינגאַנצן אױסגעאַרבעט. איך האָב מיך געזעצט אױפֿען עראָפּלאַן נאָכן דורכגײן דער לופֿט פֿעלד על טהרת הקודש און אפֿילו נישט אָנגעקוקט דער פֿרױ װאָס האָט געזוכט מײַנע אױגן בײַם פּאַספּאָרט קאָנטראָלע. כּל הדרכים בחזקת סכּנה און בײַם זיץ איז געװען דער מאַגאַזין, איך האָב עס אױפֿגעהױבן און אױפֿגעמישט צו זען דער מאַפּע פֿונעם פֿלי און דער בעל דבר האָט מיר געזאָגט אַז װאָס קען דען זײַן נישט כּשר מיט אַ מאַפּע, מען מעג דאָך קענען אַביסל גיאָגראַפֿיע. דורכבלעטערענדיק האָבן מיר באַגעגענט רעקלאַמן פֿאַר די פּערפֿומען, והריחו ביראת ה' איז נאָר אױפֿן ריח. די רעקלאַמן איז אָבער אַ באַזונודערע פּרשה. דער יראת שמים פֿון אַ גאַנצער זמן איז מיר אַרױסגעפֿלױגן מיט אײן אַזאַ שמעקעדיקע רעקלאַם, דיוטי פֿרי טון זײ רעקלאַמירן אָן צו זאָגן דעם באַהאַלטענען פּרײַז אין רוחניות, פֿון אײנס האָב איך שױן געדאַרפֿט זען אַלע, זײ האָבן פֿאַרקױפֿט ריחות און ריחא מלתא הוא מיר צו פֿאַרדאַרבן די אױגן און דער נשמה. דער האָראָװאַניע פֿון אַ זמן און דער אוצר פֿון אַ לעבן איז געבליבן אין דער טאַש פֿון 39F.

דער שכן האָט זיך אױסגעטון די העדפֿאָױנס, און זיך געלײגט שלאָפֿן. שלאָפֿן איז אױך אַן עבודה װאָס מען ערלױבט אונז נאָך און בפֿרט װען ס'איז ביחידות. דאָס האָט מײַן שכן אױך געטון װי אַ ייִד און זיך אַראָפּגעלײגט דער קאָפּ אױפֿן טישל. שטײט אין ספֿרים הקדושים אַז גאָט װעט נעמן דער שפּײעכץ װאָס רינט װען מען שלאָפֿט איבער אַ ספֿר און מיט דעם אױפֿװעקן תחיית המתים. איך האָב נישט געזען צו ער האָט געהאַט אַ גמרא אונטער זיך אָבער פֿון שלאָפֿן מיטן קאָפּ אױף צוריק װאָלט נישט געװען װאָס צו זאַמלן און די טױטע װעלן חלילה בלײַבן טױט. נאָך אַ פּאָר מינוט פּראָבירן און דער דזים האָט זיך נישט אַנטװיקעלט האָט זיך אָנגעהױבן דער סעודה װאָס לכאורה איז געװען מזונות. אין מוקדם ומאוחר בתורה און דאָס װאָס איך האָב אױבן געשריבן אם אינו ענין להתם תנהו ענין לכּאן. אַז ס'איז געװען מזונות איז בלױז אַ השערה װײַל ס'קען מעגלעך זײַן אַז ער האָט זיך געװאַשן אין דער הײם, געהאַלטן אַ שטיקל ברױט צו דער האַנט און געגעסן דאָ דאָרט אַ שטיקל אָן ס'זאָלן פֿאַריבער גײן צװײ און זיבעציק מינוט אָן אַ שטיקל ברױט. אַלעס איז מעגלעך און איך װײס בלױז אַז ער איז זיך נישט געגאַנגן װאַשן.

נאָכן סעודה האָט ער זיך װידער פּראָבירט לײגן און דאָס מאָל האָט ער געהאַט אַן אַנדרע עצה. ער האָט גענומן אַ האַנטיך און עס אַרומגעװיקלט זײַן קאָפּ , כּמנהג באַבאַ סאַלי, און אױך אַרום די אױגן און אַזױ אַראָפּגעלײגט זײַןקאָפּ. װיפֿיל נאָך אירע אױפֿן פֿליגער קלערט איר האָבן געהאַט אַ האַנטיך אין זײערע טאַש אַרױסצוציען װי אַ מכשף ציט אַרױס אַ העזעל פֿון אַ היט? נאָר הוא הדבר אשר דברתי אַז וחמושים עלו בני ישראל מארץ מצרים.

נכתב על ידי , 11/8/2004 01:39  
14 תגובות   הצג תגובות    הוסף תגובה   הוסף הפניה   קישור ישיר   שתף   המלץ   הצע ציטוט
 



וקטלא הלך לדרכו


אױף װאַקאַציע בין איך הײַ יאָר געפֿאָרן קײן אײראָפּע אין אײנס פֿון די האָטעלן װאָס שפּראָצן אױף אַרום דער װעלט אין די װאָכן צװישן תשעה באב און ר"ח אלול װען דער ייִדישער װעלט לאָזט זיך אַרײַן אין גלות אַרײַן. ס'איז אַ װעלט צו באַשרײַבן װי די איראָפּײער גײן אױף װאַקאַציע פֿון די שקלא וטריא איבער יאָ אָדער נישט גײן אַ שטרײַמל ביז די דאַשיקלעך װאָס זײ טון זיך אָן איבערן קאָפּ כּדי נישט אױסצוזען צו ייִדיש, טראָץ דער טלית קטן װאָס שטעקט זײ אַרױס פֿון דאָס װעסטל װי פֿליגל פֿון אַ מלאך, הױזן װאָס געהערן צו אַ רעקל מיט אַ חלק אחוריים פּאַסענדיק פֿאַר אַ כהן גדול און אַ געביגעלטע לאַנגע אַרבעלדיקע העמד. יש מרבותינו װאָס טון זיך אױך אָן סניקערס לכבוד װאַקאַציע כּאילו אַז מען רוט זיך אױך אָפּ פֿון די פּײַנונגן װאָס מיר האַלטן זיך אין אײן באַשאַפֿן. פֿרױען װאָס גײן שײטלן גײן דאָ סנודס, יונגעלײַדט דרײען זיך אַרום אין געפֿאַרבטע טי־העמדער און חשובע, גאָר חשובע ייִדן אָן די קאַפּעליטשן. ושכינה מה אומרת? אַז מען פֿאָרט אַװעק פֿון אַנטװערפּן, ציריך, װין און סטאַמפֿאָרד היל איז שױן הותרה הרצועה? פֿאַרדעם קומט באַלד יום־כּיפּור קטן און ס'װעט זײַן אױף װאָס תשובה צו טון. און װער רעדט נאָך די װאָס האָבן באַזיכט דעם ים אַביסל. זה הים גדול ורחב ידים... חיות קטנות עם גדולות. װאָס האָט מען צו רעדן, ס'איז הפֿלא ופֿלא. מען דרײט זיך אַרום אַ גאַנץ יאָר און מען זעט מענטשן געקלײדעט און ס'איז נישט צו גלײבן װאָס פֿאַר אַ נפֿלאות הבורא שטעקט אונטער די מלבושים. האָט גאָט באַשאַפֿן אַ זימער, אַ זין, אַ ים און װי דער פּסוק זאָגט ער האָט געשטעלט דער זאַמד פֿאַר אַ גרענעץ און ער האָט אױסגעטעפּעכט דער זאַמד מיט באַשעפֿענישן װאָס יעדער אײנער פֿאַרלאַנגט זיך אַ באַזונדערע הטוב והמטיב. הודו לה' כּי טוב.

 

סוף װינטער בין איך געפֿאָרן קײן ארץ ישראל און איך האָב אָפּגעשריבן אַ קורץ שטיקל. איך האָב געפּלאַנט מער צו שרײַבן אָבער ס'איז מיר נאָך נישט אױסגעקומן. װיבאַלד יעצט איז אַ זמן פֿון פֿאָרעראַציעס שטעל איך אַרױף װאָס איך האָב שױן יאָ געשריבן און אַז גאָט װעט מיר שענקן מער צײַט װעל איך אי"ה מער שרײַבן.





וקטלא הלך לדרכו

 

שױן צװײ װאָכן פֿאַרן פֿאָרן קײן ארץ ישראל האָבן מײַנע קינדערס רביס אָנגעהױבן מיט זײערע מעשות װאָס איך האָב געמײנט אַז אין דער פֿאַרלױף פֿון די יאָרן זענען זײ שױן פֿון לאַנג אױסגעװאַקסן. קענסט מיך מיטנעמן? פּאַק מיך אױך אַרײַן אין דער קיפֿערט; װאָס גײסט דו מיך צוריק ברענגן? חכמות נשים בנתה ביתה און חכמת מלמדים בונה חדר. דער טאָג װאָס מלמדים װעלן אױפֿהערן מיט זײערע קליגשאַפֿטן אין אױך דער טאָג װאָס מען קען שליסן די חדרים װײַל אױף װאָס טױג אַ חדר אַז ס'איז נישט דאָ װער זאָל זאָגן פֿאַרן ייִנגל װאָס שפּעטיקט מיט אַ תירוץ אַז ס'האָט גערעגענט, 'ביסט דען געמאַכט פֿון טשאָקאָלאַד?' און 'װאָס ביסט דו נישט געלאָפֿן צװישן די טראָפֿן'? הן הן גופֿי תורה און גזירה שלא תשתכח תורה מישראל גײט אױף דעם אָן נישט מער און נישט װײניגער װי אױף נ"ט בר נ"ט און ריחא מילתא.


 װען מײַנע זין האָבן מיר איבערגעזאָגט די חכמות האָב איך מיך דערמאַנט פֿון די װערטער אין דער ליד 'װען איבער זײ װאָלט געװאַכט אַ מאַמעס אױגן.' נעבעך דאָס קינד אינערװײניק אין דער מלמד בעט זיך פֿאַר ליבשאַפֿט.


על כּל פּנים מיר זענען ענדלעך אַרױס געפֿאָרן און אָנגעקומן בשלום אין דער לופֿט פֿעלד און גענומן אונזערע פּלעצער אױפֿן פֿליגער און אַז מען פֿאָרט קײן ישראל איז לא ימלט אַז ס'פֿאָרן נישט נאָך אַפּאָר ייִדן. וחמושים עלו בני ישראל ממצרים. אַז אַ ייִד פֿאָרט האָט ער קײן עין הרע פּעקלעך אױף צו װאַנדערן פֿערציק יאָר מיט אַ טאָג אױף ספֿיקא דיומא און אַלעס מיז ער האָבן אין זײַן האַנט באַגאַז. דער טלית און תפֿילין פֿאַרשטײט זיך אַלײן װײַל כאָטש ער קען דאַװענען װען ער קומט אָן בשלום קען דאָך זײַן רענצעל פֿאַרלױרן װערן און דער פֿליגער קען זיך שטעלן ערגעץ צװישן הודו און כּוש װי ס'איז נישט דאָ אַ זכר פֿון אַ ייִד און ער װעט בלײַבן אָנע זײַן טוטפֿות און פּתיל תכלת, און חוץ פֿון דעם װאַרפֿט מען שטאַרק די רענצלעך און אַפֿילו דער שטרײַמל און די שײטעל שאַכטלעך קען מען נישט אַרײַן לײגן פֿון אינטן איז קל וחומר אױף די תפֿילין. נאָך אַ מזל אַז מען דאַרף פֿאָרן אױף אַ פֿליגער מיטן קאַפּעליטש אױפֿן קאָפּ װײַל אַזױ שפּאָרט מען זיך אײַן צרות מיט די סטיוערדעסעס, די נקבות װאָס פֿאַרשטײן נישט װאָס טױג נישט מיט אַ זיץ לעבן אַ נקבה און פֿאַרװאָס אין דער איבערן־קאָף קאַבינעט קען זיך נישט אַ היטל פֿאַרטראָגן מיט אַנדרע באַגאַז.

 

חוץ פֿון דאָס אַלעס דאַרף מען אױך אַ פּאָר סענדװיטיס, און אַ ביסל קאָקאָש קיכן, און צװײ פּעקלעך קאַרטאָפֿל טשיפּס װײַל כאָטש מען האָט באַשטעלט כּשרע עסן װער װײסט דען נישט פֿון אַ מעשה װי דער עסן איז נישט אָנגעקומן און פֿון דער מעשה בחסיד אחד װאָס האָט געמאַכט אַזאַ פֿאַרקער אַז ער האָט פֿאַרדעם באַקומן אַן בחנםדיקע עליה במדרגה ('אופּגרײד בלע"ז). דער רעשט פֿון דער װעג האָט ער שױן אַרױפֿגעברענגט האַלב כּלל ישראל װײַזן װאָס פֿאַר אַ לוקסוס עס איז אין קלוב קלאַס, געפֿירט אַ לאַנגע װיכּוח װאָס מען טוט מיט אַ קאָקטײַל מישער און זיך געדינגן צי זיך אױסציען די פֿיס איז טאַקע באַקװעם אָדער בלױז אַן אַנרעדעניש. װען די סטיוערדס און סטיוערדעסן האָבן אַראָפּגעטריבן די נישט געלאַדענטע האָט מען זײ באַשולדיקט פֿאַר שרעקליכע שונאי ישראל װײַל ס'איז דער זעלבער װאָס האָט נישט געלאָזט איבערלאָזן די געפּעק אױף דער ערד און האָט געקוקט אונטער דאָס רעקל צי דער זיכערהײט גאַרטל איז טאַקע באַפֿעסטיקט.

 

דאָס נעקסטע שטיקל׃ הודו על ארץ ושמים

נכתב על ידי , 6/8/2004 18:38  
13 תגובות   הצג תגובות    הוסף תגובה   הוסף הפניה   קישור ישיר   שתף   המלץ   הצע ציטוט
 





67,288
הבלוג משוייך לקטגוריות: החיים כמשל , דת , פילוסופיית חיים
© הזכויות לתכנים בעמוד זה שייכות לקטלא קניא אלא אם צויין אחרת
האחריות לתכנים בעמוד זה חלה על קטלא קניא ועליו/ה בלבד
כל הזכויות שמורות 2025 © עמותת ישראבלוג (ע"ר)