לדף הכניסה של ישרא-בלוג
לדף הראשי של nana10
לחצו לחיפוש
חפש שם בלוג/בלוגר
חפש בכל הבלוגים
חפש בבלוג זה

קטלא קניא

אַ טאָג אַ מלאך, אַ טאָג אַ גלח - יהי רצון ס'זאָל זײַן תמיד אַ געלעכטער

כינוי: 

מין: זכר





מלאו כאן את כתובת האימייל
שלכם ותקבלו עדכון בכל פעם שיעודכן הבלוג שלי:

הצטרף כמנוי
בטל מנוי
שלח

RSS: לקטעים  לתגובות 
ארכיון:


<<    ספטמבר 2004    >>
אבגדהוש
   1234
567891011
12131415161718
19202122232425
2627282930  

9/2004

בן חמישים לעצה


לכּבוד די פֿופֿציק אלפֿים װאָס זענען שױן דאָ דורך, און אַ דאַנק פֿאַר יעדעם אײנעם באַזונדער פֿאַר יעדער פֿון זײַנע באַזוכן, האָב איך מיך אַריבער געקליבן קײן בלאָגער. בכדי אַז דער עולם זאָל קענען מיטהאַלטן װעל איך פֿאַר אַן איבערגײ זמן שטעלן אַ מודעה דאָ אױף ישרא בלאָג יעדער מאָל װאָס איך פֿיר דאָרט טיש. ס'װעלן זײַן װאָס זאָגן אַז מײַן בלאָג בײַ בלאָגער איז געגליכן צו דער גמרא כּל הדר בחוץ לארץ כּאילו שרױ בלא אלוק. אַנדרע װעלן זאָגן אַז מיר אין חוץ לארץ מעגן האָבן אַן אײגענעם ייִדישן אינדענטיטעט אומאָפּהענגיק אין פּאָליטישע הײמלענדער. ואני הקטן זאָג אַז חז"ל האָבן געהאַט אױף דעם אַ תשובה און זײ האָבן געזאָגט בן חמישים לעצה. זײ האָבן געזען ברוח קדשם אַז אַרום דער צײַט װאָס בײַ אונז װעט װערן פֿופֿציק טױזענט באַזוכערס װעט אױפֿשטײן אַ בלאָג מיט נאָמן בלאָגערעצות און װעט אַרױס נעמן די ייִדן אין גלות אַרײַן. זאָל מקויים װערן ואחרי כן יצאו ברכוש גדול. אמן.

 

נ"ב איך בעט שױן מחילה אױף אַלע לינקס אשר איננו. איך האָב נישט קײן אַנונג װיאַזױ ס'אַרבעט דאָרט װײַל איך בין נישט אַ בקי אין לשונות װאָס מלאכי השרת משתמשים בו. איך פֿאַרלאָז מיך אינגאַנצן אױף בלאָגערעצותס טעמפּלעטן און ביז איך האָב מער צײַט זיך אַרום צו שפּילן װעט עס אַזױ בלײַבן. חוץ אַז איך װעל געפֿונען אַ שמש. אַ דאַנק די װאָס האָבן זיך אָפּגערופֿן אונטער צו לײגן אַ פּלײצע, דער זאַך איז נאָר װעגן װער איך בין האָב איך מורא אַז זיך פֿאַרטראָגן מיט אַ שמש װעט אױפֿנעמן נאָך מער צײַט. װי טשערטשיל זצ"ל האָט געזאָגט װען מען האָט אים צוגעהאָלפֿן אָנטון אַ מאַנטל, 'ס'איז שװער גענוג אַלײן.'

נכתב על ידי , 10/9/2004 00:37  
19 תגובות   הצג תגובות    הוסף תגובה   הוסף הפניה   קישור ישיר   שתף   המלץ   הצע ציטוט
 



מײַן נקמה


לעצטענס איז שטיל װײַל איך בין פֿאַרטין און פֿאַריאָגט און איך האָב אַזױפֿיל איבערן קאָפּ אַז װאָס נאָר. און פֿון דעסטװעגן גנבע איך מיך יעצט אַרײַן אַהער אָפּשרײַבן אַפּאָר װערטער. מײַן נקמה אין דער װעלט. אַז אדם לעמל יולד זאָלן מײַנע װערטער זײַן גראַפֿיטי אױף דער לעבענס סאָבװײס און זאָלן קומן דער װעלטס חכמים מיט זײערע שלױכן און עס אָפּרײַבן װען בײַ זײ איז ליכטיק. אַסאַך פֿאַרשטײן זײ. זאָל מײַן בלוט פֿליסן דורך מײַן פֿעדער און איך שטײ און לאַך װי די מבקרי חולים זוכן צוצונעמן פֿון מיר אַן אחד בשישים. גײטס אײַך געזונטערהײט איר זענט אַלע פֿיל קראַנקער װי די פּאַציענטן. פֿאַר אײַך איז קײַן מעדיצין נישט דאָ, קײן אײַנשפּריץ װעט אײַך נישט געזונט מאַכן און װאַקצינאַציעס װעלן עס אָנברענגן שנעלער. דאָ בין איך פֿרײַ, בין איך מלך. פֿרײַ זיך אָנצושמירן מיט טינט, פֿאַרשװאַרצן מײַן נשמה אַז מײַן שמײכל זאָל אױסזען װי די װײַסע צײן בײַ אַ קױמען קערער. אותיות פּורחות באויִר פֿאַרסמן װער עס לײענט זײ הרגנען װער עס שרײַבט זײ. טו נעמט אַלע אַ טיפֿן אָטעם און האָטס מיר אַ גוטן טאָג.
נכתב על ידי , 8/9/2004 23:14  
7 תגובות   הצג תגובות    הוסף תגובה   הוסף הפניה   קישור ישיר   שתף   המלץ   הצע ציטוט
 



אָט זעט אַ חידוש


װי אַיעדער װײסט טון זיך נײַע בלאָגס פּרה ורבה זײַן כּרימון און װי בײַ פּריה ורביה איז דער אָנהײב שטענדיק געשמאַק אָבער געבױרן װערן קען אַלץ אַ נפֿל. כּן הדבר הזה. אַז איך שטעל נישט בײַ די לינקס אַלע פֿרישע איז עס נישט װײַל איך פּסל זײ אָדער איך גלײַך זײ נישט. ס'איז פּשוט אַז צײַט איז אַזױ ענק אַז ס'נעמט אױף צופֿיל צײַט מיטצוהאַלטן.

 

מאַכט זיך אָבער אַז מען זעט עפּעס װאָס המקרא אומר דרשני. אָט אַזאַ מציאה האָב איך געפֿינען װאָס שטײט קאָפּ און פּלײצעס איבער אַסאַך און דערפֿאַר פֿאַלט פֿון אים נישט שופּן.

 

יאַאַאַמױד עלאַברעק!

נכתב על ידי , 8/9/2004 22:52  
8 תגובות   הצג תגובות    הוסף תגובה   הוסף הפניה   קישור ישיר   שתף   המלץ   הצע ציטוט
 





67,263
הבלוג משוייך לקטגוריות: החיים כמשל , דת , פילוסופיית חיים
© הזכויות לתכנים בעמוד זה שייכות לקטלא קניא אלא אם צויין אחרת
האחריות לתכנים בעמוד זה חלה על קטלא קניא ועליו/ה בלבד
כל הזכויות שמורות 2024 © עמותת ישראבלוג (ע"ר)