לדף הכניסה של ישרא-בלוג
לדף הראשי של nana10
לחצו לחיפוש
חפש שם בלוג/בלוגר
חפש בכל הבלוגים
חפש בבלוג זה

מה שנכון נכון

אומנות שלי, הוא להיות שחקן, כתבן, וקומיקאי. לשמח כל נשמה בתוך כלל ישראל.. אדרבה תהנו \ מיין טאלאנט איז, צוזיין א שרייבער א אקטיאר און מהנה צוזיין יודישע קינדער. און דאס איז מיין ציל ! שעפט פארגעניגען, פארוואס נישט.. מנשה לוסטיג \ HAPPYCUSID


מלאו כאן את כתובת האימייל
שלכם ותקבלו עדכון בכל פעם שיעודכן הבלוג שלי:

הצטרף כמנוי
בטל מנוי
שלח

RSS: לקטעים  לתגובות 
ארכיון:


2/2008

כ'האלט אינמיטן רעדן? כ'האב א ביפ!! ביי ביי..


ב''ה

ג' תרומה סח'

א גוטן ווינטער טייערע לייענער שיחי'

אנטשולדיגט כ'האב אייך געלאזט הענגען איבער א וואך צייט, אבער איר דארפט זיין פערפערט אז עס קען אזאנס פאסירן איבער צוויי - און אפילו דריי וואכן אויכעט.. אבער נישט אלץ איבריגע סבלנות.. נאר צוליב'ן מצב הזמן, ווי ס'שטעלט זיך אזוי אויס.

אצינדער צום ענין, און דאס מאל לאמיר טאקע רעדן 'צום זאך' ווי מ'זאגט..

כ'ווארט שוין קוים אויף דעם געלעגנהייט, ארויפצוברענגען דעם טעמע, וואס שטערט מיך שוין פון אייביג אן, אזויווי איינער וואס האט א אריינגעוואקסענעם נאגעל – טרעטן אלע 'דווקא' דערויף.. אזוי אויך עפעס פונקט מיר שטערט עס דאס מערסטע, ווען איך ווער ממש רואינירט דערפון.

דער טעמע הייסט, 'הנכנס לתוך דברי חברו'!!! וואס ווער ס'קען מיך, ווייסט שוין פון לאנג אז איך בין קראנק אויף דעם מיחוש.. און ס'גייט מיר גלייך צום אויפרעגעניש ווייער..

כ'האלט אינמיטן א זאפטיגער, אינטימליכער, היימישער – וואס נאך זאל איך זאגען – 'פריוואטע' שמועס, און פלוצלינג ווי א בייזער ווינט, דערהער איך אז מיין חבר הארכט אויס א צווייטן.. וואס האט 'נאטורליך' אריינגעהאקט!

אזא בייזער ווינט טרעפט זיך זייער אפט.. א דבר יום ביומו וואס ווערט שוין א סארט בריאה צווישן אלגעמיינעם געפירעכטץ.

וואס איז דאס?.. פרעג איך 'אריין' אין 'זייער' שמועס.. כ'האלט דאך אינמיטן רעדן מיט איינעם???

אה! – זאגט יענער – ס'איז א ביפ! קודם כל איז דאס טאקע פונקט אזוי קרום ווי יעדע ביפ, וואס דער ערשטער קען גאנץ געווענליך פארגעסן פון פארזעצן זיין געשפרעך מיט זיין חבר לכתחילה, ווייל... כ'האב א ביפ! דער הייליגער ביפ איז דוחה אלעס אלעס..

איי דער משנה זאגט, אז איינע פון די 'שבעה דברים בגולם', איז טאקע 'הנכנס לתוך דברי חברו'.. מאכט נישט אויס! יעדער טוהט אזוי.. און מיט איין צינישער שמייכל איז די זאך פארווישט.. [און איך עס מיך אבר מן החי..]

קענסט האקען בארן.. יענער איז אויף א ביפ..

- יא! ס'נישט ממש פארפאלן, האסט א עצה, קענסט אויכעט יענעם אריינביפן.. ווידער אריינהאקן אינעם שמועס, אולי יש תקוה.. אפשר וועסטו זיך קענען מיטכאפן מיטן ענין.

אבער דער ערשטער שמועס איז געענדיגט!

היתכן? ווי איז דאס התנהגות כבוד זל''ז, כבוד הבריות, יושר, שבעה דברים בחכם.. [וואס אין אזא פאל בין איך גאר דער גולם – אז ס'רעגט מיר..] אבער אויסער ניצן א פארביסענעם ליפן.. איז עולם כמנהגו נוהג..

מנשה רעגט דיך.. און זיי שמועסן ווייטער! פאטשט מיר דער מציאות אין פנים.

דער אמת וועל איך זאגען – און נישט לייקענען, איך פארמאג אויכעט א ביפ אויף מיינע קלונג אפאראטן, און איך קאן אויכעט איבערהאקן א געשפרעך – ווען עס פעלט זיך אויס. אבער מיט יושר!

ס'נישט קיין עוולה צוזאגען דעם שמועס-חבר, 'אנטשולדיגט, איך האב א טעלעפאן קאל, א ביפ, און כ'האב ביז א גאר קורצע מאמענט צוזיין צוריק מיט דיר'.. א מינוט לאמיר הערן וואס [דער לייכטזיניגער שבעה דברים בגולם'דיגער] גרונים האט מיר מחדש צוזיין, און כ'קום שוין צוריק, צו אונזער געשפרעך..

- אפילו אונזער שמועס איז שטותים, און די ווילסט אפי' גאר וויכטיג.. בין איך דען דער 'עמערדזשענסי נאמבער'..? אויב יא, ביסטו גערעכט. אבער אויב נישט, טוה דיר גוט אויסשנאצען די נעזל, און הולך לדרכך לשלום, העכסטנס ווארט אין די רייהע, א מענטש רעדט מיט א צווייטן מענטשליכער מענטש.

 

איין זאך באדאנק איך אייך טייערע לייענער, אז איר האט מיר כאטש נישט איבערגעהאקט!..

היינט זאגט מען שוין א יישר כוחכם אויף דעם אויכעט..

זייט געזונט, און שמייכעלט ווייטער.. אבער נישט אויף יענעמ'ס ווייטאגליכער נאגעל..

   אנגענעמער פרידליכע געשפרעכן..

וואונטשט: מנשה לוסטיג

 

[איר קענט שוין צוריקגיין צום פריערדיגן שמועס..]

נכתב על ידי מנשה לוסטיג , 6/2/2008 01:23  
הצג תגובות    הוסף תגובה   הוסף הפניה   קישור ישיר   שתף   המלץ   הצע ציטוט



יום הולדת שמחכינוי:  מנשה לוסטיג

בן: 48

תמונה




1,409
הבלוג משוייך לקטגוריות: דת , מדע בדיוני ופנטזיה , האופטימיים
© הזכויות לתכנים בעמוד זה שייכות למנשה לוסטיג אלא אם צויין אחרת
האחריות לתכנים בעמוד זה חלה על מנשה לוסטיג ועליו/ה בלבד
כל הזכויות שמורות 2026 © עמותת ישראבלוג (ע"ר)